☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידים פאר כאלאטען

חסידים פאר כאלאטען

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4097

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 10:21 am

· #125739
חסידים פאר כאלאטען
בעז"ה האבן מיר מייסד געווען א נייע ארגענאזציע "חסידים פאר כאלאטען"
דאס איז א נייע ארגענאזציע וואס וועט העלפן דעם חסידשען ציבור וואס וויל נישט גיין אין די 80 90 דעגרי היצען מיט א וואלענעם G @ G סוט און וועלען ענדערש אויסוועלן צו גיין מיט א לייכטן כאלאט.

די ארג. איז געצילט אויסשליסליך נאר פאר דעם חסידישען ציבור וואס זענענן מקפיד צו גיין אין די גאס מיט א רעקל אפילו עס איז שטארק הייס, און מיר גייען פראבירען צו ברענגן צו זייער באוויסטזיין אז א כאלאט איז אויך כשר לתורה ולתפלה (אין די כוללים דאווענט מען און מען לערענט מיט כאלאטען) און עס איז בגדר צער בעל חיים אז די חסידים זאלען דארפן גיין אזוי פארמעל מיט א העווי רעקיל 24/6

פאר די ליטאים וואס גייען אין גאס מיט א אויבער מלביש אבער זיי גייען מיט קורץ רעקל האבן מיר דערווייל נאך נישט קיין עצה.
די ארג. וועט נישט דינענן אלץ א פלאטפארעם אז מען מוז גיין אין גאס מיט א אויבער מלביש, מיר זענענן דא נאר פאר די וואס גייען אזוי מרצונם הטוב.

אנדערש ווי אונזער שוועסטער ארגענאזציע חסידים פאר בייקס האבן מיר נישט אין פלאן לעת עתה זיך צו ווענדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא ווייל מיר זענענן נישט ווי אזוי זיי וועלן אונז קענענן העלפן אויפקלערן דעם היימישען ציבור, אונזער קאמפיין גייט זיין בעיקר א אינערליכע קאמפיין, מיר וועלן אבער ארבייטען מיט זיי אינאיינעם אויף אלע אינערליכע חלקים און מיט א כח הרבים וועלן מיר פראבירען גרינגער צו מאכען פאר'ן ציבור.

יעמוד יעמוד יעמוד: שרייט אלע די קאמפיין עס גייט עס גייט עס גייט, א גוט שבת.

הוגה » דינסטאג יוני 18, 2013 10:28 am

· #125742
אדתני חסידים פאר כאלאטען, ליתני חסידים פאר גיין אן רעקלעך?.??

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 10:32 am

· #125748
דאס איז נישט אונזער קאמפיין, מיר האבן קלאר ארויס געשריבען אונזער שטעלנוג און די ציל וואס מיר ווילען אויפטיען,

קענסטע עפענענן א עקסטערע ארגענאזציע דערויף לפי ראות עינך, בהצלחה.

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 10:34 am

· #125751
אלע סוט געשעפטן פארקויפן גאר דינע רעקלעך ספעציעל פאר זומער. ס'ממש ווי א כאלאט.

קענסט פארמאכן דיין ארג. און גיי צוריק צום חתונה זאל

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 10:40 am

· #125754
יא, און אלע דיפארטמענט סטארס פארקויפן בייק'ס און קיין איין חסיד קויפן עס נישט, קאפשוי?
וופיל אינגעלייט גייען איבערן טאג מיט א כאלאט? 20? 30? 50? 100? אונזער ציל איז אז עס זאל ווערן די סטאנדערד, מיר ווילען אז דער עולם זאל קויפן די כאלאטן און גיין דערמיט, און אז א העווי סוט אין 90 דעגרי זאל ווערן א פארגאנגעהייט,

חוץ מזה, מיר ווילען די פשוטע ביליגע צוואנציג דאלערדיגע כאלאטן עס איז שענער באקוועמער און מער צוגעפאסט ווי די די טייערע הינדערט דאלערדיגע כלאטען פון די סוט געשעפט'ן.

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 10:48 am

· #125759
.

לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 10:52 am

· #125763
דער בלאט האט אפאר יאר צוריק געמאכט א קאמפיין אז בחורים זאלען גיין זומער מיט כאלאטען
עס האט אפי' נישט געצויגען אויף יענע יאר

בעריש » דינסטאג יוני 18, 2013 10:54 am

· #125765
אויף וויפיל איך ווייס גייען טאקע די בחורים וואס ציילען זיך על חוגי הבלאט מיט חאלאטן, און סאיז א געבענטשעטע זאך

לעמיל » דינסטאג יוני 18, 2013 10:55 am

· #125767
און ישיבה גייען זיי דערמיט אויפען גאס האב איך נאך נישט געזעין אזא זאך

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יוני 18, 2013 11:42 am

· #125795
בדחן

אנדערש ווי אונזער שוועסטער ארגענאזציע חסידים פאר בייקס האבן מיר נישט אין פלאן לעת עתה זיך צו ווענדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא ווייל מיר זענענן נישט ווי אזוי זיי וועלן אונז קענענן העלפן אויפקלערן דעם היימישען ציבור, אונזער קאמפיין גייט זיין בעיקר א אינערליכע קאמפיין, מיר וועלן אבער ארבייטען מיט זיי אינאיינעם אויף אלע אינערליכע חלקים און מיט א כח הרבים וועלן מיר פראבירען גרינגער צו מאכען פאר'ן ציבור.

שיין געשריבן און א פיינעם געדאנק, אבער עס האט נישט אויסגעפעלט אינאיינוועגס אונטערצורייסן דעם בייקס קאמפיין. דער פאראגראף שמעקט עפעס פון המתכבד בקלון חברו. און להוי ידוע אז עס איז נישט אזא קלון ווי איר מאכט דאס. דאס וואס די חסידים-פאר-בייקס האבן פראקלאמירט אז זיי ווילן אריינמישן די מידיע איז מער געווען צוליב די עוולה פון די אינסטאנצן פון זייער איבערהיפן וויליאמסבורג מיט בייק סטעשינס.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 11:51 am

· #125803
ווי האב איך מתכבד געווען בקלון חבירו? אינגאנצן נישט געמיינט אראפצורייסען.. און יענעם אשכול האב איך זיי געשטיצט און איינוועגס געזאגט דארט מיינע אברעוועזאציעס, דא האב איך ארויס געברענגט אז קיינער קען אונז נישט העלפן מיט אונזער קאמפיין ניאטמאל די מידיא קען אונז העלפן און מיר זיכען זיך אליינס צו העלפן.

#שלעכט פארשטאנענן, אן ארטווארט איז ערוואטעט.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 11:53 am

· #125806
לעמיל
און ישיבה גייען זיי דערמיט אויפען גאס האב איך נאך נישט געזעין אזא זאך


ווענט זיך אין וועלכע שטאט,
____

די ציל דא איז אז איך און די יעדער פון אונזערע חברים זאלן איבערלאזן די רעקליך פאר א שער ברכות און אנהייבען גייט מיט כאלאטען וואס איז באקוועמער, שוויצט ווייניגער, מען קען עס האלטן גרינגער זויבער, גיט נישט א גאנג פון די היצען, ביליגער צו קויפן און אוועק ווארפן.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 11:57 am

· #125809
אדאתית להכי, מאך שוין די כאלאטליך ווייס, שווארץ זאפט איין די היץ פון די זון.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יוני 18, 2013 12:02 pm

· #125812
בדחן
ווי האב איך מתכבד געווען בקלון חבירו? אינגאנצן נישט געמיינט אראפצורייסען.. און יענעם אשכול האב איך זיי געשטיצט און איינוועגס געזאגט דארט מיינע אברעוועזאציעס, דא האב איך ארויס געברענגט אז קיינער קען אונז נישט העלפן מיט אונזער קאמפיין ניאטמאל די מידיא קען אונז העלפן און מיר זיכען זיך אליינס צו העלפן.

#שלעכט פארשטאנענן, אן ארטווארט איז ערוואטעט.

טעיתי עויתי ופשעתי לפניך ואתה ברחמיך הרבים כפר לעבדך בנימין בן פרענקלין.

חסידים-פאר-בייקס » דינסטאג יוני 18, 2013 12:05 pm

· #125815
בדחן
בעז"ה האבן מיר מייסד געווען א נייע ארגענאזציע "חסידים פאר כאלאטען"
דאס איז א נייע ארגענאזציע וואס וועט העלפן דעם חסידשען ציבור וואס וויל נישט גיין אין די 80 90 דעגרי היצען מיט א וואלענעם G @ G סוט און וועלען ענדערש אויסוועלן צו גיין מיט א לייכטן כאלאט.

די ארג. איז געצילט אויסשליסליך נאר פאר דעם חסידישען ציבור וואס זענענן מקפיד צו גיין אין די גאס מיט א רעקל אפילו עס איז שטארק הייס, און מיר גייען פראבירען צו ברענגן צו זייער באוויסטזיין אז א כאלאט איז אויך כשר לתורה ולתפלה (אין די כוללים דאווענט מען און מען לערענט מיט כאלאטען) און עס איז בגדר צער בעל חיים אז די חסידים זאלען דארפן גיין אזוי פארמעל מיט א העווי רעקיל 24/6

פאר די ליטאים וואס גייען אין גאס מיט א אויבער מלביש אבער זיי גייען מיט קורץ רעקל האבן מיר דערווייל נאך נישט קיין עצה.
די ארג. וועט נישט דינענן אלץ א פלאטפארעם אז מען מוז גיין אין גאס מיט א אויבער מלביש, מיר זענענן דא נאר פאר די וואס גייען אזוי מרצונם הטוב.

אנדערש ווי אונזער שוועסטער ארגענאזציע חסידים פאר בייקס האבן מיר נישט אין פלאן לעת עתה זיך צו ווענדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא ווייל מיר זענענן נישט ווי אזוי זיי וועלן אונז קענענן העלפן אויפקלערן דעם היימישען ציבור, אונזער קאמפיין גייט זיין בעיקר א אינערליכע קאמפיין, מיר וועלן אבער ארבייטען מיט זיי אינאיינעם אויף אלע אינערליכע חלקים און מיט א כח הרבים וועלן מיר פראבירען גרינגער צו מאכען פאר'ן ציבור.

יעמוד יעמוד יעמוד: שרייט אלע די קאמפיין עס גייט עס גייט עס גייט, א גוט שבת.


מיר האבן הנאה אז מיר זענען מעורר אנדערע צו אויפטוהן גוטס פארן ציבור.

יישר כח בדחן! פארן מחזק זיין אונזער ארבעט...

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:06 pm

· #125816
@בענדזשאמין פרענקלין, מחול לך,

גייען מיר ארבייטען איינאיינעם פטור צו ווערן פון א וואלענם סוט און 90 דעגרי?
קענסט העלפן אפילו ביסט געגאנגען ביז יעצט מיט א בלוזען העמעד און גרעי געקעסטעלטע הויזן, אז דו וועסט גייט אפילו נאר איין וואך מיט א כאלאט וועלן דיר אסאך נאכטיען, ווייל נוסח וומסב"ג.... אויב עס פאסט פאר "בענדזשאמין פרענקלין" צו גין מיט א כאלאט דאן קען איך עס דאך זיכער טיען.

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 12:07 pm

· #125818
.

בן תמליון » דינסטאג יוני 18, 2013 12:09 pm

· #125819
חסידים פאר דאשיקן
און אז עס איז שוין יא אזוי האב איך לאנג שוין א וויזיע אז מען דארף איינפירן דער עולם זאל גיין מיט דאשיקלעך ווי אין דער אלטער היים. וואס איז דאס משוגעת פון ביבער היטן וואס גייען צוגרונד פון א טראפ רעגן און דערנאך קומט אלע סייזעס הויכע פלאטישקע וואס גאנצע שידוכים ווערן געבויט איבער דעם. אלזא לאמיר מחזיר זיין "עטרה" ליושנה דעם באקוועמער ביליגער גרינגער באחנ'טער דאשיקל פון די מחניים ביכלעך. איז זענען מיר דא מייסד דאס ניי ארגענעזאציע "חסידים פאר דאשיקן". א טוויטער וועט נאכפאלגן פרעסע איז וועלקאם און מיר וועלן אי"ה נאר געבן פאזעטיווע אינפארמאציע. ווער עס האט בילדער פון דער אלטער היים חסידישע אידן מיט דאשיקן זאל ארויפלייגן. אויך איז שוין דא א נחשון איינער אין וויליאמסבורג דרייט זיך ארום אויף לי עוו. מיט א דאשיק איך ווייס נישט זיין נאמען ווער עס האט א בילד זאל פאסטן.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:10 pm

· #125821
1) אונטערהעמד.
2) העמד.
3) וואלענע טלית קטן (אז דו טראגסט קאטטען פליעסטו פון ישיבה).
4) וועסטל.
5) רעקל/כאלאטל.
6) און דער טשערי אן טאפ - א שווארצע קאפעלוטש.
וכאן הבן שואל, בדחן זיסע: ביז נאמבער 5 שטימט אייך אלעס אין 90 דעגרי?


פון וועלכע פון די אלע זעקס זאכען וואלסטע געוואלט אז מען זאל נישט גיין? די העמד מיט די אונטערהעמד? 😂

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 12:10 pm

· #125822
געפילטע פיש
אדאתית להכי, מאך שוין די כאלאטליך ווייס, שווארץ זאפט איין די היץ פון די זון.

נישט פראקטיש. וועט שנעל שמוציג ווערן...

חסידים-פאר-בייקס » דינסטאג יוני 18, 2013 12:11 pm

· #125824
בדחן
בעז"ה האבן מיר מייסד געווען א נייע ארגענאזציע "חסידים פאר כאלאטען"
דאס איז א נייע ארגענאזציע וואס וועט העלפן דעם חסידשען ציבור וואס וויל נישט גיין אין די 80 90 דעגרי היצען מיט א וואלענעם G @ G סוט און וועלען ענדערש אויסוועלן צו גיין מיט א לייכטן כאלאט.

די ארג. איז געצילט אויסשליסליך נאר פאר דעם חסידישען ציבור וואס זענענן מקפיד צו גיין אין די גאס מיט א רעקל אפילו עס איז שטארק הייס, און מיר גייען פראבירען צו ברענגן צו זייער באוויסטזיין אז א כאלאט איז אויך כשר לתורה ולתפלה (אין די כוללים דאווענט מען און מען לערענט מיט כאלאטען) און עס איז בגדר צער בעל חיים אז די חסידים זאלען דארפן גיין אזוי פארמעל מיט א העווי רעקיל 24/6

פאר די ליטאים וואס גייען אין גאס מיט א אויבער מלביש אבער זיי גייען מיט קורץ רעקל האבן מיר דערווייל נאך נישט קיין עצה.
די ארג. וועט נישט דינענן אלץ א פלאטפארעם אז מען מוז גיין אין גאס מיט א אויבער מלביש, מיר זענענן דא נאר פאר די וואס גייען אזוי מרצונם הטוב.

אנדערש ווי אונזער שוועסטער ארגענאזציע חסידים פאר בייקס האבן מיר נישט אין פלאן לעת עתה זיך צו ווענדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא ווייל מיר זענענן נישט ווי אזוי זיי וועלן אונז קענענן העלפן אויפקלערן דעם היימישען ציבור, אונזער קאמפיין גייט זיין בעיקר א אינערליכע קאמפיין, מיר וועלן אבער ארבייטען מיט זיי אינאיינעם אויף אלע אינערליכע חלקים און מיט א כח הרבים וועלן מיר פראבירען גרינגער צו מאכען פאר'ן ציבור.

יעמוד יעמוד יעמוד: שרייט אלע די קאמפיין עס גייט עס גייט עס גייט, א גוט שבת.


מיר האבן זיך געוואנדען מיט די קאמפיין צו די גוי'שע מידיא בעיקר פאר צוויי סיבות.

1. מסיר זיין די חרון אף (אזוי ווי די רבי זי"ע איז מאריך אין ספה"ק ויוא"מ) פון די וואס מאכן א חילול השם און זענען מתגרה באומות, אז חסידים זענען קעגן בייקס, און וועלן לייגן קערידזשעס און צוברעכן די בייקס.

2. מיר ווילן אז די שטאט זאל לייגן בייקס אין אונזער שטאט כדי מיר זאלן קענען נהנה זיין דערפון אזוי ווי מיר זענען נהנה פון זיפ-קאר.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:14 pm

· #125826
איך האב שוין פריער - אין א אנטווארט פאר מר. פרענקעל - געשריבען פארוואס איך האב דא דערמאנט די אישו פון די מידיא, מן הסתם האסטע עס שוין געזען, די נושא פון - חסידים-פאר-בייקס שרייבט צו די מידיא - איז אין די אשכול געשלאסן.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:23 pm

· #125835
בן תמליון
און אז עס איז שוין יא אזוי האב איך לאנג שוין א וויזיע אז מען דארף איינפירן דער עולם זאל גיין מיט דאשיקלעך ווי אין דער אלטער היים.


האסט א פוינט, אבער אנדערש ווי די כאלאטען וואס מיר קענענן זיך העלפן, און עס איז - לדעתי - נישט מער ווי א שטות אז מען גייט אזוי פארמעל מיט א רעקל און די גרעסטע היצען, איז דאשיקלעך אז זאך וואס מען וועט לכאורה מיזען ווארטען אויך משיח צדקינו אז עס זאל צוריק אריינקימען אין סטייל.

לעיקוואד » דינסטאג יוני 18, 2013 12:25 pm

· #125837
חסידים פאר טי שירטס.

ברסלבער » דינסטאג יוני 18, 2013 12:28 pm

· #125841
איך הער אז אין ארץ ישראל האט בעלז איינגעפירט פאר די בחורים צו גיין מיט קאשקעטלעך אנשטאט היטן. עס איז ביליגער, גרינגער, און געשמאקער.

ממרום שלח אש » דינסטאג יוני 18, 2013 2:40 pm

· #125906
נעם נחום רז"ב פאר ספאוקסמען, ער גייט יעיר ראונד מיט א דריי פערטל חאלאט'ל, ווינטער טוט ער אן דערויף א האלבע קווילטעד זשעקעט.

מדי דברי בו, זאל דיין ארגענעזאציע אויך קאמפיינען פאר קורצע קווילטעד זשאקעטס, עס איז ביליגער און ווארעמער ווי די לאנגע טייערע 300 דאלערדיגע ווינטער מאנטלען. איך גלייב נחום וועט. באשטיין צו טון ביידע פאר די פרייז פון איינס, און אנדערש פון בדחן, וועט ער זיין א נאה דורש ונאה מקים.

ומדי דברי, וואלט מען געדארפט איינפירן רוסישע קוטשמעס וכו.

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 2:46 pm

· #125907
ממרום שלח אש
מדי דברי בו, זאל דיין ארגענעזאציע אויך קאמפיינען פאר קורצע קווילטעד זשאקעטס, עס איז ביליגער און ווארעמער ווי די לאנגע טייערע 300 דאלערדיגע ווינטער מאנטלען. ומדי דברי, וואלט מען געדארפט איינפירן רוסישע קוטשמעס וכו.


גיטע פוינט,

מדי דברי, לייענדיג דיין תגובה האב איך געזען אונזער גאנצע סאסייעטי פראבלעם פאר די אויגן,
וואס הייסט מען דארף איינפירען? וואס איז דאס איינפירען? פארוואס זאל נישט זיין אז איך זאל קענענן גיין ווי אזוי איך וויל?

דער עולם גייט מיר רעקליך, ווייל.... דער עולם גייט מיט רעקליך..
דער עולם גייט מיט 300 דאלער'דיגע ווינטער מאנטלען, ווייל......דער עולם גייט מיט 300 דאלער'דיגע ווינטער מאנטלען..
דער עולם גייט נישט קיין קוטשמע, ווייל... דער עולם גייט נישט קיין קוטשמע..

כמעט קיינער איז נישט מחליט פאר זיך, יעדער איז מחליט אויף יעדעם..

ממרום שלח אש » דינסטאג יוני 18, 2013 2:49 pm

· #125910
זכור אזכרנו עוד, אדוואקאטירן פאר באקוועמע ביליגע סניקערס פאר טאג טעגליכע באנוץ, געזונט פאר די פוס, לייכטער צו גיין און ביליגער ווי טייערע לעדערנע דרעס שאוס.

היימישער ליטוואק » דינסטאג יוני 18, 2013 2:50 pm

· #125915
אז מען איז שוין מפלפל... קען מיר איינער מסביר זיין דעם חסרון פון גיין מיט קורצע סליווס און א cotton טלית קטן?

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 2:57 pm

· #125920
פארוואס קורצע יא? ווי שטייט אין די תורה אז מען דארף בכלל האבן סליווס??

אבער נישט דאס איז די נושא האשכול.

ממרום שלח אש » דינסטאג יוני 18, 2013 3:03 pm

· #125925
און פארוואס נישט קורצע הויזעלעך, דארף מען זיי בעסער פון די כהנים משרתי קל?
ממתניים ועד ירכיים יהיו!

ממרום שלח אש » דינסטאג יוני 18, 2013 3:15 pm

· #125927
לגופו של ענין, מיט די חאלאטלעך מאוומענט בין איך שטארק נישט איינשטימיג.
ביז היינט האבן מיר אויסגעקוקט ווי פי הענדלער פון צוויי הונדערט יאר צוריק, מיט א חאלאטל וועט מען אויסקוקן ווי א מילכיגער פון צוויי הונדערט יאר צוריק.
סהייסט, צוריקטרעטן נאך א שטאפל?

היימישער ליטוואק » דינסטאג יוני 18, 2013 4:34 pm

· #125962
בדחן, ווייל איך פארשטיי אז מען דארף גיין ווי איין ארינטליכער מענטש. איך קען הערן אז אן סליווס איז דאס מעשה הפקרות. אע"פ וואס אני מודה אז יש לעיין בזה.

ממרום, די כהנים האבן גהאט א מעיל איבער דאס. און, כאמור לעיל, איך פארשטיי א חילוק צווישן סליווס און קורצע הוייזן. א לוייר וואלט נישט אריינגקומען אין א קורט צימער מיט קורצע הוייזן אבער מיט קורצע סליווס יא.

נולד מאוחר » דינסטאג יוני 18, 2013 6:34 pm

· #126006
נאך די אלע טשענדזשס מיט וואס בלייבן מיר חסידים?

סאשי פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 9:03 pm

· #126075
[ציטאט אראפגענומען]

און מען דרייוט א בייק