☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות

נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4115
בלאט: 1 2

שנאפס » מיטוואך יוני 19, 2013 2:51 pm

· #126309
נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 3:32 pm

· #126333
שיינע ארבעט געמאכט

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 19, 2013 3:37 pm

· #126335
ס'זעט אויס פיין, און ס'איז א חידוש אין דער אידישער מארק צו ארויסגעבן חומר סתם פאר אומזיסט.
אויב איינער איז נייגעריג וועל איך עס שבת אדורכליינען און קאמאנטירן לפי ראות עיני.

גנדי » מיטוואך יוני 19, 2013 4:21 pm

· #126354
קנאת סופרים תרבה חכמה.

ווען קומען אונז ארויס מיט א אייגענע אויסגאבע?

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 4:25 pm

· #126356
פרעיג חזקיהו

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 4:27 pm

· #126357
מנהלים עצה'נען נישט צו ליינען דעם מי מנוחות (רמז לדבר, מ"י מנוחו"ת ינהלנ"ו)
📎 IVELT.jpg

יידל » מיטוואך יוני 19, 2013 10:48 pm

· #126520
שנאפס
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?

יין שרף » מיטוואך יוני 19, 2013 11:14 pm

· #126530
אינטרעסאנט דאס רופן זיי נישט יפה בעתו...

נייגעריגער » דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:26 am

· #126583
יידל
שנאפס
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?

זייער שיינע ארבעט, היבש באלערנד!

עס שטייט דערויף אז דעזיין און לעיאוט איז געמאכט דורך'ן ניק "שמן למאור"

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:47 am

· #126605
מ'דארף ארויסנעמען א שטארקע מוסר השכל פון דעם קונטרס, דער ענין פון הכרת הטוב, וואס די מנהלים ואחראים האבען צו די מיטגליגער אין שרייבערס אויף זייער וועטל, זיי פארגעסן נישט פון די אשכולות וואס זענען שוין פון לאנג אראפ אין תהום, אין געבן קרעדיט צו די ניקס.
איך גלייב שטארק און אונזער קאווע טרינקערס, אז מדארף זיך לערנען פון יעדע גוטע זאך, מיר קענען אויך באווייזען אזאנס, (אז מיר וואלטן זיך נישט אזוי שטארק אפגעגעבען אויף לשון הרע ורכילות ענדערש אויף מער זאכטליכע ענינים).

לעמיל » מיטוואך יולי 3, 2013 5:33 pm

· #130513
אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער צווייטע אויסגאבע
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20330
ליינט און האט הנאה

טעפל » מיטוואך יולי 3, 2013 5:42 pm

· #130515
איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?

מ. גליקמאן » מיטוואך יולי 3, 2013 5:59 pm

· #130522
אונז ווארטן נאך אויף @מאראנצןזאפט'ס אנאליז אויף די ערשטע.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 3, 2013 11:18 pm

· #130598
טעפל
וואו איז לעמאן דזשוס?

ער האט גענומען א ברעיק פאר א האלב יאר...... נאכדעם וועט ער דעסיידען איזה דרך ישרה, צי ער זאל צוריקקומען צו פארבלייבן אין ביהמ"ד 😞

מאנדלבאום » פרייטאג יולי 5, 2013 8:50 am

· #130998
טעפל
איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?

עההה.. וואס רעטיר?... א שטייגער קאווע שטיבל? סישוין דא לרחצה...
מענדעלע.... שאלעמ... חייעמ נאכמענ... און נאך...
שטויבט אפ די אלע פאסקונדן און לופטערט זיי פון זייער פארביאלעטן קעלער גערוך, און האפ!... "מי מלוחות"
דערעוילעם וועט אפלאדירן סעט גאייען א רויעך!!!

דייטל » דינסטאג יולי 9, 2013 4:32 am

· #131754
מאנדלבאום
ס'קוקט אויס ווי דו האלסט אז דו האסט א מצוה פון זיך דרייען אין קאווע שטיבל צווישן די משכילים און לאכן פון זיי ??
אנטלויף פון דא גיך ווייל דו קענסט פארכאפט ווערן, קיינער איז נישט פארזיכערט!

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 4:44 am

· #131755
@דייטל,
יא, איך דריי מיך דא ווייל איך בין שטארק מחולק מיט קאווע שטיבל אין פיל זאכן.
איך וויל זאגן מיין מיינוג, נישט פון דרויסן נאר אינעוווענדיג ווי ס'פאסט פאר "קאווע שטיבל" וואס מ'לאזט זאגן מיינוגען לויז און דעמאקראטיש.
וואס איז, מ'טאר נישט זיין אין אן אפאזיציע שטעללונג?
אבער האב קיין מורא, די הנהלה גייט מיר עניוועי ארויס טראסקענען פון דא בקרוב.

אגב,
האט איר אבער צו זאגן זאכליך אויף מיינע ווערטער? אדרבא! איך בין אפען מיינדעט, אזוי ווייט אפילו קעגן קאווע שטיבל!

דייטל » דינסטאג יולי 9, 2013 4:50 am

· #131756
וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 4:54 am

· #131757
דייטל
וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..

הוספתי כמה מילים עי' בתגובה לפנינו

דייטל » דינסטאג יולי 9, 2013 5:00 am

· #131758
איך כשלעצמי האב כלל נישט קיין פראבלעם מיט דיין דא זיין, יערב לך, אבער לשיטתך פארשטיי איך נישט, ווייל אז קאווע שטיבל איז פונקט ווי שאלעמ אלייכעם וכו' האט דאך נישט קיין זין איר זאלט נעמען א שאלעמ אלייכעם אין די האנט, אפשר יא? איך בין אייך נישט חושד אין אזאנס..
אלא מאי וואס איז דיין ציל? און וואס האלט איר באמת איבער קאווע שטיבל? מעג מען דא זיין ? מעג מען לייענען? אויב דער תירוץ איז ניין, וואס טוסטו דא? ווילסט ראטעווען אנדערע? אויף דעם האב איך געזאגט אז דו וועסט ענדערש פארכאפט ווערן, און חייך קודמין, האב איך רעכט?
בכלל, ווי עס שיינט פון אייערע ווערטער אז איר ערווארט א קאפע אויף ארויס, איז נישט מסתבר אז איר זענט דא פאר מיינונגען אדער דיסקוסיעס..

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 5:36 am

· #131759
מיין ציל איז געווען אז די נאיווע וואס דרייען זיך דא זאל זעהן נאך עפעס און נישט קויפן אלעס וואס ס'גיסט זיך דא אן קאנטראל.
איך האב געהאפט אז איר האט פארשטאנען דעם צושטעל צו אלייכעמ, און נישט זיך אן כאפן אויפן משל.
איך האב נישט ערווארט א קאפע ארויס, נאר די הנהלה האט מיר גע'טענה'עט דברים וואס איך פארשטיי אז מ'טאר נישט קומען בלויז קריטיקירן, ממילא גיי איך בקרוב פליען פון דאנען.

בנוגע צו ס'וועט מיר מזיק זיין?
איר האט א אמת'ע טענה, נישט ווייל איך האב זייער מורא פון די 'דברי חכמה' שבהם, נאר ווייל חזקה אויף דברים אסורים אז זיי שאטן, חוץ אויב ווען ס'איז לתועלת (כמובן מיט א תנאי אז מ טאר נישט זיין נאיוו)
וויבאלד אבער אז לכאורה גייט נישט געשעהן אזאנס, ווייל איך האב פארבינדענע הענט מצד די הנהלה, איז אויב איך וועל נישט קענען שרייבן וואס איך האב צו שרייבן, וועל איך אוודאי נישט אריין בליקן אפילו פון א מייל ווייט.

אגב וואס איז אייער מיינוג אויף קאווע שטיבל? (מעג מען פרעגן לויט די געזעצן?)

איך אויך » דינסטאג יולי 9, 2013 7:08 am

· #131766
און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.

מאנדלבאום » דינסטאג יולי 9, 2013 7:46 am

· #131768
איין וויכטיגע פונקט!
אין מיין קיינעם אבער ממש קיינעם נישט פערזענליך, איך מיין דעם מהלך.

קאווע טרינקער » דינסטאג יולי 9, 2013 7:51 am

· #131769
איך אויך
און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.

נעה, לאז דיין צוויי ווייטער שמועסן... זייער אינטערעסאנט...
יא קאווע שטיבל, נישט קאווע שטיבל, טריפה כשר... אפענע קאפ, פארמאכטע קאפ, אהער און אהין...

רעדט נישט אזויפיל "וועגן" שרייבן. שרייבט!

newkave » דינסטאג יולי 9, 2013 9:56 am

· #131781
@מאנדלבאום עס שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה. דיין תגובות מאכן מיר לאכן. ביטע קום צוריק אדר.

ידען » דינסטאג יולי 9, 2013 10:51 am

· #131789
מ י א ב ?

סאשי פיש » דינסטאג יולי 9, 2013 10:57 am

· #131790
Mind
Your
Own
Business

לעמיל » מיטוואך יולי 17, 2013 4:52 pm

· #134294
מי מנוחות-#3
יא עס איז א פאקט אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער דריטע אויסגאבע מי מנוחות
http://goo.gl/HwtBi ליינט און האט הנאה

אבי גערעדט » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:14 pm

· #147907
פינפטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, (103
זייטן) ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/fX9aqF

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:48 pm

· #165213
זעקסטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/GhMKz1

לעמיל » מיטוואך מערץ 12, 2014 10:17 am

· #190254
זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/RecLh5

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 11:27 am

· #190266
לעמיל
זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/RecLh5

מהיכי תיתי. מ'האט שוין געזעהן אזאנס.

נ.ב. לי עוועניו פאטא צאלט אויס פאר א גראפיקער? נישט שלעכט. (הערסט פישל'ע? גיי שנארער געלט פאר דיינע קאווע בלעטער! עניוועי, ווער נוצט נאך וואורד היינטיגע טעג? 😉 )

I'm back » מיטוואך מערץ 12, 2014 1:24 pm

· #190289
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.

התם ומתמם עם תמימים » מיטוואך מערץ 12, 2014 1:59 pm

· #190296
I'm back
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.

איש את רעהו » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:36 pm

· #241192
זיי זאגען אז אויף חנוכה געט מען ארויס א פרישע.

ישמעאל הכהן » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:43 pm

· #241194
אזוי? אוי וואו איז מיין גארטל? איי ייי ייי לשם יחוד

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:29 pm

· #241344
I'm back
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.

מנחם » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:42 pm

· #241347
ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'

טראכט גוט » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:37 am

· #241645
http://goo.gl/vzeEyB

zurich » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:44 am

· #241646
מנחם
ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'

Are you for real??

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:29 am

· #241703
איך האב געכאפט א בליק אין די אויסגאבע, עס איז דא גוטע זאכן צו זעהן דארט. איין שטיקל זעהט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן ארגינעל פאר קאווע שטיבל און עס איז בטעות אריינגעפאלן אהין. דער שרייבער ברענגט ארויס די חשיבות פון איי וועלט אז דארט קען מען ריכטיג ארויסהאבן די קולטור פון אונזער פאלק, ער שרייבט אז פון די צייטונגען און אויסגאבעס קען מען דאס נישט וויסן, ווייל "נאך אלעם האט יעדע צייטונג און מאגעזין א רעאדקטער און א שטאב. אלץ ווערט איבערגע'חשבון'ט, איבערגערעכנט, און איבערגעטראכט. מען זיפט אלץ דורך, מען שטופט אגענדעס, און מען באשליסט מיטונגען וואס און וויאזוי מען זאל מעלדן און שרייבן. עס שפיגלט טאקע אפ דאס קולטור פונעם פאלק, ריכטיג, אבער עס שפיגלט נישט אפ דעם ספאנטאנעם געדאנקען גאנג, דעם משכול ראשון פונעם פאלק, דעם לויזן וועג פון טראכטן, נאך די אלע באראטונגען און חשבונות וועט איר דאס קיינמאל נישט טרעפן. אויב זיכט איר דאס, דאן זיכט עס נישט אין געשעפט, זוכט אייוועלט..."
און איך מיין אז די דריי פינטעלעך צום סוף זענען זייער גוט אין פלאץ...
📎 1.JPG
📎 2.JPG

בשבילי! » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:43 am

· #241711
חחחחח ס'טע געהערט אזא באלאני??? רוב ספאנטאנע געדאנקען ווערן ספאנטאן פארמעקט אין אייוועלט... חחח ליצים!!

איש את רעהו » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:57 am

· #241716
פישעלע דארף צוריק אנהייבן מיט זיינע בלעטלעך.

התם ומתמם עם תמימים » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:40 am

· #241966
איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט

איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......

בקיצור האקסט נישט אויף יענעם יעדע זאל קוקען ביי זוך

סאשי פיש » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:30 am

· #241977
התם ומתמם עם תמימים

איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......

ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?

זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 10:17 am

· #241981
התם ומתמם עם תמימים
איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט

בעפאר מיר האבן געהאט קעגן זיי האבן זיי קודם געהאט עפעס קעגן אונז..

shem-tov » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:42 am

· #241996
תם כהאב נאך נישט געזעהן אזא היפאקראטישקייט אין מיין לעבן ווי דער וועב זייטל הנקרא איבל"ט . יא סדא דארטן צו ליינען אסאך גוטע באשרייבונגען איבערהויפט אלטע. אבער ווען ער הייבט אן צו זיין פרום כאפט עס א גרויל עד דכדוכה של נפש. ער ליגט אינעם שמאלץ טאפ פונען השחתה די אינטערנעט און ער שפילט פרום. חוץ וואס רוב טעגליכע שרייבער מאכן זיך ווי גלייך זיי זענען עפעס אזוי צוריקגעשטאנען און קינדעריש איין שטיק שקר און צביעות. בקיצור עס איבעל"ט. משא"כ דא אויף ק"ש זעמער אויטענטיש און צו דער זאך א ערליכע פארום וואס פירט זיך דורך נארמאלע מענטשן אן קיין פאלטשקייט און אן קיין פלאטשיקייט. און דאס איז אונזער שטארקייט. ואידך זיל גמור

ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:00 pm

· #241999
איך זע נישט וואס די געברויך אראפצורייסן אייוועלט נאכאנאנד.

אמת קאווע שטיבל איז אויף א פיל העכערן ניווא, אבער דאס כסדר'דיגע אוועקמאכן אייוועלט נידערט נאר אונזער קוואליטעט.

אמת זיי זענען 'פרום', צומאל געשפילט, אבער די עצם געדאנק פון אן אויסגעהאלטענע (לויט זייער פארשטאנד און סטאנדארט) זייטל אויפן 'טמא'נעם' אינטערנעט איז כלל נישט היפאקריטיש. אידן זענען אויפן געוועב, דאס איז די מציאות, אן אוטלעט פאר אינגעלייט, אפי' פארפרומטע איז די פארשטענדליכע זאך.

shem-tov » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:09 pm

· #242000
* זייט נישט קיין עניו, לייגט ווען אימער צו א תגובה אפילו איר האלט אז אייער צוגאבע איז פילייכט נישט אזוי אינטערסאנט.

* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:22 am

· #242295
סאשי פיש
התם ומתמם עם תמימים

איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......

ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?

זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...

וואס הייסט צירוק גיין ווען למעשה בין איך קיינמאל קיין שרייבער נישט דארט געוועהן
נאר געזעהן דא ווי מען האקט אויף זיי האב איך נאכגעקוקט דארטן פארשטיי איך נישט דער רודעריי אקעגן זיי
בלאט: 1 2