נייע פאפא רב אין מאנסי
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4113
נייע פאפא רב אין מאנסי
ס'הייבט זיך אן....
פאפא קהילה אין מאנסי האט פאראיאר אראפגעשטעלט זייער רב, ר' משה ראזנער, אן איידעם ביי פאפא רב ז"ל.
היינט זענען זיי מכתיר דאס צווייטע זוהן, פונעם פאפא רב זז"ג, מאיר פנחס, אלץ רב דפאפא מאנסי.
ימים ידברו.
📎 pupamonsey.jpg
געווען באריכטעט פאריגע וואך אין איד
תיקון טעות - באקומען אין אישי:
דער נאמען פונעם נייעם רב איז "פנחס חיים", דער עלטערע ברודער הייסט "מאיר".
תשית לראשו עטרת פז!
יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל!
וואס הייסט זיי האבן פאריאר אראפגעשטעלט זייער רב? וואס איז געווען די מעשה דארט?
קאווע טרינקערס'הייבט זיך אן....
פאפא קהילה אין מאנסי האט פאראיאר אראפגעשטעלט זייער רב, ר' משה ראזנער, אן איידעם ביי פאפא רב ז"ל.
היינט זענען זיי מכתיר דאס צווייטע זוהן, פונעם פאפא רב זז"ג, מאיר פנחס, אלץ רב דפאפא מאנסי.
ימים ידברו.
וואס איז די מעשה דארט?
אלטס פאפא חסיד קום איך קלאר מאכן
אז מ'האט ח"ו נישט אפגעזאגט בגני, נאר ער האט געקענט באשטיין צו גיין, מען האט עם געגבן א סכום הגון צו בוען א נייע שול,אין יעדער איז צופריעדן
מען האט געטוישט די קאליר פון צימעס?
זיי האבן שוין לאנג געוואלט באזייטיגן זייער דיין אין וומ"ס (כ'מיין ער הייסט רבי אהרן גרינוואלד) און אויפנעמען רבי מאיר אבער ער האט א שטיקל איידלקיט און ער וויל נישט וויי טון זיין פעטער.
מ'האט אים אמאל געוואלט מכתיר זיין ביי א דינער איז ער בכלל נישט געקומען. כפי שמועה דרייט ער זיך אין סטוטשין ביי רבי מאטל'ען און ער לערנט מיט אים קבלה.
(איך געדענק נישט איך זאל אים דארט זען. אין מיינע צייטן עכ"פ זיכער נישט, און איך קען עס דעריבער נישט באשטעטיגן).
#פאפאבומט
בד"וו, וואס זאגט איר צו דעם "ס" פון "סדר הערב"...?
מאראנצןזאפטזיי האבן שוין לאנג געוואלט באזייטיגן זייער דיין אין וומ"ס (כ'מיין ער הייסט רבי אהרן גרינוואלד) און אויפנעמען רבי מאיר אבער ער האט א שטיקל איידלקיט און ער וויל נישט וויי טון זיין פעטער.
מ'האט אים אמאל געוואלט מכתיר זיין ביי א דינער איז ער בכלל נישט געקומען. כפי שמועה דרייט ער זיך אין סטוטשין ביי רבי מאטל'ען און ער לערנט מיט אים קבלה.
(איך געדענק נישט איך זאל אים דארט זען. אין מיינע צייטן עכ"פ זיכער נישט, און איך קען עס דעריבער נישט באשטעטיגן).
#פאפאבומט
טייערער מאראנצען זאפט, די דערמאנטס מיר פון יענעם וואס איז נעבאך געווען געשלאגען מיט די מעשה, מיט א שמוץ אריבער פון די שמיני שבשמינית וואס חז''ל האבן מתיר געווען פאר א ת''ח, און ער פרעגט זיך ארום דרייען מיט א גרויסען שטעכעדיגען זאק, אויף זיינע אויסגעדארטע קערפער, אלס א כפרה אויף יענעמ'ס עבירות, אבער נאר אונטער די בגדים, אז מען זאל עס חלילה נישט זען,
אבער דער גוטער באשעפער איז דאך א רצון יריאיו יעשה, האט דער באשעפער געמאכט אז די זאק זאל זיך ארויסשטעקן פון אונטער די בגדים, אזוי אז יעדער זאל זען וואו ער דינט דעם אייבישטען, און ער איז זיך מסגף, בהצנע לכת.
אלס נישט פאפא חסיד וויל איך קלאר מאכן.
פאפא רבי'ס עלטסטע זון ר' מאיר איז טאקע זייער א חשוב'ער אינגערמאן און ער דרייט זיך טאקע ביי ר' מאטל זילבער, צו ער לערנט מיט אים קבלה דאס ווייס איך שוין נישט.
דער צווייטער זון איז שוין יארן ראש הכולל אין פאפא אין מאנסי, און דער רבי האט אים זייער געוואלט מאכן פאר רב, אבער זיין טאטע, דער פרערדיגער פאפא רב זצ"ל האט דאך געמאכט זיין שוואגער, הרה"ג ר' משה ראזנער שליט"א אלס רב אין פאפא מאנסי, האט ער געהאט א שטיקל פראבלעם. איז ער אויפגעקומען מיט אן עצה, ער גייט בויען נאך א פאפא שול אין מאנסי, א גרעסערע ווי די אלטע, און דארט גייט ער מאכן זיין זון פאר רב פון ביהמ"ד. דאס הייסט אז ר' משה ראזנער וועט ווייטער זיין פאפא רב פון מאנסי, און פון די נייע גרויסע פאפא שול וועט זיין זון זיין רב.
ווען ר' משה האט דאס געזען האט ער געזאגט דעם שוואגער, הער אויס, קיין פורים מאך נישט, ווילסט דאס רבנות, קענסט ער גערן האבן. צאל אפטריט געלט וועל איך גיין אליינס און זיך מאכן אן אייגענעם שול. דער שוואגער דער פאפא רבי האט זיך געכאפט דערויף און מען האט געשלאסן געשעפט.
פאר אפאר חדשים צוריק האט ר' משה ראזנער פארענדיגט בויען זיין נייעם שול, קהל טערצאל, (זיין טאטע איז געווען רב אין טערצאל) און די פאפא קהילה האט געמאכט פאר אים א שיינעם געזעגענוגס מסיבה, און יעצט נעמט די קהילה אויף א נייעם רב.
בד"וו, וואס זאגט איר צו דעם "ס" פון "סדר הערב"...?
לפענ"ד, מיט געשריבענע אויתיות וואלט עס אויסגעזעהן היפש בעסער.
אפשר צאלט מען אפטריט געלט אויך פארן פאפא'ער רבי זעלבסט?
יידלאפשר צאלט מען אפטריט געלט אויך פארן פאפא'ער רבי זעלבסט?
And how about $$$ for R'ZL ?
You mean $$ for R'AT, huh ? LOL
היינט אין שול הער איך א מיטל-יעריגער איד שרייט אן צוויי יונגעלייטלעך, "נו, מ'רעדט נישט אזוי אין א מקום קדוש, עטס ווילטס צימעסן, גייטס אין פאליש".
אר יו סיריעס?
זייער שיינע נייעס.
אלץ בעסער ווי מחלוקת.
אי"ה ביי די נעקסטער פאפער רבי, ר' מאיר, ווען ער וועט וועלען זיי זוהן זאל ווערען די רב פין די ביהמ"ד, און וועט צאלען אפטריט געלט פאר זיין ברודער, ווען עס אויך זיין שיינע נייעס.
הדא הוא דכתיב, די נשיאים טוישען זיך און די בהמות בלייבען די זעלבע.
איך געב קרעדיט פאר פאפע רב אום זיין שעוואגער
הלויה דא איין מאל זאל סאטמער זיי נאכמאכען
געסבט עם קרעדיט אויך אויף וואס ער האט געטון מיט זיין עלעטערע ברודער פון ב"פ?
Just for the record
דער ברודער פון באראפארק איז אינגער
יא ווייל דארט האט ער געמאכט א מיסטעק און ער האט זיך גלערנט וויאזווי צו זיין א בעסערע מענטש
וויי איז פאר די,וואס לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים
הדד בן בדדJust for the record
דער ברודער פון באראפארק איז אינגער
ביסט זיכער?
איך אויךהדד בן בדדJust for the record
דער ברודער פון באראפארק איז אינגער
ביסט זיכער?
ער קוקט אויס עלטער אבער ער איז למעשה אינגער
קרעקערגעסבט עם קרעדיט אויך אויף וואס ער האט געטון מיט זיין עלעטערע ברודער פון ב"פ?
וואדזע האט ער געטוען?
קרעקערגעסבט עם קרעדיט אויך אויף וואס ער האט געטון מיט זיין עלעטערע ברודער פון ב"פ?
קרעדיט אויף מחלוקת טאר מען קיינעם און קיינמאל נישט געבן, אבער....
1 - ווי עטליכע האבן שוין אנגעמערקט איז דער ברודער פון ב"פ יונגער
2 - איך קען נישט די פרטים פון די סכסוך צווישן די פאפא ברודערס, אבער איין זאך איז זיכער אז הלוואי וואלטן אלע חסידישע מחלוקת'ן געווען נישט מער ווי די מחלוקה. למעשה, רעדן זיי כסדר צויישן זיך. ביידע ברודער באטייליגן זיך געהעריג כסדר ביי די שמחות פון די אנדערע צד. ביי פארשידענע געלעגנהייטן קומען ביידע ברודערס אן אינעם צווייטענס ביהמ"ד. און ביי ביידע פלעצער ווערן ביידע אויפגענומען ביותרת הכבוד.
אוודאי וואס דען? ופרשת [...] יוכיח.
איך אויךאוודאי וואס דען? ופרשת [...] יוכיח.
דהיינו? דערצייל ביטע
ס'שמעקט/ס'שטינקט שוין פון צימעס.
אלץ פותח האשכול, ביטע נישט פארדייען דעם שמועס.
פארוואס דארף מען רעדן פון פריוואטע מענטשען'ס צרות?
איך אויךאוודאי וואס דען? ופרשת [...] יוכיח.
MR ICH OICH. "Ma de-aloch saneh lechavroch lo savid" I just don't understand you ! So cheap !
וואס?
א שיינע זאך פון הר"ר משה ראזנער, ער האט שטארקע מעריצים און זיי זענען געווען גרייט זיך אונצינעמען פאר זיין כבוד אבער ר' משה האט גלייך אויפגעגעבען
און פאפע האט געמאכט א חשבון אז צי בויען א נייע גרויסע ביהמ"ד און ספענדן אסאך געלט ארום און ארום איז זיי ביליגער צו געבען די פאר דאללער אפטריט געלט און פארטיגע
איך האב נישט געוויסט אז פאפא קען מאכן חשבון
שלשלתקרעקערגעסבט עם קרעדיט אויך אויף וואס ער האט געטון מיט זיין עלעטערע ברודער פון ב"פ?
קרעדיט אויף מחלוקת טאר מען קיינעם און קיינמאל נישט געבן, אבער....
1 - ווי עטליכע האבן שוין אנגעמערקט איז דער ברודער פון ב"פ יונגער
2 - איך קען נישט די פרטים פון די סכסוך צווישן די פאפא ברודערס, אבער איין זאך איז זיכער אז הלוואי וואלטן אלע חסידישע מחלוקת'ן געווען נישט מער ווי די מחלוקה. למעשה, רעדן זיי כסדר צויישן זיך. ביידע ברודער באטייליגן זיך געהעריג כסדר ביי די שמחות פון די אנדערע צד. ביי פארשידענע געלעגנהייטן קומען ביידע ברודערס אן אינעם צווייטענס ביהמ"ד. און ביי ביידע פלעצער ווערן ביידע אויפגענומען ביותרת הכבוד.
און וואס איז מכח די פרשה פון...אויסטראליע, וועלכע די וויליאמסבורג'ע פאפא'ער האבן אנגעדרייט (דורך הרה"ח ר' נ.ש.) און וואס האט געזאלט זיין א צוריקצאלונג פאר'ן שטערן (דורך די ב.פ. פאפא'ער חסידים) אנצוקומען באצייטנס צום יארצייט פונ'ם ויגד יעקב. אין פאפא, אונגארן.
אנטשולדיג, זיי זיך אביסעל מסביר! קיינער פארשטייט נישט וואס די מיינסט.
ס'איז נישט צימעס דא און איך הייס נישט שאולזון. נאר כ'גיי זאגן ראשי פרקים. א געוויסן יאר (נאך די פטירה פון אלטן פאפא רב זצ"ל) האבן די חסידים פונ'ם וומס"ב פאפא רבי געפלאנט צו פארן קיין פאפא, אונגארן צו די יארצייט פון פריערדיג'ן פאפא רבי, דער בעל ויגד יעקב. די ב.פ. חסידים האבן אנגעדרייט א שפיצל צו פארשפעיטיקן זייער נסיעה און זיי זענען אנגעקומען נאך די יא"צ. אלס נקמה האט דער צד שכנגד אנגעשטעלט א שפיצל (דורך א שליח) פאר'ן ב.פ.'ער רבי'ן וואס האט זיך געענדיגט מיט א גרויסן חילול השם.
ארנסט גרעדט איז די פליגער מעשה אונטערגעשטאלט דורך פאפא?איך קען דאס נישט געלייבן,פאפא זע\
לייגט אריין אין Google translate די ווארט pupa און translate צו Hebrew ותמצא נחת...
לאכוס וויפיל עטץ ווילסט, פאפא איז א שיינע גרויסע חסידות
יין שרףלייגט אריין אין Google translate די ווארט pupa און translate צו Hebrew ותמצא נחת...
וואס דארפסטו די טייטש? לייג אין גוגל
define pupa ותמצא שרץ.