מיט שכל דארף א מענטש קענען מאכען אז זיין ווייב זאל עם געבן וואס ער וויל אז די בוזט נישט גענוג קלוג צו מאכען מיט שכל, טא בעד! ח״ו ארויף צו צווינגען מיט געוואלד ״דא אינדערהיים בין איך בעה״ב אזוי וויל איך און אזוי וועט זיין״ (דעס קען ארבעטן ביי רבנות נישט און שטוב), דארפסט מאכען אז דיין רצון זאל זיין איר רצון
אוי לבית שמתנהגת על פי אשה, שהאשה מסטרא דשמאלא וכאלו מתנהגת על פי מדת הדין הקשה, ולא יחסר חולי לאותו הבית ועניות גם כן ודבר אחר. ואשרי בית שמתנהגת על פי האיש שכל בית המתנהגת על פי האיש כאלו מתנהגת על פי מדת הרחמים, ואין מקרה רע ופגע רע יקרה באותו הבית
אוי לבית שמתנהגת על פי אשה, שהאשה מסטרא דשמאלא וכאלו מתנהגת על פי מדת הדין הקשה, ולא יחסר חולי לאותו הבית ועניות גם כן ודבר אחר. ואשרי בית שמתנהגת על פי האיש שכל בית המתנהגת על פי האיש כאלו מתנהגת על פי מדת הרחמים, ואין מקרה רע ופגע רע יקרה באותו הבית
חסד לאברהם מעין ד' נהר מח
מדברי הרב הוגה באשכול אחר: איך וויל זיך צוריק האלטן פון ברענגן ראיות ומקורות. איך האב דערביי צוויי סיבות. איינס, ווייל מען קען בעצם טרעפן ראיות, מאמרים און ווערטלעך לשני הצדדים. צווייטענס, ווייל ווען דו ווילסט וויסן אויב א שיטה, סברא אדער התעמקות איז ריכטיג, דאן זאג עס נאך משמך (ווייל ווען דו זאגסט עס נאך פון א פריערדיגע חכם, וועסטו און אנדערע מורא האבן עס אפצופרעגן, און מען קען זיך גרינג נער'ן) און דאן זעה אויב עס שטימט, סיי לאגיש און סיי מצד התורה.
ממילא, לאמיר אדורך גיין דער נושא אן קיין נעמען און מקורות.
א בחור האט נישט וואס צו רעדן אין שלום בית. און מען קען רואיג שרייבן דא, נאר פאר די וועלכע וועלן עווענטועל אנקומען צו מאחורי, איז כדאי צו וויסן אז דארט רעדט מען שוין דערפון.
שמעקעדיג, איך מוז אגריען צו סטארבאקס, די אבסעסיע פון שעלטערן בחורים פון יעדע זאך וואס הערט זיך נאר טאטיש קריכט מיט אויף די געהירן, צו פיל אשכולות ליגן באהאלטן דארט וואו די זון שיינט נישט וואס וואלט געקענט אויפטוהן פי כמה אין די עפענטליך.
אבער טאמער איז רבו עלי חבריי, דעמאלס הלכה כרבים. איך מוז נישט בלייבן גערעכט.
ס'איז דא אן ongoing debate אין די וועלט פון קונסט אויב ווייסע קענען שרייבן/מאכן פילמס/זינגען וועגן שווארצע. קען מען ריכטיג געבן דעות אויף עפעס וואס מ'האט נישט עקספיריענסט? צו וועם געהערט cultural ownership? איך פערזענליך בין א חסיד פון cultural tourism. איך גלייב אז אין מערסנטנס פעלער קען איינער וואס איז גענוג perceptive און גענוג א גוטע ארטיסט, גוט אראפלייגן די מצב פון עפעס וואס ער אליין האט נישט איבערגעלעבט. לגבי א בחור'ס דעה אין די טעמע פון שלום בית גלייב איך אז, גערעכט, ס'איז גאר אנדערש טיאריע און למעשה. ס'איז גרונג צו אפפערן דעות ווען מ'האט נאך נישט אויספרובירט. אבער אויב איינער איז א פארשטענדליכע בחור און האט גוטע powers of perception, אדרבא, אפשר קען ער אונז עפעס לערנען. וואס שאדט אונז אים אויסצוהערן?
צוריק צום נושא וואלט איך צוגעשטימט צו די וואס זאגן אז א מאן און ווייב זענען נישט אין א מלחמה ווער איז בעל הבית, עס איז א שותפות און מען ארבעט צוזאמען. מיין שאדן איז דיינס און דיין ריוח איז ווידער מיין. הגם לכאורה איבער קאכן און קלינען איז די ווייב פולשטענדיק אין קאנטראל די זעלבע איז דער מאן איבער רוחניות ענינים און אפשר אויך איבער פינאנצן.
וואס וואונדערט און פאדערט א הסבר איז וואס דער פותח האשכול ברענגט ארויס אז ביים היימישן ציבור איז געווענליך דער מאן אינטערן טיש און די ווייבער מאנעווירן און שלעפן די לייצעס מער ווי אין אנדערע געזעלשאפטן. פארוואס איז דאס?
דערמאנט א ווערטל איינער זאגט ער האט אייביק די לעצטע ווארט אין שטוב, וואס די ווייב זאגט זאגט ער OK.
כוואלט געזאגט אז סתם אזוי (היימישע קאפעל וואס מווייסט נישט די פאקטען פאר מגייט אריין און מערידזש, נעבעך) דארף די פרוי קאכען, אבער אויב די מאן קען/וויל/ אינדשעיד/ צו קאכען און זי איז מסכם אז ער זאל ראנען די שוי, דאמאלס איז גוט אז נישט זאל ער אוועק שטיין לגבי פיינענס די דאגה איז אויף די מאן, ער דארף ברענגען די דאלער, אבער וויאזוי צו נוצען, מוז זיין בהסכמת שניהם, (אזוי ווי ער וויל אז זי זאל קאכען אויך לויט זיין געשמאק וכו) אבער פארשטייט זיך אליינס אז סאיז ביד שניהם צו משנה זיין בהסכמתם באלד גייט קרעקער זאגן אז גרושים פארשטייען נישט צו קיין שלום בית ( דיין אומצערוגענע סטעטמענט פון א גרוש אויף די באס וועט דיך האנטען א גאנץ לעבען)
די געווענליכע מציאות איז אז ביינונז זענען די מענער\ווייבער פראגראמירט אז די מענער זענען בעלנים אויף די געלט און די ווייבער אויף קאכן\רייניגן\לאנדרי. די שטות דערפין איז אז איינמאל דאס ווערט ערענסט איינגעפעדעמט אין די געפירעכץ פונעם שטוב איז דאס כמעט אוממעגליך צו טוישן, אבער פאר די שטוב איז אוועקגעשטעלט פאר אן ערענסטע שטיק צייט זענען די מענער\ווייבער נישט גענוק פארזיכערט אין די שידוך בכלל צו קענען טוישן מהמקובל. די פועל יוצא פון דעם איז אז פאר א סאך מענער וואס קאכן אדער רייניגן איז זיי גאר גרינג און בא'טעמ'ט איז זיי אבער שווער זיך בכלל צו באפארן, און ווייטער א סאך שטובער ווי די מענער וואלטן געקענט נוצן אביסל הילף פון די רעבעצין וויאזוי צו נוצן א קאלקאלעיטער זענען אויף גרויסע צרות.
וואס מאכט איר אזא פני תם רבי יידל היקר? איך רעד פון קאנווענציאלע שטובער אוניווערסאל ווי די פרוי קאכט און דער מאן ווייסט נישט בחייכון פונעם קאך צו זאגן און וויפיל ארבעט און הארץ גייט דארט אריין, זאל ער נישט ווי א חכם אריינמישן די נאז און איינטיילן קאך מיר פליגעלעך היינט און מארגן סעסעמי טשיקען, עס איז איר דיפארטמענט זי איז אין טשארזש. אז א מאן קען און גלייכט צו קאכן וואיל איז איהם זאל ער קאכן וואס ער וויל בהרחבה. זעלבע מיט פינאנץ רעד איך בנוהג שבעולם אז ער ארבעט און שוויצט פארן געלט. א מאן האט א פליכט צו ברענגען פרנסה און שפייזן זיין ווייב און קינדער בהרחבה אז נישט טוט ער נישט זיין פליכט. נישט מער ווי יושר אז ער איז אין טשארזש צו צאלן בילס האט ער אויך די רעכט צו זאגן מאמעלע מיר קענען דאס נישט עפארדן.
בן תמליון, דו רעדסט פון א מציאות וואס איז שוין אוועקגעשטעלט בשעת וואס מיר קענען דן זיין פארוואס דאס זאל בכלל אזוי זיין. קאכן האבן מענער פונקט אזא אינטערעסע דערין ווי ווייבער, און פינאנץ, בדר"כ די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה פארדינט די עזרת נשים שענער ווי די מענער.