☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מזל טוב!!!

מזל טוב!!!

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4110

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 9:49 am

· #126221
מזל טוב!!!
דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות וואס קומען פאר צווישן אונז עם הנבחר, אז ס'איז דא א ברוך דיין האמת געהענגל, מעג מען דאך זעכער מבשר זיין בשורות טובות, מ'זאל קענען מעלדן חתונות, שידוך שליסן, קינדער האבן און אפילו חאלאקא'ס...

נא איז נישט מער ווי פאסיג צו עפענען אזא אשכול מיט א שמחה וואס האט נאך א העכערע באדייט אזוי אויך...

שמחת בית תולדות אהרן - תולדות אברהם יצחק - מעליץ - קרעטשניף-סיגוט:

ס'איז געשלאסן געווארן א שידוך צווישן החתן בן הרה"צ רבי משה קאהן שליט"א, ראש חבורת 'חסד נעוריך' שע"י ק"ק תולדות אהרן, בן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אהרן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מ'מעליץ שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א רב קהל תולדות אברהם יצחק-בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף סיגוט שליט"א.

ויה"ר שמשחה זו יושפע שפע רב לכל ישראל.

boxcover » מיטוואך יוני 19, 2013 11:01 am

· #126230
מזל טוב, רבי שעפטל, פאר די זכיה פון דערקוויקען אידישע הערצער. נאר אויף שמחות.

newkave » מיטוואך יוני 19, 2013 11:03 am

· #126232
איז דאס די ערשטע שידוך צווישן די צוויי ברודער?

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 11:52 am

· #126243
newkave
איז דאס די ערשטע שידוך צווישן די צוויי ברודער?

כ'מיין אזוי

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 11:56 am

· #126245
שעפטל
דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות

עס איז שוין דא אזא אשכול

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 12:01 pm

· #126248
יענץ איז אין צימעס און נאר פאר רבנים.
דא אי"ה וועט עס בלייבן ריין פון לשון הרע ומחלוקת און דערוילעם זאל מעלדן פון אלע אידישע קינדער.

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 12:03 pm

· #126249
די שידוך וואס דו האסט געלייגט איז פון רבנים

זר זהב » מיטוואך יוני 19, 2013 12:09 pm

· #126250
שעפטל
פון אלע אידישע קינדער.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3255">viewtopic.php?f=4&t=3255</a><!-- l -->

טישו באקס » מיטוואך יוני 19, 2013 12:48 pm

· #126264
לא היה ולא נברא..
קיינמאל אזא שידוך נישט געשלאסן געווארן

זר זהב » מיטוואך יוני 19, 2013 12:49 pm

· #126265
אזוי שנעל גע'גט?

טישו באקס » מיטוואך יוני 19, 2013 12:51 pm

· #126266
אזוי שנעל גע'גט?


פאר ס'געשעט איז געווענליך גרינגער

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 19, 2013 1:53 pm

· #126282
טישו באקס
לא היה ולא נברא..
קיינמאל אזא שידוך נישט געשלאסן געווארן

ס'פשוט נישט מעגליך, פאר ווער ס'ווייסט, מעליץ און סיגעט, זענען אויף מעסער שטעך, כ"ש מיט קרעטשניף-סיגעט!

ווייט פיש » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:37 pm

· #217802
לעמיל
שעפטל
דער אמת איז ס'וואלט שוין לאנג ווען געמעגט זיין אן אשכול דאהי איבער שמחות




ול



א בשורה מרנינה ב''ה