פירוש המילות
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4081
פירוש המילות
מיין פנים פלאקערט פאר בושה, אבער קיין ברירה האב איך נישט, גאר אפט וואס איך ליין דא א תגובה און איך טרעף דארט ווערטער וואס אני הקטן ווייסט נישט איר באדייט. איך שאקל מיט מיין קאפ, איך לייק אפילו, אבער איך בלייב אומוויסנד, ולא הביישן למד.
ספעציעל ווען ס'קומט צו די תגובות פון מו"ר. ער באנוצט זיך צומאל מיט עפעס א סארט הויכשטאפלערישן אידיש וואס וואלט נישט פארשעמט 'דער איד' אפילו מיט פופציג יאר צוריק, און מיר בלייבט איבער זיך צו וואונדערן בין איך טאקע דער איינציגטסער נאר וואס פארשטייט נישט?! זען טאקע אלע די מלאכים וואס טאנצן פון איין שטערן צום צווייטן און נאר מיין ראי' איז קורצזיכטיג?!
העמיר איין מאל פאר אלעמאל עפענען אן אשכול וואו מ'קען אנפרעגן, יא אזעלכע פשוט'ע זאכן ווי א טייטש ווארט.
וזה החלי, בעזר צורי וגואלי, להשחיל שיחי, ה' תפתח שפתותי:
ווייסט איינער די באדייט פון "אינפאנטיליזם"?
ס'יז א פעטיש, האסט עס געזען ביי מיין קליפ? ווי אן עלטערער מאן וויל בלייבן א קינד
ווער איז מו"ר?
כ'האב עס געזען אין לעיקוואד'ס תגובה אין אשכול אלו ואלו דברי אלוקים חיים (כמדומה).
ס'איז אן ענגלישער ווארט? זאג מיר ביטע די אויסלאגע אויף ענגליש העל איך עס קענען ריכטיג אויסלייגן אויף אידיש.
וויאזוי לעיקוואד שרייבט עס זעט עס אויס פאר'עברית'ישט.
http://en.wikipedia.org/wiki/Infantilism
און גראדע דעי ווארט וואלט היבש פארשעמט דעם 'איד' אפילו 50 יאר צוריק 🙂 אויב די ווארט האט שוין עקזיסטירט...
להוי ידוע אז בעניני יידושע גראמאטיק (ווי אויך אין נאך עטליכע ענינים ל"ע) בין איך א טאטאלער אנארכיסט. עס גייט מיר אינגאנצען נישט אן וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פון א ווארט, א גרויסע חלק ווערטער שרייב איך פשוט איבער פון ענגליש אדער פון עברית און איך פראביר אויסצולייגען לויט די יידושע מהלך מיט אלפי"ן ועייני"ן, אבער איך נעם נישט קיין שום אחריות אז דאס האט עפעס א קראנטער מהלך, אמאל שרייב איך מער לויט ווי מזאגט עס אויף עברית און אמאל מער וויאזוי מזאגט עס אויף ענגליש. און אמאל מאך איך סתם אזוי א טעות סופר און עס גייט מיר נישט אן.
איך מוז דא אגב ארויסברענגען א דאנק פאר די חשובער מנהלים הרוצים בעילום שמם, וואס אסאך מאל באמערק איך אזוי כאילו פון זיך אליינס ווערן געוויסע טעותים פארראכטען, שורות ווערן אויסגעגראדט, און אזוי ווייטער. (שמעקעדיג, דאס ביסטו? עכ"פ, יישר כח רב) דאס מוז זיין איינער וואס לייגט אריין צייט פאר דעם און איך האב נישט געזעהן נאכנישט איינער זאל אנמערקן די נקודה אדער אפגעבן א דאנק דארט ווי עס קומט זיך פאר דעם, איז טוה איך עס דאץ
אויב איז דא נאך אומפארשטענדליכע ווערטער בין איך גרייט צו ענטפערן.
אינפאנטיליזם מיינט אינפאנטילישע (מלשון אינפענט - א קליין קינד) הנהגות און צוגאנג. איך מיין נישט די פעטיש נקודה נאר בכלל.
http://www.thefreedictionary.com/infantile
למעשה האסט עס גוט אויסגעלייגט.
אלס איינער וואס קען זיך א טראפקעלע אויס אין גראמאטיק מערק איך אן ביי טייל ניקים אז די שפעטערדיגע תגובות זענען פארהעלטסמעסיג ריינער און מיט א רייכערן שפראך ווי אין דער פארגאנגענהייט.
איינע פון די מעלות וואס מ'איז קונה פון זיך דרייען דא אויף קאווע שטיבל, אז מ'ווערט אויסגעשארפט אין גראמאטיק און מ'שטייגט אין וואקאבלואר.
מאראנצןזאפט
אלס איינער וואס קען זיך א טראפקעלע אויס אין גראמאטיק מערק איך אן ביי טייל ניקים אז די שפעטערדיגע תגובות זענען פארהעלטסמעסיג ריינער און מיט א רייכערן שפראך ווי אין דער פארגאנגענהייט.

פירוש המילה?
relatively
אבער ס'קומט פארהעלטנסמעסיג, כ'האב ארויסגעלאזט דעם נו"ן בטעות.
נישט פארהאלטניסמעסיג?
וואס דערמאנט מיר א ווערטל, טעקסטן איז גוט סיי פאר ווייבער און סיי פאר מענער,
די פרויען לערנען זיך אויס צו רעדן ווייניגער,
און די מענער לערנען זיך אויס צו ספעלן..
נישט זאלץ מעסטל?
ניין. אויך נישט מיטאס.
זר זהבאון גראדע דעי ווארט וואלט היבש פארשעמט דעם 'איד' אפילו 50 יאר צוריק 🙂 אויב די ווארט האט שוין עקזיסטירט...
די ווארט infantilism איז גענוצט געווארן די ערשטע מאל אין 1871. Paul Lorain, וואס איז געווען א פראפעסער אין מעדעצין, האט עס געשריבן אין א הקדמה פון א מעדיקל ביך.
ווייסט איינער די באדייט פון 'נעאפלאטינישער פילאסאפער'?
מאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון 'נעאפלאטינישער פילאסאפער'?
ס'איז צאמגעשטעלט פון די ווערטער נעא-פלאטא, מיינענדיג די
הייסע חסידים פונעם פיליזאף
אפלטון.
מאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון 'נעאפלאטינישער פילאסאפער'?
ס'בעסער אויב לייגסט א לינק צום תגובה וואו האסט געזען די ווארט/ווערטער
זר זהבמאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון 'נעאפלאטינישער פילאסאפער'?
ס'בעסער אויב לייגסט א לינק צום תגובה וואו האסט געזען די ווארט/ווערטער
www.kaveshtiebel.com/search.php?keywords=נעאפלאטינישער פילאסאפערזר זהבמאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון 'נעאפלאטינישער פילאסאפער'?
ס'בעסער אויב לייגסט א לינק צום תגובה וואו האסט געזען די ווארט/ווערטער
אדער אויב די ספעלסט עס אין ענגליש. צו מיר זעעט דיין ווארט אויס ווי neoplatonic.
Neoplatonism איז א mystical school of philosophy וואס, אזוי ווי געפילטע האט שוין געזאגט, איז געbased אויף די תורות פון Plato. א נעאפלאטינישער פראפעסער איז, דאכט זיך, איינער וואס איז א פראפעסער פון א קלאס אויף neoplatonism אדער אפשר געשריבן ביכער אויף דעם טעמע.
אוי, אנטשולדיגט. איך האב געלייענט פראפעסער אנשטאט פילאסעפער.
ווייסט איינער די באדייט פון טאטאליטערינאזים?
הוגה בארירט עס אביסל אבער נישט גענוג קלאר?
#קלאץקאפ
א לאנד וואס ווערט געפירט דורך א דיקטאטור, ער טוט וואס ער וויל 'טאטאל'
למשל נארט קעראע
זר זהבא לאנד וואס ווערט געפירט דורך א דיקטאטור, ער טוט וואס ער וויל 'טאטאל'
למשל נארט קעראע
איך וויל נישט ניטפיקן אבער
.totalitarianism* is actually the system of government, not the country that practices it*
גערעכט
מאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון טאטאליטערינאזים?
הוגה בארירט עס אביסל אבער נישט גענוג קלאר?
#קלאץקאפ
די ווארט איז טאטאליטעריאניזם (אנטשולדיגט מיר אז כ'האב עס נישט גוט געשריבן דארט - typo).
די באדייט איז, א סיסטעם אוו גאווערנמענט וואס וויל קאנטראלירן אלעס; עדזשוקעישאן,, עסן, אגריקולטור, טראנספארטאציע, העלטקעיר, וואו, מיט וועם און ווי אזוי דו זאלסט וואוינען, וכו'וכו'.
א דיקטאטורישע פירער (אטאריטעריאן) וויל לאו דוקא קאנטראלן אלע אספעקטן פונעם לאנד.
ווייסט איינער די באדייט פון טשיללעקס?
(פונדעסטוועגןדאך אין אדמת בני חם אשכול)
Chill out
http://www.merriam-webster.com/dictionary/chillax
ווייסט איינער די באדייט פון?
1. ראציאנלישער
2. עקזיסטענציאליזם
3. רעלאטיוויזם
וויקיפעדיע איז דיר גוט, אדער דו ווילסט איינער זאל דיר דאס מסביר זיין אויף יידיש?
ראציאנאליזם
http://en.wikipedia.org/wiki/Rationalism
עקזיסטיניאליזם
http://en.wikipedia.org/wiki/Existentialism
רעלאטעויזם
http://en.wikipedia.org/wiki/Relativism
אבער לגבי דער הודעה פון קופערניקוס וואס וועגן דעם פרעגסטו יעצט לכאורה, מוז איך צולייגען נאך א לינק.
http://emotionsblog.history.qmul.ac.uk/?p=1656
ייש"כ לעיקוואד, אבער עקזיסטענציאליזם פארשטיי איך נישט.
אויף ראציאנאליזם האט וויקפידיע אויך א הערליכן בלעטל אויף דער אידישער שפראך.
סנישט אידישלעך. א כמו רעליגיע
אפשר ביניך ראנג
עקזיסטיניאליזם איז בקיצור נמרץ דער שיטה פון פילאסאפיע וואס ניצט אלץ די נקודה פון ווי זי הייבט זיך אן די קיום פונ'ם מענטש אויף די וועלט, נישט פון מופשט'דיגע פילאספישע געדאנקען נאר פון מנתח זיין דער מצב פון דער מענטש אין דער וועלט און לייגען אויף עם אליינס די אחריות זיך בוחר זיין וויאזוי ער זאל לעבן אמת'דיג. כלומר דער "אמת" וואס זיי זיכען איז נישט עפעס א לאגישער אדער מעטאפיזישער סיסטעם, נאר עפעס וואס רעדט מער פון דער מענטש, און נעמט אריין אלעס וואס דער מענטש איז כולל.
צו עס איז יידישלעך צו נישט ווענט זיך פארשטייט זיך ווער מפרעגט, אבער דאס איז דווקא א פילאסאפיע וואס קען גרינגער גענצוט ווערן אויף רעליגיע ווי אנדערע מער ראציאנאלישע פילאסאפער, און א צאל גרויסע עקזיסטיניאליסטער זענען געווען גלויביגער, און בתוכם כמה מבני ישראל אדער מגדולי ישראל, פון מרטין בובר ביז הרב יאשע בער סאלעוויייטשיק און אברהם יהושע העשיל.
ווייסט איינער די באדייט פון מעטאפיזישער?
לעיקוואד, דו האבט אריינגעביסן אין א תאנה שבכרה און שיק מיר אן אישי ווען דו ווערסט מיד.
מאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון מעטאפיזישער?
לעיקוואד, דו האבט אריינגעביסן אין א תאנה שבכרה און שיק מיר אן אישי ווען דו ווערסט מיד.
Metaphysical?
לאבעס מיינט לאבעס פערשט\פוס, אבער וואס מיינט לאבוס?
אויפ'ן פאשקעוויל איבער פרעס געשעפט.
האט איינער געהערט פון די ווארט טייטשל? אדער ראשצינע? וואס מיינען זיי?
מאראנצןזאפטלאבעס מיינט לאבעס פערשט\פוס
לאפע איז די LAP, די אויבערשטע גראבע חלק פוס.
צב"ש Laptop מיינט דאך דאס.
דאס ווארט "פרשה", פרשת חיי שרה, איז לכאורה די זעלבע ווארט ווי portion, כעין "הוא פורש ובוכה..", אפגעטיילט, א טייל, א חלק פון א גאנצע.
און אין אידיש, פארציע.
וואס מיינט אנאלפאבעטן?
נולד מאוחרוואס מיינט אנאלפאבעטן?
נישט אלף בית
פון ״דער איד״
װאס מײנט די װארט ״געסטאװעט״ און די װארט ״װאקכאנאליע״?
📎 20131117_033110.jpg
petergrifinװאס מײנט די װארט ״געסטאװעט״ און די װארט ״װאקכאנאליע״?
📎 20131117_033110.jpg
װאקכאנאליע מײנט a rampage or an orgy.
@מאראנצןזאפטווייסט איינער די באדייט פון מעטאפיזישער?
לעיקוואד, דו האבט אריינגעביסן אין א תאנה שבכרה און שיק מיר אן אישי ווען דו ווערסט מיד.
מעטא = נאך
פיזיק = נאטור, טבע.
אין חובת הלבבות, רמב"ם ושאר ספרי הקדמונים רופן דאס אן "מה שאחרי הטבע".
גווענטליך רעפערירט מען צו (אריסטוטליען) שטודיעס פון איבער-נאטירליכע ערשיינונגען.
ממש לעצטענטס אויפגעכאפט, די סלאגן "מטבע שטבעו חכמים" איז עפעס על-דרך משל ונמשל, וואס האט א מטבע מיט מיין נוסח התפילה?
אבער אין ענגליש זעהט מען אויך דעם אויסדרוק אויף באשאפען א נוסח coin a phrase
שוב ראיתי, אז אין ענגליש איז דאס היפש א נייע ווארט.