☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ליסטע פון רבנים פון עצרת?

ליסטע פון רבנים פון עצרת?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4051

ביג יוס » מיטוואך יוני 12, 2013 10:46 am

· #124297
ליסטע פון רבנים פון עצרת?
קען אפשר איינער מאכן א ליסטע פון רבנים און אדמורים וואס האבן אנטייל גענומען אין די נעכטיגיע עצרת?

newkave » מיטוואך יוני 12, 2013 10:51 am

· #124300
וואספארא עצרת איז געווען נעכטן?

ביג יוס » מיטוואך יוני 12, 2013 10:55 am

· #124303
ביים פראטעסט קעגן די זונטאג

גאלד » מיטוואך יוני 12, 2013 11:05 am

· #124310
פאר $100 טוה איך עס,

price is negotiable

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 1:07 pm

· #124350
איך מיין ס׳איז אינטערסאנטער ווער סאיז נישט געווען, ווער ס׳איז אלץ געווען וועלן שוין די היימישע צייטונגען באשרייבן, איך וועל אויס רעכענען עטליכע רבנים וואס האבן נישט אנטייל גענומען, דיסקלעמער סמיינט נישט אז די רבנים זענען געווען קעגן די פראטעסט (והא ראי׳ שאפראנער רב האט זיך אויסגעדרוקט קעגן די פראטעסט און ער איז געווען ביי די פראטעסט) נאר צוליב טעכנישע סיבות אדער מחוסר הזמן האבן זיי נישט געקענט קומען
הלא המה:
ליבאביטשער רבי שליט״א(נעכטען איז געווען זיין יום הצלה)
די דריי זיקני וצדיקי הדור לויא״ט שליט״א
הרה״ג ר׳יחזקאל רוטה שליט״א
ווערדאנע רבי שליט״א
ועוד די עולם ווערט געבעטן צוצילייגען

דולה ומשקה » מיטוואך יוני 12, 2013 2:35 pm

· #124375
סקולען'ער רבי האט זיך נישט באטייליגט, (כאטש דאס איז געוועהן תחת כפת השמים).
זעהט אויס אז זיין ר' ישראל מרדכי מאכט נישט קיין געלט פון דעם עצרת...

(שמעתי לבדיחה בעלמא: היות כמנהגו זיצט ער כמסורה ליד האדמו"ר מבאבוב (45), והיות ער האט זיך נישט געקענט באטייליגען זייענדיק אין ארץ ישראל, ע"כ שב ואל תעשה עדיף...)

אוי געוואלד כ'בין אריין געפאלען אונטער דער השפעה פין צימעס, אוי ווי זעהט מען זיך ארויס...?

יין שרף » מיטוואך יוני 12, 2013 4:07 pm

· #124403
ווי ס'זעהט מיר אויס איז ליובאביטש'ע רבי אויסדרוקלעך יא דארט געווען, כהאב אפילו געזעהן אויפן דריטע אויבן-אן ביי די לינקע זייט א ליידיג בענקל!

ניו יארק » מיטוואך יוני 12, 2013 8:26 pm

· #124477
די ליידיגע בענקל איז געווען אבאמא'ס.