הר"ר דוד שווארץ ע"ה, מקרית יואל
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4117
הר"ר דוד שווארץ ע"ה, מקרית יואל
הרה"ח ר' דוד שווארץ פון קרית יואל, עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער אים, ווער עס קען איז מכובד...
רבי דוד איז געווען א טייערע יוד, וואס האט אלעמאל געהאט א גוט ווארט אויף די לעפצען,
צענדליגע אראפ געלאזטע נעזער האט ער אויפגעהויבן, און צענדליגע פארקניישטע שטערנ'ס האט ער אויסגעגלייכט, מיט זיינע טיפזינקע גלייכווערטליך. יהא זכרו ברוך.
אז עס די לעפצען זיינע זאלן אים מירמלען און קבר, איז כדי נאך צו זאגן פון אים א טייער ווארט:
רבי דוד היה אומר: ווען עס וואלט ווען געווען טעיפריקארדעס פאר 200 יאר ציריק, וואלטן איבער 300 רבי'ס נישט געווען היינט אויף די מאפע,
תנצב''ה
קאך_לעפל
רבי דוד היה אומר: ווען עס וואלט ווען געווען טעיפריקארדעס פאר 200 יאר ציריק, וואלטן איבער 300 רבי'ס נישט געווען היינט אויף די מאפע,
הייסט דאס ער איז געווען אן אויפגעקלערטער! נאך פאר די אינטערנעט תקופה.
ר. דוד שווארץ איז געווען א טיפ וואס ממש לא הינח אחריו כמותו. דאס מיין איך אוודאי נישט צו זאגן אז ס'נישטא אזעלכע תלמידי חכמים אדער צדיקים אין קר"י. כ'מיין בלויז אז דער סארט מיזוג איז נישטא מער היינט.
דוד האט אלץ געהאט א ווערטל אויף יעדן און אלעמען. ער האט געקענט אוועקמאכן אלע היינטיגע גדולים וקטנים מיט איין שארפזיניגען געדאנק. אבער מער פון דעם. ער האט דעם רבונו של עולם אליין נישט אפגעשוינט. ווי א פארצייטיגער נביא זעם האט ער געפירט מערכות מיטן באשעפער איבער די עוולות פון די וועלט. דאס האט עם טאקע געמאכט א נאמען אלס אפיקורוס אין שטאט. דעם נאמען האט ער נאר באקומען צוליב וואס רוב מענטשן פארשטייען נישט די נבכי הנפש און התלבטות פון א מענטש וועלכער איז געשאנקן מיא אזא פילבאר הארץ ווי דוד האט געהאט.
ער איז געווען א גרויסער קענער אין נ"ך, ספעציעל איוב און קהלת. ער האט געקענט נאכזאגען גאנצע פסוקים ווי מצה וואסער. דער אייביגער וועלטס-ווייטיג וועלכע יענע פסוקים שרייען אויס האט דוד אזוי ווייטאגליך נאכגעזאגט מיט זיין אייגענארטיגן נוסח און תנועה. ער איז אויך געווען א בקי בעל פה אין כמעט אלע שירים פון ר. משה אבן עזרא און ר. שלמה אבן גבירול. מ'פלעגט עם זען זיך ארומדרייען און מורמלען די שירים מיט טרערן-אנגעפילטע אויגן.
מיך האט דאס מערסטע געכאפט זיין tempestuous רילעישאנשיפ מיט גאט. ער איז כל ימיו געווען א פולשטענדיגער גלויבער אין באשעפער. און טאקע צוליב דעם האט ער זיך נישט צוריקגעהאלטן פון לאזן הערן זיין מיינונג איבער גאט. ווי א מאן און ווייב וועלכע האבן זיך שטארק ליב נאר קריגן זיך שטענדיג, אבער ווייסן אז זיי זענען סטאק איינער מיטן צווייטן פאר לייף, אט אזוי איז געווען זיין רילעישאנשיפ מיט גאט. מ'זעט נישט היינטצוטאגס היימישע אידן מיט די סארט רויע און ממש פליישיגען רילעישאנשיפ מיט גאט. ממש אין א בחינה פון כִּי שָׂרִיתָ עִם אֱלֹהִים וְעִם אֲנָשִׁים (בלויז אנעם וַתּוּכָל...).
ער האט דערמאנט אין די געשיכטע פון יענעם גייסטליכן וועלכער האט געהאלטן פארן שטארבן און די תלמידים האבן געפרעגט, "רבי, אין וועלכן רבי'ן זאלן מיר זיך מדבק זיין נאך דיין טויט?" האט ער זיי אנגעוויזן אויף א געוויסן מענטש אז יענער זאל זיין דער נאכפאלגער. האבן זיך די תלמידים געוואונדערט, "יענער רעדט דאך שטענדיג קעגען גאט. מ'טאר דאך נישט שטיין אין זיינע דלת אמות!" האט דער אלטער גייסטליכער געענטפערט זיינע תלמידים, "יא, יא, יענער שימפט טאקע, אבער א רילעישאנשיפ מיט גאט האט ער." ס'רוב רעליגיעזע מענטשען זעען דעם באשעפער ווי א סארט בוגימען, וועלכן מ'טאר נישט אין די אויגן קוקן, ווייל ער'ט ארויפשפרונגען אויף דיר.
דוד איז געווען א גאנץ קנאפער חסיד פון די צדיקי דורינו (און אפשר אויך פון די לפני דורינו). ער האט אבער געהאט, אזוי ווי אסאך אנדערע פונעם דור הראשון סאטמארע אין אמעריקע, א זעלטענע ליבשאפט פארן סאטמארן רבי'ן ז"ל. אבער דער רבי, פונקט ווי גאט, האט נישט באקריגן א פרי פעעס. ער האט זיך געלאזט הערן זיין מיינונג ווען ער האט געהאט וואס צו זאגן. אבער זיין ליבשאפט האט נאך אלעמען איבערגעוואויגען.
אט איז א קלאג-ליד וואס ער האט פארפאסט נאכן הסתלקות פון רבי'ן:
רד שמש בכנפיה, ימות תבל כנשפיה, אור חשך בעריפיה, זעק והילל בן אדם
באשון חושך וצרה, חץ בלבנו ירה, גם נפש העם מרה, בהפרידו בני אדם
יערוף כמטר אישון, לחיך תדבק לשון, בחיר מרום מראשון , פסו אמונים מבני אדם
נתיב האיר ומסילה, לעם ביון מצולה, קדוש באראלי מעלה , ודמות כמראה אדם
ויהי לו כן, במקום הזה אכן, בין כתיפיו שכן, אוהל שכן באדם
ידיו אמונה הקים, דת אש וחוקים, באר דברים עתיקים , זאת התורה אדם
ונתן לאביונים בפזרון, לב אלמנה ירון, רב טובו לזכרון, יפיפית מבני אדם
אמיץ הריק חרבו, בקמים רדף רבוא, לב הארי לבו, כן לב האדם
לא הבינו שרעפיו, חסו בסתר כנפיו, בראותם מאור עפעפיו, יבחנו בני אדם
בבוא יום כו"אב, לב ונפש דואב, לרועה נאמן תאב, להטים בני אדם
נגש אל הערפל, ידיו במרום עופל, לבל יפול נופל, השקיף על בני אדם
חכמה אבדה ותושיה, כבים סוער אניה, טורפה סוערה עניה, יוקשים בני האדם
נצחם אבד וגלה, נהפך שמחה ליללה, מות בחלונינו עלה, כי לא יראני האדם
נוגה אור בהלו, כבוד אומר בהיכלו, זוהר כוכבי זבולו, נר ד' נשמת אדם
ימררו יתומים בבכיה, תמול אור היה, עתה בארץ מאפליה, אין טוב לאדם
הילדים רכים וערכו, לא יבינו דרכו, לעולליה עוללת כה, נורא עלילה על בני אדם
ידעו בחסרון רועם, פתאים בקוצר מדעם, יבינו בוערים בעם, יעשו מכל חטאת האדם
וכן ידמה משלו, לעור שוגה בכשלו, יגוף בראשונה רגלו, לא תעבר בה רגל אדם
טל יערפו שמים, ממנו תוצאות חיים, יפקח שינת עפעפיים, תרדמה על האדם
זקן ובחור יעורר, שוכני נקיקים יזורר, יקום דמם מצורר, נגד בני אדם
צדיק יחיה באמונתו, יגיל וישמח בישועתו, כצאת השמש בגבורתו , להודיע לבני האדם
לציון יעלו מושיעים, ורבינו בזיוו הנעים, בחברת שבעה רועים, ושמונה נסיכי אדם
ליום הגדול בקומו, לעשות משפט עמו, מי יחיה משומו, אך הבל בני אדם
הכן בעדן נחת, בגיהינום אש מתלקחת, הנפש תבחר אחת, כי זה כל האדם
התבוננו מחומר קורצו, באשמת חטא שוקצו, במי צדק התרחצו, שובו בני אדם
דוד האט אמאל מסביר געווען פארוואס היינט איז דא אזויפיל פעצלעך. (pardon my language).
פונעם נודע ביהודה איז דאך באוואוסט אז ס'נתקטנו הביצים. אבער לויט די געזעצן פון פיזיקס, קען matter נישט בטל ווערן. ס'קען בלויז אננעמען אן אנדערע פארם. טא, ווי זענען אהינגעקומען די גודל הביצים? דער ענטפער: ס'איז אריין אין די פ....
בקיצור ר דוד איז געווען א ק״ש איד?
אונז דארפען שוין אנפאנגען קלערען צו מאכען א אייגענע קהילה, מיט5ביה״ח, ווייל די איצטיגע וועלן אונז נישט וועלן ארייננעמען
מזל טוב, מזל טוב, דערהערט זיך א געשריי אין ביהמ"ד. וואס איז, פרעגט ר' דוד ע"ה? עס איז געבוירען ביי מיר דאס צוועלעפטע קינד קאנאיינעהארע, ענטפערט דער אינגערמאן. איי איי, אמת עס שטייט טאקע פרו ורבו ומלאו את הארץ, מען דארף טאקע אנפילען די וועלט, זאגט ר' דוד, און מאכענדיג א מינע פון אויסשפרייטען זיינע עלענבויגען איז ער מוסיף, אבער מען מעג דאך לאזען אביסעל elbow room.
יהא זכרו ברוך.
ישר כח הנהלה פארן עס אפטיילן עס איז דא אסאך צו שרייבן
איך האב מורא אז די פטירה פון ר' דוד פארענטפערט עטליכע תמיהות אין "פארשווינדענע אשכולות ווי זענט איר"
א טייערער איד געווען, ווי סאך ער האט גערעדט האט ער נאכאלס געהאט יראת שמים, איך פלעג אלס באוואונדערן זיין 'רילעישיפ מיט גאט' ווי ר' לבונה זכה רופט עס.
הוא הי' אומר: די גוים זענען טאקע אן עם הדומה לחמור אבער די אידן זענען די חמורים אליינס...
איז ער נישט געזינט געווען?
פנחס דוד שווארץ מיט דוד שווארץ זענען געווען שטארקע ידידים און האבן זיך ערלויבט א לאך אויפן חשבון פונעם פארקלעמטע געזעלשאפט ארום זיי ווי די געפאנגענע שפירן זיך פריי. ביידע לעבן שוין נישט.
כ'האב אמאל געהערט פון עם. איך געדענק נישט אויב ער האט עס געזאגט ממשמיה דנפשיה או ממשמיה דחבריה.
ער האט מסביר געווען די גמרא אין סנהדרין קג:
אמון בא על אמו שנאמר כי הוא אמון הרבה אשמה רבי יוחנן ור"א חד אמר ששרף את התורה וחד אמר שבא על אמו אמרה לו אמו כלום יש לך הנאה ממקום שיצאת ממנו א"ל כלום אני עושה אלא להכעיס את בוראי:
דער באשעפער האט באשאפן די וועלט ווי א געים מיט rules. דער יושב בשמים ישחק האט אויך אריינגעלייגט אין דעם טבע האנושי אז זכרים און נקיבות ציען איינער צום צווייטן. די rules ווארענען אבער אז מ'טאר דאס נישט, מ'טאר יענטס נישט. נו, פארשטענדליך אז מיט די סארט אויבנדערמאנטע טבעיות וועלן זיין rule breakers. זיצט דער יושב בשמים און לאכט א גוטס ווי ראובן קען זיך נישט קאנטראלירן און לויפט נאך זיין שכינה לאה, ווי אזוי שמעון לויפט נאך זיין ארבייטס-קאלעגע חנה, אא"וו...
האט אמון געזאגט, איך האב אויסגעפיגערט גאט'ס געים. זיינע רולס האבן ארויסגעלאזט געוויסע players. צווישן עלטערן און קינדער איז נישט פארהאנען די נאטורליכע תאוות. זיי זענען נישט א חלק פון זיין game plan. איך וועל עם טאקע ווייזן that I am not playing by HIS rules.
אמאל האט ער געשיקט געלט אויפן פאסט. ס'איז אנגעקומעם שפעט און פארפאסענדיג א דעדליין האט ער פארלוירן א ביזנעס דיעל. האט ער געקרעכצט: יעצט ווייס איך שוין אז גאט איז משגיח אויף די פאסט אויך.
געהערט פון עם אמאל: לכאורה איז דאך א סתירה. ביי בן סורר ומורה זאגן חז"ל: בן סורר ומורה נהרג על שם סופו, ימות זכאי ואל ימות חייב (סנהדרין דף ע"א ע"ב). אבער ביי ישמעאל שטייט פארקערט: כי שמע אלוקים אל קול הנער באשר הוא שם. (בראשית כא, יז) - על פי מעשים שהוא עושה עכשיו הוא נדון ולא לפי מה שהוא עתיד לעשות לפי שהיו מלאכי השרת מקטרגים ואומרים רבש"ע מי שעתיד זרעו להמית בניך בצמא אתה מעלה לו באר והוא משיבם עכשיו מה הוא צדיק או רשע אמרו לו צדיק. אמר להם לפי מעשיו של עכשיו אני דן אותו וזהו באשר הוא שם (עיין ר"ה דף ט"ז, ורש"י על החומש שם)
נאר דער תירוץ איז פשוט. ביי א גוי, מילא. מ'דארף דאך באהאנדלן דעם גוי מיט זיידענע הענטשקעס.... על פי מעשים שהוא עושה עכשיו הוא נדון. אבער א איד, וואס דארף מען מורא האבן... בן סורר ומורה נהרג על שם סופו...
אוי ס'מער א סטעיטמענט ווי א תירוץ..
דאס איז דאך זיין סיגנעטור פאסטור!
ווי אפט פלעגט ער לייגען תפילון?
בלויז 6 מאל אין א 7 טעג צייט אפשניט רוב פונעם יאר
קינות גירושיןווי אפט פלעגט ער לייגען תפילון?
ער האט נישט פארפעלט א טאג, אפילו נישט תפילין דר"ת
געהערט אמאל פון עם, אז בשעת דער הייליגער ישמח משה און דער הייליגער רבי מאטעלע טשערנאבלער האבן עוסק געווען אין די ערשטע מצוה, האבן די גויים אין אפסטעיט ניו יארק, ד.ה. די זיידעס פון די היינטיגע סטעיט טרופערס, אויך עוסק געווען אין אט די זעלבע מצוה...און אדאנק דעם זענען מיר היינט safe and sound.
קיין שום איד וואס האט דורכגעלעבט מיט די תקופת רבינו הקוה"ט באחרית הימים אין אמעריקע איז נישט געבליבען הונדערט פראצענטיגט, דאס איז געווען עפעס גאר הויעך און הימליש, און אונזער ר' דוד איז אויך א תלמיד, א איד וואס האט געגלייבט אינעם רבי'ן איז קיין כופר נישט, אנגעווייטאגט, יא. דיסאפוינטעט, יא אבער ביטע מאכטס אים נישט פאר א כופר ער האט זיך געהאט זיין פעקעל און ער האט עס ארויסגעגעבן מיט זיינע ווערטלעך. האט ב"ה אויפגעשטעלט א שיינעם שטוב בפלטרין של מלך אין קרית יואל,
כ'געדענק אמאל אין די הייסע בני יואל צייטן האט איינער נאכגעשריגען בני המן פוי... גאר שפעט ביינאכט און אויפגעוועקט ר' דוד'ן, דער ר' דוד האט דעם בחור דעם נעקסטען צופרי אנגעמקלט די ביינער אין ביהמ"ד הגדל, שרייענדיג, בייטאג זאלסטו שרייען וואס די ווילסט ביינאכט זאלסטו מיך נישט אויפוועקען, יענער האט זיך דאכצעך מער נישט געוואקט אויף העיס קאורט
אגב, די בילד מיט ר' חיים רייזמאן רעדט טויזענט ווערטער פאר אונז קרית יואלע אינגלעך
נעבעך אוועק אינגערהייט און מיטגענומען מיט זיך זיין צובראכן הארץ, תנצבה
לבונה זכהגעהערט אמאל פון עם, אז בשעת דער הייליגער ישמח משה און דער הייליגער רבי מאטעלע טשערנאבלער האבן עוסק געווען אין די ערשטע מצוה, האבן די גויים אין אפסטעיט ניו יארק, ד.ה. די זיידעס פון די היינטיגע סטעיט טרופערס, אויך עוסק געווען אין אט די זעלבע מצוה...און אדאנק דעם זענען מיר היינט safe and sound.
געהערט אמאל ווי ער שימפט און שעלט אויף די טייטלבוים'ס, איך האב קודם געמיינט ער רעדט וועגן אהרוני זאלוני, שפעטער הער איך גאר אז ער רעדט פון ייטב לב מיט'ן ישמח משה...
לבונה זכהגעהערט אמאל פון עם, אז בשעת דער הייליגער ישמח משה און דער הייליגער רבי מאטעלע טשערנאבלער האבן עוסק געווען אין די ערשטע מצוה, האבן די גויים אין אפסטעיט ניו יארק, ד.ה. די זיידעס פון די היינטיגע סטעיט טרופערס, אויך עוסק געווען אין אט די זעלבע מצוה...און אדאנק דעם זענען מיר היינט safe and sound.
OMG
א בחינה פון זה לעומת זה, א רפואה פאר די מכה, אני מחצתי ואני ארפא.
איך האב דעם איד, ליידער, נישט קענען געלערנט.
לויט ווי עס שיינט איז ממש א שאד זיין שטארבן.
סתם מענטשען, ווען זיי שטארבן, זענען זיי זוכה ארויסצוגיין פון עולם השקר אריין צום עולם האמת, אבער א איד וואס - לויט ווי מ'שרייבט דא - האט זוכה געווען צום אמת נאך אויף די וועלט, וואס פארדינט ער פון שטארבן ?
די צער צו לעבן אין א עולם השקר איז זייער שטארק
יעצט האט ער שוין נישט די צער
shem-tov
אגב, די בילד מיט ר' חיים רייזמאן רעדט טויזענט ווערטער פאר אונז קרית יואלע אינגלעך
ווי זעסטי דעם בילד?
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=47605&mode=view">http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view</a>
קאווע טרינקעראיך האב דעם איד, ליידער, נישט קענען געלערנט.
לויט ווי עס שיינט איז ממש א שאד זיין שטארבן.
סתם מענטשען, ווען זיי שטארבן, זענען זיי זוכה ארויסצוגיין פון עולם השקר אריין צום עולם האמת, אבער א איד וואס - לויט ווי מ'שרייבט דא - האט זוכה געווען צום אמת נאך אויף די וועלט, וואס פארדינט ער פון שטארבן ?
דארט אויב ער זוכה זעט ער שוין ווער דער הייליגער ישמח משה מיט טשערנבילער זענען, זי"ע
A few of his last thoughts:
“I look at the mirror every day and I see a singularly unattractive human being. Now my father was a good looking man, my mother was good-looking too; therefore I must assume it’s the third in the
שלשה שותפין באדם.”
“I don’t say the posuk at the end of Shmono Esreh that will help me remember my name. When the angel will ask me for my name, I will answer
‘איך הייס שמוליק. דו ווילסט דאך שמייסן – נו שמייס’.”
😞
יצמחפרקניקאווע טרינקעראיך האב דעם איד, ליידער, נישט קענען געלערנט.
לויט ווי עס שיינט איז ממש א שאד זיין שטארבן.
סתם מענטשען, ווען זיי שטארבן, זענען זיי זוכה ארויסצוגיין פון עולם השקר אריין צום עולם האמת, אבער א איד וואס - לויט ווי מ'שרייבט דא - האט זוכה געווען צום אמת נאך אויף די וועלט, וואס פארדינט ער פון שטארבן ?
דארט אויב ער זוכה זעט ער שוין ווער דער הייליגער ישמח משה מיט טשערנבילער זענען, זי"ע
דו מיינסט צו זאגן אז ער וועט טרעפן דעם ישמח משה האלטן זיין באקאנטע דרשה וואס ער האט צוגעזאט?
ווי זיצט מען שבעה?
הדד בן בדדווי זיצט מען שבעה?
זיין הויז אין ק"י העיס קאר. פארעסט, קעגן די הצלה גאראדזש
was he a computer programmer ?,if yes then i knew him very well,he was a GESHMAKER YINGERMAN
דאכט זיך ער האט געהאט דאס ערשטע קאמפויטער אין מאנראו. נו שוין, וואס ערווארט מען.
DotComא טייערער איד געווען, ווי סאך ער האט גערעדט האט ער נאכאלס געהאט יראת שמים, איך פלעג אלס באוואונדערן זיין 'רילעישיפ מיט גאט' ווי ר' לבונה זכה רופט עס.
דערמאנסט מיר וואס מען זאגט נאך בשמו פון
ר' וואודי אלען"To you I'm an atheist, to god I'm the loyal opposition."
browser250was he a computer programmer ?,if yes then i knew him very well,he was a GESHMAKER YINGERMAN
יא, ער האט גוט געקענט AS400 programming language (קומט נאך פון IBM)
<a class="postlink" href="http://en.m.wikipedia.org/wiki/AS/400_Control_Language">http://en.m.wikipedia.org/wiki/AS/400_Control_Language</a>
די גרויסע קאמפעני'ס ניצן עס נאך, ווי עירפארטס וכדו'.
עטליכע האבן שוין דא דערמאנט איבער ר' דוד'ס ליבשאפט צו אלטע שירים און פיוטים. איך האב עטליכע מאל פארפירט א שמועס מיט אים איבער דעם ענין, און ער פלעגט אויך נאכזאגן אסאך בעל פה פון די באקאנטע "שירי יהודה הלוי", וואס אויף יעדן מצב אין פאליטיק און אין וועלטליכע געשעענישן, האט ער ציטירט א שיר פון דארטן וואס רעדט איבער דעם.
א מויל האט ער אפשר געהאט א גרויסע, אבער א פחדן פון גאט איז ער געווען איינס און אזעלכס...
געהערט אז ער האט מקפיד געווען נישט צו טרינקען קאווע פון א גאז סטאנציאן, אפי' מיט זייערע כשר'ע מילך... א זאך וואס רוב מענטשן זענען נישט מקפיד (ער האט אייביג מיטגענומען מילך)
קאנצעפטא מויל האט ער אפשר געהאט א גרויסע, אבער א פחדן פון גאט איז ער געווען איינס און אזעלכס...
והוא הנותנת, ווייל ער האט באמת מורא געהאט פון גאט ב"ה, דערפאר האט ער נישט מורא געהאט צו זאגן דעם אמת.
דענקערDotComא טייערער איד געווען, ווי סאך ער האט גערעדט האט ער נאכאלס געהאט יראת שמים, איך פלעג אלס באוואונדערן זיין 'רילעישיפ מיט גאט' ווי ר' לבונה זכה רופט עס.
דערמאנסט מיר וואס מען זאגט נאך בשמו פון
ר' וואודי אלען"To you I'm an atheist, to god I'm the loyal opposition."
די גמרא זאגט "אין אדם נתפס על צערו". נישט דער בהמה וואודי אללען. ר' דויד שווארץ ע"ה. ער האט ריכטיג מקיים געווען דעם מאמר החכם: "צהלו על פניו ואבלו בליבו".
He had a kashye on the gemura "chazuke ein udom moirish sheker lebunuv". How is it possible that when he sees parents show their kids that this and this rebi is a tzadik?q
like the even ezra said that if he would sell tachrichim, no one would die. He said that the day he buys Microsoft stock I should sellit, and the day he sells the stock I should buy it.
אויפגעוועקט
נא, גזל שינה