☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מעסיגער פרעזידענט קאנדידאט געווינט וואלן אין איראן

מעסיגער פרעזידענט קאנדידאט געווינט וואלן אין איראן

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4064

זר זהב » מוצ"ש יוני 15, 2013 10:01 pm

· #125085
מעסיגער פרעזידענט קאנדידאט געווינט וואלן אין איראן
גינסטיגע נייעס פאר אמעריקע. א מאדערעט קאנדידאט האט געווינען אין איראן. די מער קאנסערוואטיווע אויסגעשפראכענע קאנדידאטן וואס זענען געווען אליאירט מיט כאמעיני האבן פארלוירן.

דער געווינער איז כאסאן ראוואני, 60 יאר. ער האט באקומען איבער 50 פראצענט פון די שטימען.

זר זהב » מוצ"ש יוני 15, 2013 10:04 pm

· #125086
Capture.JPG

אייגענארטיג » זונטאג יוני 16, 2013 12:02 am

· #125099
האלסט הייסט אז איראן איז אווער...... אויב יא האסטו א טעות. די ליבעראלע פון זיי זענען אויך א סכנה.

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 12:23 am

· #125105
כאגעמיינט אז וועסט ענדיגן מיט עפעס מער ראציאנאל. ס'נישט אווער ווייל כאמעיני האט נאך אלץ דאס לעצטע ווארט. אבער נישט יעדער דארט איז א סכנה, רוב איראניעס ווילן שלום מיט אמעריקע און זיי האבן יעצט גוט געווינען.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2013 1:05 am

· #125112
זר זהב
גינסטיגע נייעס פאר אמעריקע. א מאדערעט קאנדידאט האט געווינען אין איראן. די מער קאנסערוואטיווע אויסגעשפראכענע קאנדידאטן וואס זענען געווען אליאירט מיט כאמעיני האבן פארלוירן.

דער געווינער איז כאסאן ראוואני, 60 יאר. ער האט באקומען איבער 50 פראצענט פון די שטימען.

אגב. דער נאמען פונ'ם אייאטאללא וואס ציט די שטריקלעך אין איראן איז נישט כומעיני. דאס איז געווען דער ערשטער ימחשמו'ניק וואס האט איבערגענומען דיפירערשאפט אין איראן נאכ'ן דעמאקראטישן ערוויילטן פרעזידענט. דער היינטיגער אייאטאלא'ס נאמען איז כאמינאי (חאמע-נאה(.

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 1:06 am

· #125113
איך האב נישט געשריבן כומעיני. לייג נישט אריין טינט אין מיין פעדער ביטע

berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2013 1:11 am

· #125116
זר זהב
איך האב נישט געשריבן כומעיני. לייג נישט אריין טינט אין מיין פעדער ביטע

במחכת"ה. האסט יא געשריבן. מיט אן אלף אדער מיט א ואו, ליינטצעך די זעלבע. 😂

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 1:12 am

· #125118
ניין, כ'האב דירעקט געשריבן מיט אן אל"'ף ליינענדיג עס ווי א פתח.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 16, 2013 1:19 am

· #125124
זר זהב
ניין, כ'האב דירעקט געשריבן מיט אן אל"'ף ליינענדיג עס ווי א פתח.

גוט. מסכים. א גוטע וואך. 🙄

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 1:20 am

· #125125
א גוטע וואך

לאליפאפ » זונטאג יוני 16, 2013 2:26 am

· #125143
זר, אפשר ביסטו מסביר אביסעלע וואס דעם קאנדידאטס שיטה איז איבער נוקלעאר און ישראל? איך וויל פשוט וויסן און פארשטיין ווי גינסטיג די נייעס איז...

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 2:33 am

· #125144
ישראל?

ישראל ווער? אייכלער? שפירא? בעל שם?

סאשי פיש » זונטאג יוני 16, 2013 2:39 am

· #125146
ארץ ישראל

מאטי » זונטאג יוני 16, 2013 2:42 am

· #125148
ס׳נישט קיין גרויסער חילוק, דער איינציגער נפק״מ וואס איך קען טראכטן איז אז רב טוב וועט יעצט מוזן טוישן זייער באשרייבונגען.
פון: ווי איר וויסט איז דער פרעזידענט פון איראן א וואנזיניגער עקסטרעמער פארשוין און פארשטייט זיך אז דאס קלאפט אויס אויף די ארטיגע נעבאך׳דיגע אידן״.

צו: ״הגם לעצטענס בלאזן מער מעסיגע ווינטן און מ׳האט אפילו ערוועלט א נייעם מעסיגן פרעזידענט. מאכט דאס אבער גארנישט אויס לגבי דער מצב מון אחינו בני ישראל וואס וואוינען דארטן און מ׳דארף זיי (אונז) נאך אלץ העלפן״.
דאכט זיך זיי האבן שוין אזא נוסח פון ווען דער מעסיגער כאטאמי איז געווען פרעזידענט,איטס זשאסט עי קאפי ענד פעיסט אוועי.

זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 2:47 am

· #125150
א. שרייבער האט געשריבן אין איד פאריגע וואך אן איבערזיכט איבער אלע 8 קאנדידאטן, און גראדע האט ער אריינגעלייגט דעם געווינער אין די שווארכערע קאטעגאריע. דארט שטייט אזוי איבער ראוואני: "אין א בוך איבער זיין ערפארונג אלס נוקלעארע פארמיטלער, קריטיקירט ער צווישן די שורות איאטאלי כאמעיני. ער לאזט וויסן אז אויב עס וואלט זיך געוואנדן אין אים וואלט ער אויפגעקומען מיט גענוג א גוטע המצאה אויסצומיידן דעם נוקלעארן קריזיס פון ווערן דעפעריריט צו די יו ען.

.... ער מיידט אויס עקסטרעמיזם אין זיינע מיינונגען"

לאליפאפ » זונטאג יוני 16, 2013 2:55 am

· #125152
שוין... נישט אזוי גינסטיג וואו איך האב געמיינט. אבער עט ליעסט אראפ מיט דעם........ פון טיש!
📎 image.jpg

wassup » זונטאג יוני 16, 2013 3:58 am

· #125161
The new president from iran
1371353395365.jpg

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 4, 2013 2:58 pm

· #148077
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס. ווייל זיי האבן גע-וואוט פאר עים?!