☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וויאזוי גייט מען אויסזעהן אין 100 טויזענט יאר ארום

וויאזוי גייט מען אויסזעהן אין 100 טויזענט יאר ארום

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4057

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 11:18 pm

· #124514
וויאזוי גייט מען אויסזעהן אין 100 טויזענט יאר ארום
פארבס מאגאזין באשרייבט דאס. נאך נישט אפגעליינט. די מענטשליכע פנים גייט עוואלווען גרעסערע שטערקערע אויגען, ברייטערע נאוסטרעלס.

cc_future_130610_wg.jpg


יידל זאל עלעבארעיטן

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 11:30 pm

· #124519
דא זאגט ער עפעס אנדערש. כ'פארשטיי נישט

<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/sites/matthewherper/2013/06/07/no-this-is-not-how-the-human-face-might-look-in-100000-years/">http://www.forbes.com/sites/matthewherp ... 000-years/</a>

ממרום שלח אש » מיטוואך יוני 12, 2013 11:59 pm

· #124524
איך האב א שטיקל ביף מיט די חברה וואס האלטן אז מיר גייען עוואלוון.

לדעתי איז אוולוציע ביי מענטשן אין מערסטן טייל פינישד פאר גוד,

איך וועל מסביר זיין בקיצור, עוואלוציע טוישט נישט עכט לויט די באדערפענישן פונעם מענטש, נאר וויבאלד די איבעריגע שטארבן, ווערט נאטורליכערהייט סעלעקטד בלויז די וואס זענען די מערסטע אויסגעשטאט צו סורווייוון.
אבער כהיום שטארבט מען נישט נאר ווייל מען קען נישט אזוי גוט זען אין אנדערע פלאנעטן (ווי די ארטיקל איז מסביר די גרויסע אויגן), מען גיט זיך א עצה, מען מאכט פאטענטן יא צו זען, און אפילו די וואס זעען נישט, שטארבן נאך נישט דערוועגן, אנדערש ווי אמאל, איז דא שפיטעלער און טעראפי, סדא פוד סטעמפס פאר די ליגאלי בליינד, זיי מאכן נאך א בעסערע לעבן ווי די וואס קענען פונקציאנירן און ארבעטן, אדרבא, זיי האבן אפילו מער צייט און מח זיך צו פרוכטבארן, בקיצור, סיז נישט קיין זשאנגל ווי די שוואכערע שטארבן אויס, ממילא עוואלוציע ביי די מין האנושי איז פינישד.

יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:09 am

· #124527
זר זהב
דא זאגט ער עפעס אנדערש. כ'פארשטיי נישט

<a class="postlink" href="http://www.forbes.com/sites/matthewherper/2013/06/07/no-this-is-not-how-the-human-face-might-look-in-100000-years/">http://www.forbes.com/sites/matthewherp ... 000-years/</a>

דארט שטייט אז די בילדער שילדערן נישט ווי אזוי מיר גייען זיך עוואלוון, נאר ווי אזוי מיר גייען אויסזען נאכדעם וואס סייענטיסטן וועלן קענען מאניפולירן די דזשינס און טוישן די מענטשנ'ס איברים. פאר סאם ריזאן האלט דער נביא שקר אז מען גייט מאכן אז מ'זאל האבן גרעסערע אויגן און מוחות.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:13 am

· #124528
ס'שילדערט יא אדער נישט? ער רעדט דא פון צוויי זאכן? צו טיעף פאר מיר. כ'כאפ נישט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:14 am

· #124529
זר ספאסט נישט פאר דיר עפענען אן אשכול מיט א לינק צי איוואלווען 60טויזענט יאר. משיח קומט און צוויי דריי הונדערט.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:16 am

· #124530
ס'איז פאר אינטערטעינמענט בעלמא

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:18 am

· #124532
מענין לענין צייכענען זיי צו אינעם abc מאמר צו דעם מאמר.

דארט ווערט ארויסגעברענגט גאר אן אינטערעסאנטע נקודה, ווען וויקיפידיע האט געזוכט א בילד פאר זייער ערך 'human', זענען זיי געבליבן, נאך א שקליא וטריא, אז לא פחות ולא יותר איז דער בילד די מערסטע געאייגענט פארצושטעלן דעם מין האנושי...

📎 human.jpg

דאס איז א בילד פון א פארפאלק פון די אקהא שבט אין די בערג פון צפון טיילאנד [אזיע], דער מאן שלעפט א שטאם פון א באנאנע בוים אויף צו געבן צו עסן פאר זיינע חזירים, פארוואס איז דאס דער בעסטער בילד פארצושטעלן די מענטשהייט? אט הערט זייער טרוקענעם חשבון:

רוב מענטשן אויף די וועלט זענען נישט ווייס אדער שווארץ, אזיע מיט איהרע 4.2 ביליאן איינוואוינער פארנעמען איבער 60 פראצענט פון די וועלט'ס פאפיולאציע.

רוב אזיע'נער וואוינען אין מזרח-אזיע, די געגענט וואס ווערט געזעהן אויפן בילד.

רוב פון די מענטשהייט דורכאויס די היסטאריע זענען געווען פארמער.

און צום לעצט, רוב פון די מענטשהייט זענען געווען 'גאנץ ארים, אבער נישט שאקירנדיג-ארים'.

ממילא, בלייבן מיר מיט דעם אז דאס איז די פאסיגסטע בילד פארצושטעלן די מענטשהייט אין עוורעדש...

שוין, דאס איז די מענטשהייט, ווי זאגט יענער? אפי' היא שחורה וכעורה...

יאיר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:32 am

· #124539
זר זהב
ס'שילדערט יא אדער נישט? ער רעדט דא פון צוויי זאכן? צו טיעף פאר מיר. כ'כאפ נישט.

יא, איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פון צוויי זאכן. סיי פון די נאטורליכע עוואלוציע ווי אזוי דער מענטש גייט זיך עוואלוון, און סיי דאס וואס די פארגעשריטענע מעדיצין וועט ברענגען, בצירוף פון ביידע פעולות וועלן מיר האבן פונקט אזא סייז אויגן.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:33 am

· #124540
אהא.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:36 am

· #124542
איך אגריע מיט וויקיפידיע אויף זייער בילד אויסוואהל. גערעכט זענען זיי צו גיין בתר רוב. אבער איך וואלט פשוט געזאגט צו גיין טאקע מיט אזא סארט בילד וואס ווייזט דער אויטענטישער "מענטש" אלץ די בריאה אזוי ווי זי איז באשאפן געווארן. נישט די היינטיגע ראבאטן וואס גייען ארום ווי זאמביס מיט סמארט פאונ'ס און אייפאדס.

נישט דאס האט ג-ט געמיינט