☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אשכול אן א טיטל #4078
אשכול אן א טיטל #4078
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4078
— » מאנטאג יוני 17, 2013 2:10 pm
· #125482
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
סאשי פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 3:00 pm
· #125497
איך פלעג נוצען די FREE AVG און איך פלעג האבען פיל פראבלמען און ס'האט געקאסט אסאך מער וויפעל איך האב מיך געשפארט
בחנם באקומט מען כינים און פולען זין פון ווארט
נאכדעם האב איך געקויפט mcafee און נאכדעם Norton און ב"ה איך האב מער נישט קיין פראבלעמען
אז די וואולסט שפארען געלט גיי דא צו מיין אשכול
לעיקוואד » מאנטאג יוני 17, 2013 3:15 pm
· #125502
microsoft security essentials
שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 3:30 pm
· #125510
אויב זוכסטו דאס בעסטע, דהיינו מסכים צו צאלן אפאר דאלער, אט האסטו וואס פי.סי. מאגאזין שרייבט:
Norton Internet Security (2013) excels in every area. If you're looking for a traditional security suite, with essential features like antivirus, firewall, antispam, parental control, and phishing protection, it's a great choice
דער פולער רעוויו האסטו דא:
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2409925,00.asp
זיי שרייבן דארטן אז עס קאסט יערליך 80 טאלער, אבער ח"ו צו צאלן דעם פולן פרייז, מען קען עס באקומען אויף סייטס ווי עמעזאן פאר ווינציגער ווי האלב פרייז. פאר א דירעקט דאנלאוד קענסטו עס האבן פאר אונטער $20.
נאך בעסער איז צו נעמען נארטאן 360, וואס האט חוץ דעם אויבנדערמאנטן פראדוקט, אזא שטיקל "טאן-אפ" פראגראם, און א בעקאפ אויפן פארלאנג, אלעס פאר קנאפע $25.
זעה דא:
מען קען אינסטולירן אנטי-מאלוועיר פראגראמען, עס זענען דא פאר אומזיסט מערערע צו דאונלאודן.
שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 3:46 pm
· #125515
ניין. דאס איז די מינימום.
שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 4:30 pm
· #125522
אנטי וויירוס אליינס איז נישט גענוג, עס איז דאס מינימום. דו ווילסט מער סעקיוריטי ווי דעם,
למשל אינטערנעט סעקיוריטי טשעקט יעדע דאונלאודעד פייל צי ס'איז סעיף, בשעת דו סוירטשט אויף גוגל קומט ארויף אויף יעדן לינק צי ס'איז סעיף אדער נישט, אויב ביסטו אין א פאבליק פלאץ טוט עס פראטעקטן פון מענטשן וואס זוכן אריינצולאגן אין דיין סיסטעם, און נאך.
א שאד נישט צו צאלן די פאר דאלער מער.
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 4:31 pm
· #125523
אויב ווילט איר פארזיכערן אז קיינער העקט זיך נישט אריין צו אייך דארפט איר א גוטע פייער-וואנט
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 4:33 pm
· #125526
ס'איז דא פאר אומזינסט און באצאלט למשל Comodo
שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 5:55 pm
· #125570
ווינדאוס האט א אייגענע פייער וואנט, און נארטאן אינקלאדעט אויך איינס (א שטארקערע).
געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 6:00 pm
· #125573
זייט איך בין אריבער צו ווידאוס אכט גיי איך נאקעט אן קיין אנטי וויירוס, מיר איז גענוג די דיפענדער וואס קומט מיט די אפרעיטינג סיסטעם, און פלעג נוצן Avast, וואס איז אויך זייער גוט אויב זוכסטו בחנם.
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 7:21 pm
· #125599
[ציטאט אראפגענומען]
קען זיין אז ס'איז נישט אפדעיטעד, לייג א סקרינששאט
פאר ווינדאוס אכט איך וואלט ראקאמענדירט קאמאדא מיט ווינדאוס דעפענדער (ס'איז זייער זייער גוט אויב עס איז אפ טו דעיט, און איז פאסיג פאר פשוטע מענטשן, ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)
געפילטע פיש » מאנטאג יוני 17, 2013 7:30 pm
· #125602
מומחה
ווילאנג מען עפענט נישט אויף זייער פארדעכטיגטע לינקס אדער עטעטשמענטס)
מיום עמדי על דעתי האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין וויירוס, און כ'האב קיימנאל נישט געצאלט פאר אנטי וירוס.
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 8:13 pm
· #125610
אט אזוי - ווי יענער בעל עגלה האט געזאגט, "א גוטע בעל עגלה פארט נישט אריין אין א בלאטע"
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 9:58 pm
· #125634
אקעי, פאר א אנאנים דארף זיין די בעסטע פראטעקשען - איז אזוי אומזינסט איז די בעסטע avast מיט zonealarm ביידע אויף די העכסטע סעטינגס
פאר געלט איז Kaspersky די זאך
אויב איר דארפט מער קענט איר עפענען אלע פערדעכטיגטע זאכן אין א סענדבאקס מיט sandboxie
מומחה » מאנטאג יוני 17, 2013 10:47 pm
· #125662
ס'איז דא פראגרעמס וואס טוען ביידע אבער עס איז בעסער אלעס עקסטער, עקסטער פייער-וואל און עקסטער אנטי וויירוס
ברעט מענינג » דינסטאג יוני 18, 2013 9:14 am
· #125728
ווי אזוי קען איך קלינען מיין איי פאון פין וויירעס? פאר פרי
מומחה » דינסטאג יוני 18, 2013 12:17 pm
· #125831
דיין אייפאון האט נישט קיין וויירוס, אדער אויב מאכט עס פראבלעמען ריסעט אין אייטונס און סעט עס אויף אלס א נייע פאון און נישט פון די בעקאפ
מומחה » דינסטאג יוני 18, 2013 12:26 pm
· #125839
[ציטאט אראפגענומען]
קאספערסקי, די גאנצע סוויט (אויב דו ווילסט צאלן)
שמעקעדיג » מיטוואך יוני 26, 2013 10:45 pm
· #128407
א גוטע ארטיקל
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2372364,00.asp
סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 3:08 pm
· #153019
איך וויל וויסען אויב עס איז דא א חילוק צווישען א אנטי ווירוס פון 2013 אדער 2014?
איך האב דאך סיי ווי א גאנצע צייט לייוו אפטעדיס?
ווייל די אלטע קען איך יעצט האבען פאר פרי
געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:58 pm
· #153214
א חילוק וועט מסתמא זיין אין פיטשערס, אבער די עיקר פראגראם און פראטעקשענס וועלן ארבעטן פונקט אזוי גוט ווי די 2014, און גראדע אפערט יעצט קעספערסקי א פרי אפגרעיד צום 2014.
סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:04 am
· #153217
שכוח @געפילטע פיש
שוין געקויפט
Bitdefender Total Security 2014 - Value Edition - 3 PCs / 2 Years
נאך די ריבעט קומט עס אויס $8
@געפילטע פיש עס איז גוט?
געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:24 am
· #153224
מסתם יא, איך קען עם נישט פערזענליך, דא האסטו א ריוויו.
פלעין יודיש » זונטאג יוני 22, 2014 4:03 pm
· #207450
מיין פי סי איז מלא וגדוש מיט (ע)וויירעס
וואויל וועט זיין פאר דער וואס וועט מיר ציפירען צו א גיטע אנטי וויירוס פראגרעם (בחינם פארשטייט זיך).
AVG האב איך שוין און ס'טויג אויף כפרות (ס'האט אפילו די חוצפה צו זאגן אז מיין קאמפיוטער איז ריין מיט ניטאמאל איין שלעכטע THREATׂ)
שמעקעדיג » זונטאג יוני 22, 2014 4:52 pm
· #207455
דו דארפסט לכאורה טשעקן פאר מאלוועיר
דאונלאוד מאלוועירבייטס און מאך א DEEP SCAN, עס קען נעמען א שעה-צוויי (ווענדט זיך ווי גרויס דיין הארד דרייוו) און קליען ארויס אלע רויטע שמוץ וואס ער טרעפט.
https://www.malwarebytes.org
petergrifin » זונטאג יוני 22, 2014 11:14 pm
· #207502
נאך אײנס צו נוצן װאס װערט זײער רעקאמענדירט נאך ״מאלוועירבייטס״ איז ״סופער אנטיספײװער״
http://www.superantispyware.com/
איך װאלט דיר געראטען זאלסט עס טיען אין װינדאיס סעיפטי מאוד מיט נעטװאָרקינג. ס׳איז שנעלער
און זיכערער.
קליגער אינגערמאן » זונטאג יוני 22, 2014 11:53 pm
· #207508
@פלעין יודיש זיי אביסל מסביר ווי די וויירוס איז. איז עס ווען די ניצט דעם בראוזער אויב יא וועלעכע ? אדער סתם וויירוסדיגע סאפטווער?
שמעקעדיג » מאנטאג יוני 23, 2014 12:35 am
· #207518
פלעין, לאז אונז ביטע אויך וויסן רעזולטאטן אויב ביסטו געהאלפן געווארן.
למדן » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:20 am
· #219748
איך האב געהאט א געוואלד מיט avg free, pop ups האט מיך אסאך געהאלפן אבער ס' קומט נאך ארויף אביסל, בעיקר ספאנסערד עדס ווי אפדעיטן ווינדאויס, ווי אויך יעדע נייע טעב עפנט זיך אין עפעס א פארשטיפטע סוירטש ענדזשין און איך וואלט גוואלט ס' זאל זיך עפענען אין גוגל
איך נוץ אינטערנעט עקספלארער, אגב ס' איז זייט איך האב דאונלאודעד איינע פון די פרי עדאובי פראגראמען, וועט העלפן אויב מעק איך עס אויס
ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:26 am
· #219753
למדן
ווי אויך יעדע נייע טעב עפנט זיך אין עפעס א פארשטיפטע סוירטש ענדזשין און איך וואלט גוואלט ס' זאל זיך עפענען אין גוגל
ביי סעטינגס קען מען אנשטעלן דעם האום פעידזש.
למדן » פרייטאג אוגוסט 29, 2014 6:48 am
· #219782
די האום פעידזש אפשען נוצט אויך ווען מען עפנט א טעב? אויף מיין אלטע קאמפיוטער האט עס נאר געהאלפן פאר די ערשטע טעב ווען מ' עפנט דעם אינטער נעט
פליקער » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:33 pm
· #219967
Avg זעלבסט איז א געפערליכע ווירוס, עין בגוגל, מיין עצה צו דיר איז סימפל
גיי צי עד ענד רימאוו פראגרעמס, דאן סארט עס לויט די לעצטע אינסטאלד פראגראמען, טו אנ אינסטאלן אלע פראגראמען וואס זענען לעצטענס אינסטאלירט געווארן, וואס די ווייסט נישט וואס דאס איז, אן אינסטאליא אן רחמנות, אויך די עי ווי דזשי, לאמיר האפן דאן וועסטו פטור ווערן, פינעם עי ווי דזשי וויירוס איז אגב שווער פטור צו ווערן, למעשה זאלסטו קיין מאל נישט אינסטאלן קיין פרייע פראגראמען וואס קימען ווי שנארערס נאך די מגילה, אלע זענען אנגעפילט מיט ווייראס,
למדן » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 11:34 pm
· #220683
איך ווייס אויך סתם אזוי נישט צו דאונלאודן אומזיסטע פראגרעמס, איך האב געדארפט עדאבי פלעש, איך האב געדארפט זעהן עפעס וואס איינער האט מיר געמאכט און די רעסט איז היטאריע,
למעשה האב איך טאקע שוין געוואלט אירעסן דעם פלעש אבער דאס וועט שוין קיין סאך לכאורה נישט העלפן, כ' וועל טרייען צו רימאוון די לעצט צוגעקומענע סחורה ונראה מה יהיה, כ' האב געמיינט אז זיי האבן געטראפן א וועג אריין כ' האב נישט געוואוסט אז זיי זיצן ביי מיר אויף קעסט
פישלע העררינג » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:23 am
· #220708
איז McAfee לגבי Norton בעסער אדער ערגער? איך האב McAfee Full Access. מיין עיקר קאנסערן איז העקערס.
און וואס איז די מעשה מיט די כמעט וועכענטליכע אדאובי פלעש אפדעיטס וואס די אפדעיט פראגראם שלאגט פאר אלץ קריטיקל?
למדן » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 2:47 pm
· #220836
ברוך השם ברכת צדיק עשתה רושם, אלעס אנאינסטאלט, די אלע זאכן זענען נישט געווען זאכן וואס איך ווייס נישט נאר זאכן וואס כ' האב מיך כסדר אנגעשטויסן אין זיי דא און דארט.
למעשה פון איין זאך קען איך נישט פטור ווערן דאס איז די סיערטש ענדזשין ווייל ווען איך טריי צו אנאינסטאלן בעהט ער צוצומאכן די בראוזער וואס איז שוין דריי מאל צוגעמאכט און ווען איך טריי עס צו דעליטן זאגט עס אז די פייל איז אפען ובכן כמובן קען מען נישט דעליטן א פייל וואס איז אפען על אף וואס איך האב נישט קיין איין פייל אפען, קודם האב איך געטשענטשט די האום פעידזש אבער איך וואלט איהם דאך געוואלט פארשיקן אינגאנצן ווי עס פאסט
שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 6:36 pm
· #220929
וועלכע בראוזער נוצטו?
שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 6:37 pm
· #220930
פישל'ע העררינג
איז McAfee לגבי Norton בעסער אדער ערגער? איך האב McAfee Full Access. מיין עיקר קאנסערן איז העקערס.
און וואס איז די מעשה מיט די כמעט וועכענטליכע אדאובי פלעש אפדעיטס וואס די אפדעיט פראגראם שלאגט פאר אלץ קריטיקל?
נארטאן פלעגט זיין אסאך בעסער ווי מ'קעפי, אבער היינט איז שוין מ'קעפי פיל בעסער און נארטאן איז שוין נישט די סאמע בעסטע (הגם עס ציילט זיך נאך אלץ צווישן די בעסטע).
דו וועסט לכאורה נישט זעהן קיין גרויסע חילוק צווישן די 2.
למדן » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:42 am
· #221064
אינטערנעט עקספלורער,
איך האב געטשעינטשט האום פעידזש אבער כ' האב איהם געוואלט אנאינסטאלן פון מיין הארד דרייוו, דארט איז ווי ער שטעלט אזא ווידערשטאנד
שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 11:46 am
· #221066
דאס האט מען אויבן געשריבן.
האסטו שוין פרובירט??
שמעקעדיג
דו דארפסט לכאורה טשעקן פאר מאלוועיר
דאונלאוד מאלוועירבייטס און מאך א DEEP SCAN, עס קען נעמען א שעה-צוויי (ווענדט זיך ווי גרויס דיין הארד דרייוו) און קליען ארויס אלע רויטע שמוץ וואס ער טרעפט.
https://www.malwarebytes.org
petergrifin
נאך אײנס צו נוצן װאס װערט זײער רעקאמענדירט נאך ״מאלוועירבייטס״ איז ״סופער אנטיספײװער״
http://www.superantispyware.com/
איך װאלט דיר געראטען זאלסט עס טיען אין װינדאיס סעיפטי מאוד מיט נעטװאָרקינג. ס׳איז שנעלער
און זיכערער.
למדן » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:05 pm
· #221071
איין זאך וואס איך וויל זייער נישט טוהן, איז דאונלאודן נאך סחורה.
די avg מיט אלעס וואס האט זיך דאונלאודעד אויף די זעלבע דעיט וואס כ' האב דאונלאודעד די פלעש פלעיער האב איך uninstalled.
Specialist » דינסטאג מאי 12, 2015 6:38 pm
· #274541
@למדן עס איז שוין א לאנגע צייט זייט דיין פראבלעמען באט פאר די רעקאידס איז דא א גוטע פראגרעם צו קלינען די בראזארס אין עס מאכט עס clean פין די אלע פאפ אפס
http://www.bleepingcomputer.com/downloa ... er/dl/125/
samiam » מיטוואך יולי 29, 2015 9:23 pm
· #292710
[ציטאט אראפגענומען]
עס ארבעט נישט אויב סאיז דא א אנדערע anti virus program running.
שמעקעדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 11:07 pm
· #292732
פרוביר קודם צו אנ-אינסטולירן גענצליך דעם מ'קעעפי. עס איז נישט ראטזאם צו האבן 2 סעקיוריטי פראגראמען אויף איין קאמפיוטער, ואין שני מלכים משתמשים וכו'
שמעקעדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 11:17 pm
· #292740
וועלכע ווינדאוס? פאר 7 איז לכאורה Avest בעסער,
אויף ווינדאוס 8 האט זיך מייקראסאפט פארבעסערט ממילא איז אפשר נישט אזא גרויסע נפק"מ.
samiam » מיטוואך יולי 29, 2015 11:30 pm
· #292741
[ציטאט אראפגענומען]
י uninstall עס אינגאנצען ,און די וועסט קענען אנצינדען defender
שמעקעדיג » פרייטאג יולי 31, 2015 10:39 am
· #293072
איף האב באקומען די מעסעדזש אויף מיין פאון, און איך זעה אז אסאך נייעס אגענטורן רעדן דערפון (ד.ה. עס איז נישט סתם א באבע מעשה)
📎 Android_Security.jpg