שרעקליך! צלם ביים וואסער אין אומאן
ס'כאפט א שרעק און ציטער ווען מ'הערט די נייעס!
אנטיסעמיטן האבן אינסטאלירט א ריזן צלם ביים וואסער נעבן אומאן, וואו אידן גייען תשליך ר"ה, אלס א פראוואקאציע צו טשעפען מיט די אידן וואס קומען אהין
📎 סטאטוע אין אומאן.jpg
די חברה האבן געלייגט קאמערעס ארום דעם כדי צו רעקארדירן ווי חסידים ברעכן עס אראפ און דאס פארשפרייטן און פירן צו א ווילדן אנטיסעמיטישן העץ קעגן אידן
ס'איז מיר נאר אינטערסאנט אז נאך אלע מעשיות הייבן די ברסלב'ע די עקאנאמיע דארטן אין אומאן מיט די שווערע צענדליגע טויזענטע אידן וואס קומען אהין יערליך, ווי איז זייער שכל? אוי זעהט מען באשיינפערליך דעם עשיו שונא ליעקב און שנאה מקלקלת את השורה
דאס איז א שרעקליכער רשעות פון די רשעים ארורים, לאמר האפן אז קיין שום איד וועט נישט אריינשפילן אין זייערע הענט, נאר מען וועט ניצן דעם אלטען טאקטיק וואס זיי האבן זייער ליב דעם גראבן דיקן קאש ענוועלאפ וועט עס שוין מסדר זיין בעזהשי"ת ובזכות הקדושים והטהורים השרויים שם ובזכות הצדיק הקדוש רבי נחמן זי"ע
דאס דערמאנט מיך דעם שרעקעדיגן צלם מיט אידישע אותיות וואס הענגט שוין אויף די טשארלס ברידשאין צענטער פון פראג - די עלטסטע ברידש אין יוראפ - פאר איבער פיר הונדערט יאר מיט א בלוטיגע היסטאריע
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק
א רב אין אוקריינע בעט אז מ'זאל עס אראפנעמען.
<a class="postlink" href="http://evreiskiy.kiev.ua/glavnyjj-ravvin-ukrainy-iz-za-kresta-12508.html">http://evreiskiy.kiev.ua/glavnyjj-ravvi ... 12508.html</a>
[ציטאט אראפגענומען]
ניין, דער סקווערער רבי וואלט אבער מגלה געווען אז דער פגר איז זיכער א גלגול פונעם לאקאלן פיש, און ווילאנג מאסן קריסטן וועלן קומען וועט עס האבן א תיקון ווייל אזוי וועט מען בויען נאך בנינים און מ'וועט קענען לערנען בהרחבה, ווידעראום די אוקראינע בהמות וואס זיי ווייסן זייער גוט אז זייער פרנסה איז אנגעהאנגען אין די פאר טעג וואס אידן קומען, און ווען נישט די אידן זענען זיי גלייך מיט זייערע שכנים וואס לעבן אויף 6 דאלער א יאר, גייען זיי זיך נאך טשעפענען מיט זייער ברויטגעבער? אלא מאי השנאה מקלקלת השורה..
זעט איר, מיך וואלט נישט געשטערט ווען איך זע א צלם ביי יענעם אין שטוב, כאטש איך האב פארלוירן דארט עפעס א טייערן חפץ.
מיר פארן טאקע קיין אומאן צוליב א צדיק וואס ליגט דארט, אבער די שטוב איז יענעמס און ער איז זייער וועלקאם צו שטעלן צלמ'ס וואו אויף דער וועלט ס'שמעקט אים, כל זמן ער געפינט זיך ביי זיך אינדערהיים. מסתבר איז אז מיר דארפן זיך אויסלערנען צו טאלערירן אביסל מער.
פארוואס איעדע זאך וואס א גוי טוט איז דאס שוין אלס אנטיסעמיטישקייט?
פארגעסטס נישט אונז זענען נאך אלץ אין גלות און אונז זענען נישט בעלעבתים אויף די וועלט. אפי מען וויל אונז אייןרעדן אז יא
אויך איז דא א ריזיגע שתי וערב ביי בלומענבערג ביי די אידישע געיגענט
זאגט מיר איינער אז ווען מ'לייגט ווען א מגן דוד אנשטאט א צלם אין בלומינבערג וואלט מען אפשר אויפגערעגט די סאטמארע. א צלם האבן מיר אויף הופפער סט. אויך און ס'שטערט ערענסט נישט פאר קיינעם. ודפח"ח.