☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » וואס גייט פאר מיט די מוסדות אין מאנסי?!

וואס גייט פאר מיט די מוסדות אין מאנסי?!

47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4104

חזקיהו המלך » דינסטאג יוני 18, 2013 7:31 pm

· #126032
וואס גייט פאר מיט די מוסדות אין מאנסי?!
כ'האב א חבר וואס וואוינט דארט. ער האט צוויי קינדערלעך, א אינגעלע מיט א מיידעלע. כ'קען אים, ער איז א העכסט נארמאלער אינגערמאן, נישט קיין לאו-לייף אדער א פויער, נאר וואס דען, ער רירט זיך אביסעל די בארד,

און פאר א גוט יאר מוטשעט ער זיך געפערליך צו טרעפען מוסדות פאר זיינע קינדער, פאר זיין אינגעל האט ער געטראפען אמרי שפר וואס איז א מוסד וואס נעמט גרינגער אן, אבער פאר זיין מיידל וואס דארף שוין גיין אין א מוסד, האט ער געמוזט אויסזוכען א פלעיגרופ וואס נעמט נאך אן איר יארגאנג ווייל פלעין און פשוט, "קיינער" וויל איר נישט אננעמען, סיי נישט די צוויי קהלות פון ווי ער און זיין ווייב זענען אויפגעוואקסען, און סיי נישט אנדערע מוסדות. ער האט זיך שוין געבעטן און געוויינט צו רבנים און צו פירער פון מוסדות און ער רעדט צו א וואנט, ער האט פשוט נישט ווי צו שיקען זיין טאכטער,

און נאכאמאל צו קלאר מאכען, מען רעדט דא פון א נארמאלער אינגערמאן, זיין ווייב איז א נארמאלע פרוי, און די קינדער זענען נארמאלע קינדער. זיין עבירה איז אז ער האט ליב צו שטיצען אביסעל דאס בערדל,

כ'ווינדער מיר וואס גייט פאר אין מאנסי מיט די מוסדות? כ'האב נאך אין ערגעץ נישט געהערט אז ס'זאל זיין אזוי עקסטרעם, דא ווי איך וואוין האב איך נישט געהערט אז א מוסד זאל נישט אננעמען די קינדער ווייל די טאטע רירט אביסעל די בארד,

א צווייטער פין מאנסי האט מיר געזאגט אז ביים איינשרייבען זיין טאכטער אין א מוסד האט ער געדארפט אונטערשרייבען אז ער גייט נישט אויף די גאס אן א הוט און רעקעל, כ'האב מיר אזוי געוואונדערט דעמאלץ, וואספארא סארט משוגעת איז דאס, זייט ווען טאר מען נישט גיין אן א רעקל אויף די גאס,

עניוועי, כ'פארשטיי נישט וואס גייט פאר דארט אין מאנסי, איינער האט אמאל געזאגט אז מאנסי מיט משוגע הייבען זיך אן מיט די זעלבע אות,

אבער באמת, וואס דארף אזא יונגערמאן טוהן? ווי זאל ער שיקען זיין טאכטער?????

עפעס איז ראנג אין מאנסי, ס'קוקט אויס ווי די מוסדות זענען אויף א קאנטעסט ווער ס'קען זיין מער עקסטרעם,

און בפרט איז א קשיא אויף די צוויי מוסדות צו ווי די קאפעל האבען א שייכות, וואס ביידע האבען זיך אפגעזאגט צו אננעמען די מיידעלע, ווייל וויבאלד איר טאטע רירט אביסעל די בארד איז זי נישט פין די ריינע ראסע,

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 7:35 pm

· #126033
ס'איז אומגלויבליך, ווייל ווייסן ווייסן מיר אז געוויסע ציען זיך גאר אריבער פון די שטאט קיין מאנסי ווייל אין ווילי האבן זיי פראבלעמען מיט מוסדות, און דארט אין מאנסי איז גרינגער. אינטערעסאנט.

ימי קדם » דינסטאג יוני 18, 2013 7:45 pm

· #126038
חסידישע מוסדות אין מאנסי זענען אזוי, אבער אויב איז ער גרייט אביסל ארויסצוגיין פונעם חסידישען סיסטעם איז דא אפאר גוטע מוסדות אין מאנסי, ווי בית דוד און נאך.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 7:48 pm

· #126039
עס איז נישט דא קיין ליטווישע מוסד אין מאנסי? ער האט פראבירט ביי די ליטאים?
חסידים שניידען זיך נישט די בארד, אויב איז ער נישט קיין חסיד און ער שניידט יא די בארד פארוואס זאל ער נישט גיין ווי ער באלאנגט?

חזקיהו המלך
אבער באמת וואס דארף אזא יונגערמאן טוהן, ווי זאל ער שיקען זיין טאכטער ?????


who about גיבסט אים א עצה אז ער זאל אויפהערן שניידען די בארד? ער האט עפעס א מיחש אז ער מיז עס שניידען?

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 7:50 pm

· #126040
ער זאגט דען אז יענער שניידט? יענער רירט זיך אביסל דא און דארט, ווער רירט דען נישט חוץ א גערירטער?

יין שרף » דינסטאג יוני 18, 2013 7:51 pm

· #126041
ס'דאך דא בית רחל (נישט פון סאקמאר...) בית שפרה מרים (אדער עפעס אזוי,) פארשעי סקול האט זיך פאר מאכט ווייל זיי האבן נישא געהאט גענוג מיידלעך.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 7:59 pm

· #126044
זר זהב
ער זאגט דען אז יענער שנייט? יענער רירט זיך אביסל דא און דארט, ווער רירט דען נישט חוץ א גערירטער?


אלא מאי? זענענן די חסידישע מוסדות ליידיג פון קינדער ווייל יעדער רירט די בארד?
אדער קען זיין אז קיינער רירט נישט די בארד? אדער אפשר נעמט יא אן אפילו מען רירט די בארד?
אדער זאגט ער נישט די גאנצע אמת, און ער שניידט היבש די בארד? אדער איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי ווילען אים נישט אנעמען? אדער איז די גאנצע אשכול לחודודי בעלמא?

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 8:02 pm

· #126046
לא.

פידלער » דינסטאג יוני 18, 2013 8:15 pm

· #126050
איך וואונדער מיך אויף ענקער סערפרייז. שוין יארן וואס מאנסי איז די שטרענגסטע אין אננעמען קינדער אין מוסדות. טאקע דערפאר ווייל אסאך חסידים פון ווילי און קרית יואל ציען זיך אריבער צו מאנסי ווען זיי ווילן לעבן אביסל פרייער, זענען די מאנסי מוסדות געווארן שטרענגער כדי זיי זאלן נישט בלייבן מיט א parent body וואס "פאסט" נישט פאר זיי. איך מיין אז ר' יואל ראטה זאל עפענען א מיידל סקול דארט.

איש צדיק תמים » דינסטאג יוני 18, 2013 8:18 pm

· #126052
דער פראבלעם אין מאנסי איז אז עס איז געווארן א סטייל פאר בערך צען יאר צוריק אז יונגעלייט וואס ווילן "אנטלויפן פונעם סיסטעם" מופען זיך ארויס אויף מאנסי, די פראבלעם איז אז זיי ווילן אנטלויפן פונעם סיסטעם און זייערע קינדער זאלן זיין ענראלד אונעם סיסטעם, ווען איך בין געווען און חדר האבן געלערנט בערך צען קינדער אין מיין כתה וואס יעדן לאנטש האט מען אדורכגעשמועסט וואס פארא מאוויס זיי האבן געקוקט נעכטן אינדערהיים (נישט קיין שמוץ אבער דאך מאוויס...) א טאטע וואס שניידט זיך נישט די בארד (אדער ווי מען רופט עס, "האט זיך נישט "ליב" צו שניידן די בארד", און א טאטע וואס ביי אים אינדערהיים ווייסן די קינדער נישט פון קיין מאוויס צו זאגן (אז ער קוקט מיטן בני בית איז עס אונטער שלאס און ריגעל און די די ווי די פלעיער ליגט נישט ארום און הויז) קען איך פארשטיין אז ער וויל נישט אז זיינע קינדער זאלן גיין אין א מוסד מיט קינדער וואס די רבי זאגט ערב יום טוב אז מען זאל זיך נישט פארגעסן אפצושערן לכבוד יום טוב זאל איין קינד פרעגן מיט א תמימות "אבער רבי איך האב נישט קיין בארד".

די היימישע חסידישע מוסדות זענען געמאכט פאר טאטעס וואס פירן א שטוב אויפן חסיד'ישען סטאנדארד (איך רעד נישט אז זיי מוזן גיין און מקוה) אויב ביסטו אנטלאפן פונעם "סיסטעם" און דו שניידסט דיין בארד (א זאך וואס עס איז נישט די סדר פון א "חסיד'ישע שטוב" דאן פעיס די פעקט און שיק דיין קינד צו א מוסד וואס איז יא לויט דיינע סטענדערד'ס.

אין מאנסי פלעגט מען יעדן אננעמען און עס איז געווארן א חורבן, האבן זיי אנגעפאנגען צו ווערן פיקי (נישט וואספארא כשרונות דאס קינד האט, אדער צו דער טאטע איז אן עושר) נאר פשוט וואס פאר א שטוב מען פירט.

איך זעה נישט עפעס ראנג דערמיט, עס איז דא גענוג מוסדות אין מאנסי מיט פיינע משפחות וואס זענען נישט אזוי שטרענג און נעמען יא אן, און די מוסדות וואס זענען שטארק חסיד'יש האבן אלע רעכטן זיך צו וועלן...

chosen people » דינסטאג יוני 18, 2013 10:33 pm

· #126114
די פראבלעם איז אז מוסדות וואס אמאל האבן א גרויסע חלק פון די טאטענס געשטיצט די בארד און א חלק מאמע'ס האבן געברענגט זייער קינדער און חדר מיט זייער קאר, למשל וויען, זענען פרימער געווארן און זיי נעמען נישט אן היינט צוטאגס טאטע'ס וואס שטיצען אדער מאמע'ס וואס דרייווען.
בית שפרה מרים איז נישט קיין ליטווישע סקול עס איז אן עכטע פרימע סקול.
און בית רחל איז שוין היינט אזוי גרויס מען דארף עכט האבן פראטעקציע אריין צו שיקן דארט אפי' די האסט אלע דיינע קינדער געשיקט דארט.
די אמת איז אויב איינער וויל עפענען א מוסד איז מאנסי זייער גרינג צו עפענען ווייל צו טרעפן תלמידים איז גאנץ גרינג, ווייל זייער אסאך זענען נישט אריין געשטעלט אין א פארטיי, און אויכט עס איז דא דארט אלע סארט מענטשן.

יין שרף » דינסטאג יוני 18, 2013 10:42 pm

· #126118
chosen people
בית שפרה מרים איז נישט קיין ליטווישע סקול עס איז אן עכטע פרימע סקול.

כ'ווייס נישט וואס די מיינסט צו זאגען מיט דעם, אבער כ'האב מער ווי איין קרוב וואס שיקט דארט מיט געפוצטע בערד. ס'דא דארט פון שפיצלעך (פרעג מיך נישט יעצט וואס דאס מיינט...) ביז לאנגע שייטלעך ועוד, כמו שאמר פלוני ס'איז דא דארט פון שווארצע זאקן ביז בלע"ק סטאקינג"ס מיט אלעס אינצווישן.

בן-זומא » מיטוואך יוני 19, 2013 12:19 pm

· #126253
די פאקט איז אז אין מאנסי איז היינט זייער ביטער מיט די מוסדות. עס איז זייער מסתבר וואס איש צדיק תמים זאגט אז סהאט זיך אנגעהויבן ווייל אסאך יונגעלייט וואס האבן געליטן וואו זיי האבן געוואוינט האבן געמופט קיין מאנסי, אבער היינט איז עס א גזירת חק: מען נעמט נישט אן קיין קינדער אפילו אן קיין געהעריגע סיבה.

@ימי קדם: בית דוד נעמט שוין היינט אויך נישט.

@יין שרף: סאיז מיר א חידוש ווייל איך האב אויך געוואוסט אז בית שפרה מרים איז מער געשטימט פרום (קען זיין אז איך בין נישט גוט אינפארמירט).

א גרויסע חידוש איז אז די שוואכסטע חסידישע מוסד אין מאנסי (איינס פון די גרויסע עסטעבלישט מוסדות) איז נאך די ערגסטע מיט דעם, אפילו מיט אייגענע מענטשן און אפילו נארמאלע דורכשניטליכע יונגעלייט. איך האב א ידיד וואס האט געדארפט מופן קיין מאנסי (ער האט נישט געוואלט אנטלויפן פונעם סיסטעם נאר האט געוואלט מופן בעיקר וועגן די דירה) און האט צום סוף נישט געקענט ווייל יענער מוסד האט נישט אנגענומען זיינע קינדער. אן עסקן האט געזאגט פאר מיין חבר אז דער מוסד מאכט קונצן ווייל זיי זענען קאמפלעקסד, ווייל זיי ווייסן אז זיי האבן א נאמען פון א שוואכן צעפארענעם מוסד, מאכן זיי פראבלעמען צו ווייזן אז זיי וועלן זיך... עס קען זיין ווייל רוב פון זייער סטעף, סיי די גשמיות און סיי די רוחניות זענען בדיעבד מענטשן וואס מען וואלט היינט קיינמאל נישט אויפגענומען, זיי זיצן שוין דארט יארן און ווילן זיך נישט ארויסרירן פון דארט.

לעמיל » מיטוואך יוני 19, 2013 12:40 pm

· #126262
יין שרף
ס'דאך דא בית רחל (נישט פון סאקמאר...)

בית רחל נעמט נישט אן אזוי גרונג און א וועיג זענען זיי נאך שווערער ווי די חסידישע מוסדות און מאנסי

לעיקוואד » מיטוואך יוני 19, 2013 1:24 pm

· #126273
מה זכה מאנסי שנתייחדה עליו אשכול? והלא כך מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם.

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 19, 2013 1:38 pm

· #126276
...אין בשעת מעשה מאכט מען גרויסע עצרת תחת כיפת השמים אז מ'וויל ארויס נעמען פון די ישיבות אריין אין מיליטער, אבער ווען מ'וויל יא אריין גיין אין א ישיבה קוק וויפיל פראבלעמען זיי מאכען. דער היפאקראטיע אויפן העכסטע פארנעם, פאר די ארץ ישראל'דיגע ישיבות זארגען זיי זיך, נישט דא קיין גרעסערע ליצנות פון דעם. ווייל די ביסט אייניג מיט יאיר לפיד, ער וויל ארויסנעמען פון די ישיבות, אין די ווילסט נישט אריין לאזען אין די ישיבות.
לאז אפ "פארענט באדי", לייג אריין דיין גאנצע מח אויף א ערליכע חינוך פאר די קינדער, ווייז ארויס אהבת התורה אהבת ישראל, האסט אויפגענומען אויף זיך א מיסיע דאן טוה עס בשלימות, האסט געעפענט א ישיבה נישט קיין כולל בעל בתים וכיוצא בזה. נעם אריין דעם קינד, און פרעג נישט אין וועלעכע בית מדרש זיין עלטער זיידע דאווענט.

!!!

אביגדור » מיטוואך יוני 19, 2013 1:46 pm

· #126279
לעיקוואד
מה זכה מאנסי שנתייחדה עליו אשכול? והלא כך מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם.

דאס קען נאר פארשטיין א היזיגער. קומט אהער אויף איין וואך וועט איר שוין אלעס פארשטיין. און יא, טייערע לעיקוואד, איר האט מיך טאקע אוועקגענומען א לייק איינמאהל, אבער איר קענט ביי מיך איינשטיין. א פולע וואך אויף מיינע קאסטן! האב'מיר א דיעל?

לעיקוואד » מיטוואך יוני 19, 2013 1:56 pm

· #126283
און איין וואך איז גענוג צו פארשטיין די גאנצע פאליטיק און הלוך ילך פון מאנסי?
איך בין שוין לעיקוואד זייט איך בין געבוירען און נאכאלץ פארשטיי איך נישט קלאר וואס די מעשה דארט איז.

אביגדור » מיטוואך יוני 19, 2013 2:16 pm

· #126289
ס'איז אנדערש ווען איך בין דער טאור גייד...

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 19, 2013 7:18 pm

· #126432
די וואך איז אדווערטייזט אז עס עפענט זיך א נייע מיידל סקול אין מאנסי, בנות דרך ישראל, אפשר זאל דיין חבר טרייען דארט. עס עפנט זיך מיט אלע קלאסן, ביז אכטע קלאס.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:04 pm

· #126463
בדחן
זר זהב
ער זאגט דען אז יענער שנייט? יענער רירט זיך אביסל דא און דארט, ווער רירט דען נישט חוץ א גערירטער?


אלא מאי? זענענן די חסידישע מוסדות ליידיג פון קינדער ווייל יעדער רירט די בארד?
אדער קען זיין אז קיינער רירט נישט די בארד? אדער אפשר נעמט יא אן אפילו מען רירט די בארד?
אדער זאגט ער נישט די גאנצע אמת, און ער שניידט היבש די בארד? אדער איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי ווילען אים נישט אנעמען? אדער איז די גאנצע אשכול לחודודי בעלמא?

דו מיינסט צו זאגן לבדוחי (לבדיחה) בעלמא.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:10 pm

· #126471
ענטפער צו איש צדיק תמים
...נאר מ'עמער זעען וואו זיי וועלן אנקומען. וד"ל

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:14 pm

· #126472
chosen people
די פראבלעם איז אז מוסדות וואס אמאל האבן א גרויסע חלק פון די טאטענס געשטיצט די בארד און א חלק מאמע'ס האבן געברענגט זייער קינדער און חדר מיט זייער קאר, למשל וויען, זענען פרימער געווארן און זיי נעמען נישט אן היינט צוטאגס טאטע'ס וואס שטיצען אדער מאמע'ס וואס דרייווען.
בית שפרה מרים איז נישט קיין ליטווישע סקול עס איז אן עכטע פרימע סקול.
און בית רחל איז שוין היינט אזוי גרויס מען דארף עכט האבן פראטעקציע אריין צו שיקן דארט אפי' די האסט אלע דיינע קינדער געשיקט דארט.
די אמת איז אויב איינער וויל עפענען א מוסד איז מאנסי זייער גרינג צו עפענען ווייל צו טרעפן תלמידים איז גאנץ גרינג, ווייל זייער אסאך זענען נישט אריין געשטעלט אין א פארטיי, און אויכט עס איז דא דארט אלע סארט מענטשן.

און די סארט מענטשן זוכן א מוסד וואס מאכטצעך נישט משוגע און מאכט נישט משוגע א צווייטן און נעמען אן אידישע קינדער צו לערנען תורה און געיבן א אידישן ערליכן חינוך.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 19, 2013 9:25 pm

· #126478
לעיקוואד
מה זכה מאנסי שנתייחדה עליו אשכול? והלא כך מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם.

כגון עיר האטעירע לעיקוואוד יצ"ו.

עוד מישהו » דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:02 am

· #126544
אזוי וואו ארויסגענומען מיינע ווערטער פון מויל, איך האב א חבר וואס האט געמופט אויף לעיקוואד, אבער צוריק געמופט קיין ניו יארק, נאכדעם וואס קיין איין מוסד האט נישט געוואלט אננעמען זיינע קינדער.

וואס קענען מיר די בעלזע רב זצ"ל האט שוין געזאגט די ערגסטע גלות איז אונטער אידן.
מיר גייען אריבער א סעלעקציע ווען ס'קומט אריינצושיקן קינדער צו די מוסדות, די צו די רעכטע זייט גייען אריבער און די צו די לינקע זייט ווערן אפטמאל פארברענטע נשמות ליידער,

בדחן » דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:11 am

· #126548
++ פריער אינעם טאג האב איך געלייגט די קליפ אין א אנדערע אשכול, עס באלאנגט דא אין דעם אשכול ++

א שאלה ותשובה איבער די נושא מיט רב שטיינמאן שליט"א

הוגה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:19 pm

· #126639
עס איז א שרעק , די רשעות וואס גייט פאר אין די מאנסי מוסדות האט נישט איר גלייכן. איך קען אסאך מענטשן וואס האלטן זיך צוריק פון מופן קיין מאנסי נאר פאר דעם.

יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.

בדחן » דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:35 pm

· #126676
הוגה
יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.

ער איז שוין 100 יאר אלט... 😳

בן-זומא » דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:29 pm

· #126723
עוד מישהו
מיר גייען אריבער א סעלעקציע ווען ס'קומט אריינצושיקן קינדער צו די מוסדות, די צו די רעכטע זייט גייען אריבער און די צו די לינקע זייט ווערן אפטמאל פארברענטע נשמות ליידער,


און די וואס שיקן זענען רוב מאל נישט בעסער ווי די געשיקטע, נישט ברוחניות און נישט מיט דעת. מיט מידות און מענטשליכקייט שטייען זיי געווענליך אויף א שוואכערע דרגה ווי די עלטערן וועמענס קינדער זיי שיקן אויף לינקס.

תלמיד חכם » דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:32 pm

· #126750
די CLIP פין הרב שטיינמאן שליט"א איז געוואלדיג, סיי דער תוכן און סיי דער מהלך פון די מענטשן וואס דרייען אן רבנים ווי א צובראכנע זייגער
אפשר קען איינער שיקען די CLIP צו די אלע מנהלי המוסדות,
און אויב האט איר נישט זייערע EMAIL ADDRESS זוך זיי אויף FACEBOOK , דארטן וועסטו זיי גרינג געפינען ווייל זיי האלטן קשר מיט זייערע נדבנים דורך די אלע וועגן וכו'.

איך האב א חבר אין מאנסי וואס איז נישט ווי רוב כלל ישראל, נאר אביסל נישט נארמאל צוזאמען מיט די ווייב ל"ע, אבער א בעל פרנסה וכו' אפילו א ירא שמים אויף זיין שטייגער (א רוימענער)
זיין טאטע איז א צווילינג וואס איז אדורך מענגעלגע ימ"ש (דער וואס ווייסט נישט וואס א צווילנג איז אדורך ביי אים זאל זיך נאכפרעגן - ערך קאלוב רבי פין א"י)
איז פשוט פארוואס ער איז נעבעך אביסל אנדערש פון רוב אונזער סארט מענטשן אין קלייניגקייטן
אבער זיינע טעכטער זענען געזעצן חדשים אינדערהיים ווייל די מוסדות (אלע, אפי' מאדערנע) האבען נישט געוואלט אננעמען
מיין הארץ האט פארשטאנען אז מען זאגט אים, אוי א שאד מענגעלע האט נאר געמאכט דיין פעטער זאל נישט קענען האבען קינדער, אבער דיין טאטע איז נאר געבליבען משוגע פון דעם, אבער פארוואס האסטו געהאט קינדער,
אוי באשעפער דערבארעם זיך שוין.

יצמחפרקני » דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:57 pm

· #126754
פידלער
איך מיין אז ר' יואל ראטה זאל עפענען א מיידל סקול דארט.


א גוטער איינפאל! גיב 5 יאר אין די טאעטס פון די קינדער וועלן נישט נאר האבן לאנגע בערד, נאר אויך ווייסע קאפלעך!

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:05 pm

· #126836
תלמיד חכם
די CLIP פין הרב שטיינמאן שליט"א איז געוואלדיג, סיי דער תוכן און סיי דער מהלך פון די מענטשן וואס דרייען אן רבנים ווי א צובראכנע זייגער

יא, די קליפ ווייזט גוט ווי אזוי מ'ציעט ארויס איסורים וחרמות פון רבנים, זיי האבן גאנץ גוט פארשטאנען די ערשטע מאל וואס הרב שטיינעמאן האלט, אבער זיי געבן נישט אויף, מ'דרייעט ארויף, אראפ, אבער ער לאזט זיך נישט, פראבירט מען ארויסצוקווענטשען א דריי מיטן גראבע פינגער אזא מה-דאך, אזא וזאת התורה מיטן טייטל פינגער, אבער ס'גייט נישט, ביז ווילאנג ער שרייט נישט "גייווע גייווע גייווע" שבע פעמים בארואיגן זיי זיך נישט, און ס'איז אזאנס געלעכטער, פשוט ס'גייט זיי נישט אויפן שכל אז ער זאל נישט פארשטיין אז די קינדער זענען פון א אנדערע "סגנון", זיי זענען עפעס מער "פתוח", אבער ס'גייט נישט. איך האב געהאט א שטארקע דראנג צו פאנטשען דעם טעדי בער.

בדחן » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:47 pm

· #126858
@ תלמיד חכם, נישט יעדער איז זיינס א חסיד אז די קליפ זאל האבן אזא השפעה,

@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'

יין שרף » דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:54 pm

· #126860
בדחן
@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'

סך הכל ווייס איך שוין יעצט אז מ'קען זיין א "גרויסע" ת"ח און פירן א נעץ פון כוללים, און נאך אלץ זיין א.........

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:07 pm

· #126926
בדחן
@ געפילטע, יענער שואל איז א גרויסער ת"ח, און א פירט אן א נעץ מיט כוללים, הוי זהיר וכו'

ווי זאגט ער דארט?
שואל: ער איז א חשובער אינגעמאן.
הראל"ש: גייווע? ער איז א גרויסע בעל גייווע!

דעת תורה » פרייטאג יוני 21, 2013 1:55 am

· #126992
הוגה


יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.


באמת א שאד אז אזא אדם גדול בענקים האט נישט קיין השפעה אין אונזערע קרייזן. הלואי אזא איד פאר מנהיג פון מיין קהילה.

לעיקוואד » פרייטאג יוני 21, 2013 2:44 am

· #127002
ער האט נישט קיין השפעה אין זיינע קרייזען אויכעט נישט. והקליפ הזה יוכיח. ודו"ק.

תלמיד חכם » פרייטאג יוני 21, 2013 2:01 pm

· #127079
איך האב נישט די שריפט צי מסביר זיין די טעות וואס נארמאלע יונגעלייט רעדען אויף הרב שטיינמאן........
אבער מען רעדט פין איינער וואס האט געקענט די סאטמער רב זי'ע אין שווייץ א שטיק צייט ,,,,,,
א מתמיד עצום , זענט איר אמאל געעווען אין זיין שטוב אויף רח. חזו'א פינת ר'ע ? ער וויאונט אסאך ערגער ווי די ארעמסטע רבי/רב /דיין ווי דא אין אמעריקא
קיינמאל זיך נישט אנגעפרעסען אינדערהיים אדער געלעקט אידען ביי זייערע שמחות , ער איז כרחוק מזרח ממערב פין רוב שיינע רבנים/ראשי ישיבות דא,
אין אים ציגלייכן צי רב קוק דארף מען א ר' אברהם מרדכי פין גור אדער א סאטמער רב זאל קענען זאגען (הרב אויערבאך איז נישט גענוג)
אין בכלל פאר די אלע בחורים וואס האבען זיך געדרייט ארום בני ברק אין געמאכט פראבעלמען מיט נשים וכו וכו וכו האט ער געשטיציט נחל חרדי פאר זיי ,איז וואס?
איך ווייס אז רוב חסידים דא זענען סאטמער אבער ער מעג דאך האלטן אנדערש ווי די , אין ווייל ער שפילט נישט אויף אלע חתנות אין זאגט קלאר זיין מיינוג איז וואס,
קענסטו קיגעלו פרעסער בעל גאוה אין טיפש רעדען אויף אים?

בדחן » פרייטאג יוני 21, 2013 2:27 pm

· #127094
דעת תורה
הוגה

יישר כח פאר די שיינע קליפ פון הרב שטיינמאן, כ'האב באקומען פרישע ריספעקט פאר אים. A breath of fresh air.

באמת א שאד אז אזא אדם גדול בענקים האט נישט קיין השפעה אין אונזערע קרייזן. הלואי אזא איד פאר מנהיג פון מיין קהילה.


פארוואס זאלסטע וועלן אז דיין גאנצע קהלה זאל זיך טוישען און האבן אזא מנהיג,
ענדערש מאך אליינס די טויש, אויב דו האלסט אז די אמת ליגט דארט גיי אהין, אקצעפטיר אים פאר דיין מנהיג אין אלע ענינים, און לאז דיין קהלה ווי עס איז.

הוגה » פרייטאג יוני 21, 2013 7:25 pm

· #127153
כ'בין געווען נעכטען ביי א שמחה און די טעמע אויף די טיש איז געווען די נושא וועגן יונגלעך און מיידלעך וואס ווערן נישט אקצעפטירט אין די היימישע מוסדות צוליב נער'ישע סיבות. כמעט א יעדער ביים טיש האט געהאט כאטש איין ערשט האנטיגע מעשה פון א באקאנטע וואס האט נישט א חדר, שולע אדער ישיבה פאר זייער קינד.

בין הדברים רופט זיך איינער אן אז אין צען פופצן יאר וועלן מיר ליידן פון א געפערליכע אנשוקעניש פון באמעס, יונגלעך און מיידלעך פון היימישע שטובער וואס וועלן הענגן ארום אין אונזערע געגנטער. די רבני ועסקני העיר וועלן זיך דעמאלטס צוזאם זעצן מטכס עצה צו זיין, וואס קען מען טון פטור צו ווערן פון די הענג-אוטס. זיי וועלן האלטן דרשות איבער די שרעקליכע נסיונות וואס די יצר הרע ברענגט אונז, און איבער די געפערליכע ירידת הדורות. קול קורה'ס וועלן שפראצן ווי שוואמען נאך א רעגן, אסר'ן געוויסע געשעפטן ווי די שקצים דרייען זיך, און משגיחים וועלן ארום פארן ביינאכט נאכקוקען די קינדער, אבער מען וועט נישט וויסן ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעם וועלכער מיר קאכן זיך אליינס אן יעצט. דער יונגערמאן רעדט נישט קיין נביאות, ס''ה רעדט ער לאגיק.

איך ווייס אז איך קיי דא איבער אלטע נייעס. אבער ווי נעמען געוויסע רבנים די העזה זיך אויף צו שטעלן און וויינען איבער ווי אזוי די טעכנעלאגיע מאכט חרוב די יוגנט, אדער איבער די שרעקליכע גזירת גיוס בני ישיבות וואס וועט פירן בחירי ישראל לטמיון, בשעת ווען זייערע אקטן צייגן אז עס גייט זיי נישט אן א כהוא זה וואס וועט געשעהן מיט אונזערע קינדער?

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 21, 2013 7:44 pm

· #127157
צו הוגה
דאס איז די סיבה פארוואס ס'איז היינט דא א שפע פון או.טי.די. קינדער און יוגנטליכע. ווייל די רבנים זענען פאר די לעצטע פופצן/צוואנציק יאר געווען פארנומען מיט שטותים און היפאקריטישקייט, פארשטייצעך נאכ'ן ענדיגן זייערע ריעל עסטעיט דיעלס און אנדערע בזיונות. מ'האט תולה געוועין די ירידה פון אידישקייט אין אלע הבלים און אומוויכטיגע זאכן, נאר צום עיקר איז מען נישט צוגעגאנגען. און ס'איז אויפגעקומען דער מושג פון ישיבות (נאר) פאר "מצויינים". און מ'האטצעך ארומגעווארפן מיט אידישע קינדער. דאס איז דער חילוק פון אמאל ביז היינט (און נעכטן) . א רב וואס האט אויפגעמאכט א ישיבה האט עס געטון מיט'ן ציל צו זיין א מרביץ תורה. לערנען מיט אידישע קינדער תורה. נישט בלויז ער זאל האבן א שם אז ער האט נאר מצויינים. מ'האט אריינגענומען א יעדן וואס האט געוואלט לערנען תורה.

געפילטע פיש » מוצ"ש יוני 22, 2013 11:27 pm

· #127166
לעצטענס ביים שמועסן איבערן ענין פון נושרים און נושרות מיט איינעם, זאגט מיר יענער נאך בשם א רבי אז דאס איז די נסיון פונעם דור, א ספעציעלע נסיון וואס די באשעפער האט אונז געשאנקען ספעשעל פאר אונזער דור פשוט ווייל ער איז געווען באורד. כ'האב מיך געמוזט איינהאלטן פון לאכן, איי מין קאם אן! בלעים נישט דעם באשעפער פאר די פראבלעמן וואס דו האסט דיר אליינס אנגעמאכט!

קאווע טרינקער » מוצ"ש יוני 22, 2013 11:35 pm

· #127167
כאילו היינט איז דא מער אפגעפארענע ווי אמאל.

פשוט-קאמפליצירט » מוצ"ש יוני 22, 2013 11:41 pm

· #127168
דערווייל זענען נישטא היינט מער אפגעפארענע ווי אמאל. אבער עס זענען ב״ה דא די וואס זארגן אז מיר זאלן אין קורצן זיך נישט דארפן שעמען פאר די פריערדיגע.

יין שרף » זונטאג יוני 30, 2013 8:21 pm

· #129446
מענין לענין באותו ענין...
BOBLCe_CEAEE2FT[1].jpg

אבזערווירער » זונטאג יוני 30, 2013 10:35 pm

· #129501
די גאנצע גאולה הענגט אויף א חוט השערה אויף א האר, די מענען ווילן דוקא זיך שערן און די פרויען ווילן דוקא נישט, זאל יעדער טוען זיין פליכט און שלום על ישראל

סלינקי » דאנערשטאג יוני 12, 2014 4:50 pm

· #205751
berlbalaguleh
chosen people
די פראבלעם איז אז מוסדות וואס אמאל האבן א גרויסע חלק פון די טאטענס געשטיצט די בארד און א חלק מאמע'ס האבן געברענגט זייער קינדער און חדר מיט זייער קאר, למשל וויען, זענען פרימער געווארן און זיי נעמען נישט אן היינט צוטאגס טאטע'ס וואס שטיצען אדער מאמע'ס וואס דרייווען.
בית שפרה מרים איז נישט קיין ליטווישע סקול עס איז אן עכטע פרימע סקול.
און בית רחל איז שוין היינט אזוי גרויס מען דארף עכט האבן פראטעקציע אריין צו שיקן דארט אפי' די האסט אלע דיינע קינדער געשיקט דארט.
די אמת איז אויב איינער וויל עפענען א מוסד איז מאנסי זייער גרינג צו עפענען ווייל צו טרעפן תלמידים איז גאנץ גרינג, ווייל זייער אסאך זענען נישט אריין געשטעלט אין א פארטיי, און אויכט עס איז דא דארט אלע סארט מענטשן.

און די סארט מענטשן זוכן א מוסד וואס מאכטצעך נישט משוגע און מאכט נישט משוגע א צווייטן און נעמען אן אידישע קינדער צו לערנען תורה און געיבן א אידישן ערליכן חינוך.

מישענדיג דאס בלעטל אויף פב היינט זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א מודעה איבער א נייע מיידעל סקול וואס איז אין פלאן זיך צו עפענען בקרוב, ווי עס זעהט אויס וועט עס זיין אין די מאנסי געגענט.
די נאמען איז "בנות אחוה" און אויף איר וועבסייט פארשפרעכט זי צו זיין א מוסד געאייגענט פאר קינדער פון סיי וועלכע בעקראוינד, און ווי מען וועט אננעמען סיי וועם אפגעזעהן וויאזוי די עלטערן קוקן אויס, און זיין א פלאץ ווי מען וועט לייגן א דגוש אויפן חינוך פון די קינדער מיט די ״על פי דרכה מעטאדע״ וואס חז״ל האבן אונז געלערנט.
אויך שרייבן זיי דארט אז ביים גראדואירן שולע וועט דאס קינד האבן די מעגליכקייט צו פארשטיין איהר תפקיד אויף די וועלט; וואס די אייבערשטער וויל פון איר און פאר איר; די ריכטיגע וועג וויאזוי צו קאמיוניקירן מיט אלע סארט מענטשן; און האבן די פעהיגקייטן וואס זי דארף צו צוגעבן פאר איר פאמיליע, פאר איר קאמיונעטי און פאר כלל ישראל.

די וועבסייט
<a class="postlink" href="http://www.bnosachva.org">http://www.bnosachva.org</a>

די באדייט פונעם נאמען בנות אחוה