☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין

זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4094

קאמענטירער » דינסטאג יוני 18, 2013 3:26 am

· #125706
זאכן וואס איך קען נישט פארשטיין
אזוי ווי די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסען", "זאכען וואס איך בין געוואר געווארן", עפן איך אויף דעם אשכול פאר אזעלכע ענינים וואס מען קען ענטפערן תירוצים, אבער די אקסלען הייבען זיך און די אויגן בלייבען פארוואונדערט און ס'איז זיך עפעס נישט מסדר, איז אפשר אז מען וועט עס ארויסגעבן אויף א פובליק פלאטפארמע וועט די בויך וויי אביסעל גרינגער ווערן.

די ערשטע זאך איז וואס איך האב שוין געפרעגט און זר זהב האט מיר געראטן צו שרייבן אין דעם אשכול: איך פארשטיי נישט די גוי'אישע משוגעת פון צאלן מיליאנען פאר ארטס, פעינטינגס וכדו',

נאכדעם איז א זאך וואס איך קען נישט פארשטיין אז עס זאל עקזיסטירן אזעלכע בריאים ווי 'סעלף העיטינג דזשוס'.
די או.טי.די. חברה וואס האלטען אין איין צוריקקוקן אזוי ווי לוט'ס ווייב אין זייער געוועזענע קאמיוניטי, קומענדיג מיט הימעל שרייענדיגע עוולות.

ס'איז דא נאך א לאנגע ליסט אבער איך וועל צוגיין צום שפיץ. פ"וו זענען דא די אלע מענטשען דא אויף קאווע שטיבעל? פ"וו ווען איך קען נישט שלאפן שפעט ביינאכט אין מיט מידע אויגן וועל איך זוכען מיט לעכט עפעס צו אפשרייבן? כ'ווייס סדא תירוצים, אבער ווי א.ד. וויל איך נאר ארויסברענגען מיינע תמיהות.

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 3:50 am

· #125708
איך וועל קיינמאל נישט פארשטיין וויזוי איינער צאלט 7 טאלער פאר א טעלער אפגעקאכטע נעיווי בונדלעך הנקרה טשולענט

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 7:57 am

· #125717
.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 10:00 am

· #125735
דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!

אבגד » דינסטאג יוני 18, 2013 10:04 am

· #125736
שמעקעדיג
דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!

און וועגען דעם הייסטו ״שמעקעדיג״

אביגדור » דינסטאג יוני 18, 2013 10:43 am

· #125756
.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 11:38 am

· #125794
א בחינה ווי מען רופט ר' יואל, יואליש בלשון חיבה.

למדן » דינסטאג יוני 18, 2013 11:45 am

· #125797
איך ווייס נישט אויב יעדער וואס האט אזעלכע טייערע פעינטינגס איז רייך ווי קורח אבער זייער אסאך רייכע מענטשן האבן נישט וואס צו טוהן מיט זייער געלט און פארדעם הייבן זיי אהן צו זאמלען טייערע ארטיקלען ווי פעינטינגס און אנטיקן כלומרשט הנאה צו האבן פון זייער געלט, ס'דא א גאנצע ביזנעס פון מענטשן וואס גייען ארום פעדלען צו עשירים

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 12:19 pm

· #125833
אבגד
שמעקעדיג
דאס זענען פון די נפלאות הבריאה, און אויף דעם פרעגט מען נישט קיין קשיות!

און וועגען דעם הייסטו "שמעקעדיג"
📎 Crying.jpg

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 18, 2013 1:05 pm

· #125864
כ'קען נישט פארשטיין פארוואס גאט גיבט שכל פארן מענטש, ערשט ווען ער איז שוין טיף אין פלאנטער.
וואס איז מיט "לפיכך נברא האדם יחידי" כ'האב געמיינט אז חז"ל איז נצח ?

Big Boy » דינסטאג יוני 18, 2013 10:45 pm

· #126119

נאכדעם איז א זאך וואס איך קען נישט פארשטיין אז עס זאל עקזיסטירן אזעלכע בריאים ווי 'סעלף העיטינג דזשוס'.
די או.טי.די. חברה וואס האלטען אין איין צוריקקוקן אזוי ווי לוט'ס ווייב אין זייער געוועזענע קאמיוניטי, קומענדיג מיט הימעל שרייענדיגע עוולות.



They have a guilty conscious. They keep on thinking (knowing) that the Yiddish religion is the right one. They hope everyone will follow them. Like this they wont have to feel guilty.

יואב » מיטוואך יוני 19, 2013 8:43 am

· #126212
פארוואס דארפן חסידים אלץ אין טוילעט?
וואו מ'שטייט, גייט, און פארט דארפן זיי סטאפס, און מאכן משוגע דעם בריאה.
קאן זיין ס'איז הא בהא תליא, זר'ס בונדל פראגע.
דאס פארענפערט אפשר לאנג טערמיניגע, והקטנים למה באו?

אבגד » מיטוואך יוני 19, 2013 9:43 am

· #126219
כדי ליתן שכר למביאיהם בתוך המקוה וסווימינג פול.....

יין שרף » מיטוואך יוני 19, 2013 11:52 pm

· #126541
אבגד
כדי ליתן שכר למביאיהם בתוך המקוה וסווימינג פול.....

ווי פלעגט נאר מיין ראש המדריכים ז"ל זאגן ווען מ'האט געדארפט ארויס פונעם שווים באסיין? יעדער זאל מאכן א בורא נפשות און אשר יצר און ארויס... 👍
IMG-20130410-WA0002.jpg

אביגדור » דאנערשטאג יוני 20, 2013 12:15 am

· #126551
יא.

מעקע-ניק » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:36 am

· #163777
פארוואס מתייונים פרייען זיך מיט חנוכה, זיי וואלטן לכאורה געדארפט וויינען. גיי פארשטיי

קאווע טרינקער » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:59 am

· #163781
ערשט חנוכה, זיי זענען דאך די מאכאביס (מכב"י'ס) וואס האבן געווינען.