☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "סיוע" שיש בו ממש

"סיוע" שיש בו ממש

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4068

הערשל » זונטאג יוני 16, 2013 2:36 pm

· #125239
"סיוע" שיש בו ממש
כלל ישראל איז באשאנקען מיט אן א צאל ארגאניזאציעס, וויכטיגע און נויטיגע און אמאל אבי צו שטופן די צייט און אנפילן עטליכע קעשענעס מיט שווער אויסגעהארעוועטע געלטער.

קלערנדיג אז די גראפיקער זענען שוין אויסגעלאפן פון דעזיינען פלאקאטן און שרייעדיגע עדס, האט א געניטער מארקעטער זיך אן עצה געטאן און געשאפן א פרישער מפעל וואס זאל דרילעווען די מוחות פון דעם עולם און געגרינדעט די נייע סיוע ארג.

כאפט אייך אן שטארק און לאמיר ארויס אין א פרישער און צושאקלענדער עד קאמפיין.
📎 סיוע.jpg

שמעקעדיג » זונטאג יוני 16, 2013 2:38 pm

· #125241
וואס איז דאס? וואס פארקויפן זיי?

הערשל » זונטאג יוני 16, 2013 2:38 pm

· #125242
עס זעט אויס אז דער ארג סיוע האט א צאל וויכטיגע פלענער פארן צוקונפט, און אצינד הייבט ער אן מיטן "שתצילנו" פראיעקט פארן קומענדן זומער.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 16, 2013 2:52 pm

· #125243
זיי פארשעמען מיין גלויבן.

משה געציל » זונטאג יוני 16, 2013 3:00 pm

· #125246
אויבן אויף קוקט עס אויס ווי א שירעם ארגענעזאציע פאר די פילע ארגענעזאציעס וואס ספעציעלזירן זיך אין פועל'ן ישועות פאר כלל ישראל.
לכאורה וועט דאס באשטיין פון א האטליין מיט א רייע אפציעס ווי; פאר "תהלים כולל" דריקט איינס. "כולל חצות" צוויי. "כולל עשרה בטלנים" דריי. "קופת העיר" פיר. כולל מ' רבנים" פינעף. "כולל מ' ימים" זעקס. "כולל מ' פעמים" זיבן. נאך דריי? הלוואי איז דא נאר נאך דריי!...
אפשר וועט אויך זיין אפציעס זיך צו פארבינדן מיט קוויטל ליינערס, "אבאחצירא", "בעל חוב", "זבל טוב", "משיזהב", וכו' וכו' (ע"פ סדר הא"ב פארשטייט זיך). אויב דאס איז די רעדע וואלט איך זיי געראטן ארויף צו לייגן א רעיטינג פון יעדע בעל מופת וויפיל פראצענט פון זיינע מופתים געלונגען. און אויך אין וואס דער ספעציפעשער בעל מופת ספעליעזירט זיך ווי, זש"ק, בנש"ק, נושג"ז. די באבאס וועלן פארשטייט זיך האבן א רעיטענגט פון עטליסט 110, איי עס איז דאך נישט דא אזויפיל פראצענט בכלל? נא, אויף א בעל מופת פרעגט מען דאך נישט קיין קשיות.

קרעקער » זונטאג יוני 16, 2013 3:06 pm

· #125250
זיי שפרעכען אפ עין הרעס פאר באצאלט
מקען זיין א מעמבער

סאשי פיש » זונטאג יוני 16, 2013 3:07 pm

· #125251
שמירה פארען זומער
דאס אלעס איז די נייע משוגעת אז מען דארף האבען שמירה ווייל מען פארט אין קאנטרי און כל הדרכים בחזקת סכנה
אבער איך בין אזוי צומישט וועם צו נעמען תהלים כולל שרייט קום צו מיך כולל חצות צו מיר שמירה ד' ר" מאיר צו מיר
אפשר איז תהלים כולל ווער ס"פארט פארטאגס.....
כולל חצות ווער ס"פארט ביינאכט......

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 16, 2013 3:08 pm

· #125252
איך האב דאס אויך געזען דעם שבת און די בלוט דרוק איז מיר ארויף.
מילא מעמבערשיפ אז יוגעלייט זאלן זאגן תהלים, איך קען עטליכע וואוילע יונגעלייט וואס צאלן מיט דעם רענט.
מילא לערנען א גאנצע נאכט.
אבער מעמבער שיפ פאר ??????????????. אראפנעמען עין הרע און מעינטענענס טאמער ס'כאפט זיך אריין א פרישע עין הרע.
זענען מיר אינגאנצן משוגע אז יעדער באבא קען אונז באראבעווען.
די שער ישועות האטליינס וואס יאווענען לעצטנס אנגעהויבן מיט דער זעווילער כולל און געענדיגט ביי ריזשעניל ביקור חולים מאכט מיר ברעכן.
אבער 'סיוע' איז פרעצעדענטלאז, א מעמבערשיפ פאר גארנישט! קיין שום סערוויס - בלויז ישועות.
שוין צייט צו עפענען א 99 סענט סטאר מיט ישועות.
טייערער הרב עקשטיין, הער דיך אויף צו אדווערטייזן אויף קול מבשר אז דו ביזט דרייט צו פאסטן און טון סיגופים פאר א ישועה.
כ'האב פאר דיר א גרינגערע לעזונג, נעם א 9 טו 5 זשאב.
איך זאג דיר צו וועסט זען א ישועה.

סאשי פיש » זונטאג יוני 16, 2013 3:16 pm

· #125253
מאראנצןזאפט
איך האב דאס אויך געזען דעם שבת און די בלוט דרוק איז מיר ארויף.
טייערער הרב עקשטיין, הער דיך אויף צו אדווערטייזן אויף קול מבשר אז דו ביזט דרייט צו פאסטן און טון סיגופים פאר א ישועה.

די גאנצע זאך איז איין שטיק בעלאני שקר וכזב
דעי הרב עקשטיין פלעגט וואוינען דא אין אמעריקא ער איז געפארען אויף ארץ ישראל פאר אפאר חדשים אז מען זאל פארגעסען פון עם
יעצט קען ער זיך שוין אדווערטייזן אויף קול מבשר א מקובל פון ארץ ישראל איז געקומען אויף אמעריקא
און פארשטייצעך פאר א קורצע צייט

גנדי » זונטאג יוני 16, 2013 3:54 pm

· #125259
ביי דע לעצטע ביזנעס קאנפרענס, אן עין הרע אויסשפרעכער איז זיך געקומען לערנען מארקעטינג... אשפג!

<a class="postlink" href="https://twitter.com/Shaybod/status/344547316243501057">https://twitter.com/Shaybod/status/344547316243501057</a>

berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2013 5:08 pm

· #125276
קרעקער
זיי שפרעכען אפ עין הרעס פאר באצאלט
מקען זיין א מעמבער

און אז מ'צאלט נישט,שעלטן זיי?

גנדי » זונטאג יוני 16, 2013 5:15 pm

· #125281
די אלע עדס פון שמירה אין קאנטרי און עין הרע׳ס אין קאנטרי שרעקן מיר אפ פון גיין אין קאנטרי.

איך מיין איך בלייב אין שטאט. און שוין.

משה געציל » זונטאג יוני 16, 2013 6:21 pm

· #125305
קאווע טרינקער
זיי פארשעמען מיין גלויבן.

עס איז א סקווירא ארגענעזאציע?