מהר"א מ'סאטמאר מאכט חתונה א אייניקל
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4042
מהר"א מ'סאטמאר מאכט חתונה א אייניקל
דער עולם ווייסט אפשר נישט, באט היינט צוטאג מאכט מהר"א חתונה אן די מינדעסטע פראפעגאנדע, אזש אינעם פאריגען בלאט איז געווען מער געפאמפעט מונקאטשער חתונה, ווי דער אייגענע רבי'ס חתונה!
זיין פארמינערן פראפעגאנדע גייט אזוי ווייט, אז מ'לאזט נישט ק"י ישיבה קטנה בחורים קומען צו וויליאמסבורגער חתונות, אפילו דער מחותן ר' ברוך וואוינט אין ק"י! מ'לאזט נאר קומען מתפללי בית מדרשו (ויאל משה, ברך משה ) און אויך נאר מיט טאטעס...
אויב איינער געדענקט נאך פארמעגליך'ס ברעינוואשונגען, דארף יעצט קומען א מורא'דיגען טראסק, לעמפעלעך, עסקארטס, סיינס, ארמארי'ס וכו' וכו'...
איך ווייס נישט אויב די זאליס וועלן אמאל איינזעהן דעם אמת (איבער ר' אהרן'ס בליק אויף א טראסק... ) אבער אויב יא זאלן זיי זעהן ווער ר' אהרן איז, די גאנצע טראסק איז נאר געווען אנהויב ווען עס איז געווען א שעת מלחמה, אין די מינוט וואס מ'וועט גארנישט אויפטון מיטן חתונה מאכן אין די ארמארי, וועט מען נישט חתונה מאכן דארט, אפגעזען די געדרענג...
אה נאר בשעת שעת מלחמה!
הייסט ער איז א שלעגער?
לאו דוקא, עס איז נאך אפאר יאר נאכדעם געווען א חתונה אין מאנרא מיט אלע פיטשיווקעס.
מען קען פשוט נישט מאכן קיין טראסק יעדן 2טן טאג. איטס דעט סימפל.
עין הרע וואס שטייט אין די גמרא אז עס איז א גרויסער מזיק איז אמונות טפילות? דעמאלס מסתם נאר אז מען גלייבט אין דארווין'ס הצעות און השערות איז מען דער ריכטיגער מאמין.
דעת תורהמען קען פשוט נישט מאכן קיין טראסק יעדן 2טן טאג. איטס דעט סימפל.
דאס איז מיר אויך דאס ערשטע בייגעפאלן. ער מאכט חתונה איינקלעך אפט לעצטענס. ס'שוין נישט עפעס יוניק צו טראסקענען יעדעס מאל
די לעצטע חתונה איז געווען א דרייפערטל יאר צירוק....
ר' ישראל'טשע וויזניצער מאכט חתונה אין א קלענערע תקופה וכ' וכו' אסאך רבנים, אבער נישט לאזן די אנדערע שטעט'ס בחורים גיין צי חתונות איז אין "ערגעץ" נישטא...
איין זאך זענט עטס זיכער מודה, זיין פחד פון עין הרע איז גרעסער ווי זיין רייץ פאר כבוד... הא? א שיינע דערגרייכונג...
סא,זייטס אויך מודה איבער ל"ג בעומר, באגלייטענס (וואס פאלט אויס מער מאל א יאר) מיינט ער אויך נישט קיין כבוד...
דעת תורהלאו דוקא, עס איז נאך אפאר יאר נאכדעם געווען א חתונה אין מאנרא מיט אלע פיטשיווקעס.
מען קען פשוט נישט מאכן קיין טראסק יעדן 2טן טאג. איטס דעט סימפל.
די חתונה און מאנרא ס"ז איז ווייט נישט געווען די פראפעגאנדע פיטשווקעס יא ער האט דאך חתונה געמאכט א קינד.
אבער כלל נישט די פראפעגאנדע ווי דאס ערשטע אייניקל און זיכער נישט ווי די חתונה ס"ג.
אזויפיל איז זיכער אז ביי מהר"א זינט ער איז רבי האט ער מבטל געווען טראסקן אינגאנצען. חתונות ווי נסיעות און באגלייטענס און וואס נישט
לדעתי איז דאס א טעות פון זיין זייט, סאיז דא געניג און נאך פון זיינע חסידים וואס וואלטן דאס געברויכט האבן.
ממש לעצטענס ביי דער ברודערס נסיעה קיין ישראל האב איך געזען ווי שטארק דאס פעלט זיך אויס פאר א געוויסע סעגמענט פון זיינע אנהענגער, עיניהם כלות אבער ווייסען אז סאיז לשוא.
רוזעוולטדי לעצטע חתונה איז געווען א דרייפערטל יאר צירוק....
ר' ישראל'טשע וויזניצער מאכט חתונה אין א קלענערע תקופה וכ' וכו' אסאך רבנים, אבער נישט לאזן די אנדערע שטעט'ס בחורים גיין צי חתונות איז אין "ערגעץ" נישטא...
איין זאך זענט עטס זיכער מודה, זיין פחד פון עין הרע איז גרעסער ווי זיין רייץ פאר כבוד... הא? א שיינע דערגרייכונג...
סא,זייטס אויך מודה איבער ל"ג בעומר, באגלייטענס (וואס פאלט אויס מער מאל א יאר) מיינט ער אויך נישט קיין כבוד...
סתם א ליגענט...
זאג מיר וועלכע גרויסע הויף וואס האט ווייניגער ווי צען חתונות א יאר שיקט נישט די בחורים, כ"ש נישט לאזן גיין
אמאל איז דער שפיל א טראסק און אמאל איז דער שפיל אז מ'אנטלויפט פון כבוד, אמאל א אויפרייסערישע פאראדע און אמאל קענסעלד מען א באגלייטן אלעס אז דו מיט דיינע חברים זאלן גלייבן אין אים. און ס'ארבייט...
אגב, אויף דעם בילד זעהט אויס אז מהאט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם פון וואס מ'האט געלאזט קומען...
📎 IMG_0302.JPG
א וויזניצער און מאנסי זאגט מיר אז ווען ער גייט דאווענען מנחה מעריב אין ביהמ"ד נעמט ער אלס מיט די שטראמל, ווייל די שאנסן זענען אז עס וועט זיין א רבי'נס אייניקל חתונה,
נאר אויף שמחות!
און אז דער וויזניצער נעמט דעם שטריימל איז דאך שוין אטאמאטיש אזוי ביים סקווירא'ן און ביים ראכמעסטריווקן. קיינער מאכט דארט נישט חתונה אנעם צווייטן.
דאס איז לכאורה די ציבור ביים קלימאקס, נישקשה,
📎 wedding.jpg
גדעוןאמאל איז דער שפיל א טראסק און אמאל איז דער שפיל אז מ'אנטלויפט פון כבוד, אמאל א אויפרייסערישע פאראדע און אמאל קענסעלד מען א באגלייטן אלעס אז דו מיט דיינע חברים זאלן גלייבן אין אים. און ס'ארבייט...
אגב, אויף דעם בילד זעהט אויס אז מהאט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם פון וואס מ'האט געלאזט קומען...
איך בין געווען ביי די חתונה, דאס איז ביים קבלת פנים
מען שטעלט אויס דעם ביהמ"ד אין איין צורה, און דאס נוצט מען ביים קבלת פנים ווען ס'איז דא א פערטל עולם ווי ביי די חתונה אדער מצוה טאנץ
אבי נישט קיין נערוון קראנקער אויף כבוד... (ככתיב בפארמעגליך )
גאלד, א שלעכט בילד, א גוטער בילד קומט פון צפון ווייבער שול,די יעצטיגע איז מערב קארנער צפון .
שרייבערגדעוןאמאל איז דער שפיל א טראסק און אמאל איז דער שפיל אז מ'אנטלויפט פון כבוד, אמאל א אויפרייסערישע פאראדע און אמאל קענסעלד מען א באגלייטן אלעס אז דו מיט דיינע חברים זאלן גלייבן אין אים. און ס'ארבייט...
אגב, אויף דעם בילד זעהט אויס אז מהאט זיך גערישט אויף א גרעסערע עולם פון וואס מ'האט געלאזט קומען...
איך בין געווען ביי די חתונה, דאס איז ביים קבלת פנים
מען שטעלט אויס דעם ביהמ"ד אין איין צורה, און דאס נוצט מען ביים קבלת פנים ווען ס'איז דא א פערטל עולם ווי ביי די חתונה אדער מצוה טאנץ
Give a look, there's no table's in the middle, it makes mor sense that its the Mitzvah Tantz than the Kabulas Punim.
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס זאל א חשש פון עין הרע פאררופן ווערן אמונות טפילות?
היטל, אויב ווילסטו קען איך דיר דאס נאכגעבן. נאר דאן וועט נישט שטומען די צווייטע בילד וואס גאלד לייגט. וועט מען מוזן אייזעצן אז די ערשטע בילד איז נישט ביים מצוה טאנץ. דיין פראבלעם מיט די טישל איז נישט אזוי געפערליך ווייל מ'זעהט נישט דעם גאנצן ביהמ"ד נאר בלויז איין עק. און ביי מהר"א ווייסט מען שוין אז ער קומט אריין צום קבלת פנים צייטליך נישט קיין חילוק צו ס'דא מנין צו 100 יודן.
אוי מ'רייסט זיך שוין ווייטער יא עולם נישט עולם? אין סאטמאר האט קיין פלייש קיינמאל געפעלט ספעציעל ביי מסיבות און חתונה'ס (היינט מצוה טאנץ)
דזשאוסט פאר די רעקארד, ווי איזוי ס'האט זיך אויסגעשטעלט (צוליב די פארמערונג פון חתונה'ס), א חתונה אין וויליאמסבורג זענען עפ"י רוב נאר וויליאמסבורג'ע איינוואוינער בנוסף פון מתפללי די בית המדרש פונעם מחותן/איידעם (ווי למשל ר בי העניך האט א גרעסערע עולם פון רבי ברוך), און דער עיקר עולם קומט נאר צום מצוה טאנץ. א חתונה אין קרית יואל איז די מערהייט קרית יואל'ע, און דארט איז בשעת טאנצן יא דא א גרעסערע ציבור
צוריק די פייט פארוואס און פארווען.
איך בין געווען ביי די חתונה. עס איז געווען אויסגעשפילט. דער בילד וואס גאלד ברענגט איז פון א חתונה פאר 10 יאר צוריק ווען דער עולם פלעגט נאך אביסל קומען צו חתונות. היינט ווען מהר"א איז אויסגעשפילט קומט שוין קיינער נישט. דער בדחן האט זייער שנעל אפגעגראמט סי פשוט נישט געווען פאר וועם צו גראמען. ווער רעדט נאך ביי די חתונה זעלבסט אלע טעצער פיש און פלייש איז געגאנגען אין גארבידזש. דאס פנים פלאמט פאר בושה. דער עולם טעהנט די נעקסטע חתונה זאל פארקומען אין ארץ ישראל אפשר דארט וועט דער עולם קומען צו לויפן
רוזעוולטאזש אינעם פאריגען בלאט איז געווען מער געפאמפעט מונקאטשער חתונה,
די סיבה איז פשוט, די מונקאטשע חתונה איז געווען א חידוש שלא ראתה עין.
דהיינו?
די רבי (די "רב" ווי מונקאטשע חסידים רופען אים) האט ארויסגעשיקט א מכתב קודש לכבוד די חתונה, אז די אבות הקדושים, נבג"מ, גייען זיך אי"ה משתתף זיין ביי די שמחה "
בגוף ובנפש".... יא. בגוף ובנפש....
פארשטייט זיך אז דער עולם האט געהויבען די אויגען ברעמען, ביז צו די קבלת פנים, ווען אדמו"ר שליט"א האט מסביר געווען על דרך פרד"מ (פשט רמז דרוש מונקאטש) אז א נשמה, אדער א מלאך, קען נישט אראפקומען אויף דעם עולם נאר אויב ער איז זיך מתלבש אין א גוף...
בקיצור, אויב איינער פון דא איז געווען ביים מונקאטשע חתונה, וואלט איך געוואלט וויסן וואספארא קאליר בעקיטשע דער מנחת אלעזר האט געהאט, און אז מ'רעדט שוין, איז ער געגאנגען מיט א גארטל/בלעט? די היינטיגע מונקאשטער גייט נישט קיין גארטל ביי חתונות.
דאס איז אויך פון 10 יאהר צוריק?
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=3p-ZI7OEyJs&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=3p-ZI7O ... ata_player</a>
ביי די קליפ זעהט מען טאקע נישט דעם בדחן. נו גדעון העלף מיר ארויס.
אבי גערעדטדאס איז אויך פון 10 יאהר צוריק?
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=3p-ZI7OEyJs&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=3p-ZI7O ... ata_player</a>
דו ענטפערטס געהעריג? ווי אלט איז 14 הופער?
מען דארף נשיט קיין ראיות פון וועלכע חתונה דאס איז, דאכט זיך דאס איז די ערשטע חתונה וואס מען האט געלייגט בעריקעדס פארנט פונעם אויבן אן, און (כמעט) קיינער שטייט נישט אינעווייניג
רוזעוולטזאג מיר וועלכע גרויסע הויף וואס האט ווייניגער ווי צען חתונות א יאר שיקט נישט די בחורים, כ"ש נישט לאזן גיין
יא יעצט ביסטו גערעכט....
איך וואלט געזאגט אז דער בילד וואס איך האב מעתיק געווען איז אפשר יא פון די קבלת פנים איי פארוואס טאנצט דער רבי מיט א גארטעל אינמיטן שול, זו לא קשה מידי, ווייל דער אהרן איז דאך כידוע א צירידעטער עטענשן סיקער, און גאנץ מעגליך אז אינמיטן קבלת פנים האט ער פלוצילנג געכאפט א עטענשן אויסבראך און איז פארחלישט געווארן צו טאנצן אינמיטן שוהל מאכנדיג הוויות, נו וואס טוען דען נישט חסידים פאר א רבי, איך זאג עס נאר בדרך אפשר, איך בין דאך נישט דארט געווען,
Come on guys grow up lets say there was not a big olem does that mean something
He has 1000s of followers so i dont get the whole argument grow up
blauveltCome on guys grow up lets say there was not a big olem does that mean something
He has 1000s of followers so i dont get the whole argument grow up
די פוינט דא איז, אז דער אטענטשען סיקער ר' אהרן מאכט באשיידענע שמחות, האבן די זאליס (דיינע קאלעגעס ביי אלע אשכולות ) גענומען ספינען אז דער עולם קומט נישט, און פון דארט איז עס אריין אין די בעבי'שע פייט
ובמהקהלות רבבות אלפי ישראל...
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען האט אפגעשפארט קענט עוו. אז מען האט זיך בכלל נישט גערישט אויף קיין עולם??????
📎 chupah.jpg
פיינע קאוועאיך בין געווען ביי די חתונה. עס איז געווען אויסגעשפילט. דער בילד וואס גאלד ברענגט איז פון א חתונה פאר 10 יאר צוריק ווען דער עולם פלעגט נאך אביסל קומען צו חתונות. היינט ווען מהר"א איז אויסגעשפילט קומט שוין קיינער נישט. דער בדחן האט זייער שנעל אפגעגראמט סי פשוט נישט געווען פאר וועם צו גראמען. ווער רעדט נאך ביי די חתונה זעלבסט אלע טעצער פיש און פלייש איז געגאנגען אין גארבידזש. דאס פנים פלאמט פאר בושה. דער עולם טעהנט די נעקסטע חתונה זאל פארקומען אין ארץ ישראל אפשר דארט וועט דער עולם קומען צו לויפן
צימעס בתפארתה. אויב איז עס א גיטע זאך -נישט צו מאכען א טראסק - וואס א חילוק וואסערע כוונות ער האט אינזין, צו ער זאל אפי׳ אינזינען האבען דיינע אייגענע געמאכטע חשבונות (עין הרע. די עולם קומט במילא נישט וכדו׳) אז סאיז א גוטע זאך איז ער ווערט צו א גוט ווארט ברייט גערעדט אז תפארת בעקערי מאכט גוטע קאקאש איז עס גוט אפי׳ ער מאכט עס פאר ביזנעס
קאווע@ דאס מיינט צוגעלייגט אביסעל אמת כדי מען זאל גלייבן די ליגענט די בדחנא דמלכא הר״ר מרדכי דוד עסטרייכער האט געמוזט אוועקגיין אינדערמיט ווייל מונקאטש האט אים שוין געהאט באשטעלט פון פריער
קאמעניטרער. איך זעה אז דו און אנדערע ווערן בייז. איך בין נאר געווען סארקאסטיש כדי גדעון מיט זיינע חברים דא פון קווינס ישיבה זאלן זיין העפי.
עס איז געווען א הערליכע שיינע חתונה ווי אלע שמחות ביי אונז אין סאטמאר. דער רבי האט געהויבן דעם עולם. ווי אלעמאל ביי אונז איז יעדער ב"ה געווען מיט א שמייכל און מלא שמחה. די 12 שטאקיגע בארענטשעס מלא וגדוש על כל גדותיו. די אטמעספערע איז געווען גאר דערהויבן אלע געמיטער שטארק פריילעך. און מיט רעכט מען האלט דאך קוים א טאג נאך אזא געהויבענעם פראטעסט וואס התאחדות הרבנים האט אראנדזשירט.
מרדכי דוד האט אראפ געלייגט א וואנדערבארע ארבייט מיטן דערציילן ווי צדיקים מבית סיגוט ולמעלה בקודש האבן אויפגעטון למען כבוד השם ותורתו.
איז נישט אמאל געווען א פלאן אז יעדער זאל שרייבן אין די חתימה וואו ער באלאנגט אז עס זאל חלילה נישט ארויסקומען אזעלכע מכשולים...
דעמאקראטיעקען מיר איינער מסביר זיין פארוואס מען האט אפגעשפארט קענט עוו. אז מען האט זיך בכלל נישט גערישט אויף קיין עולם??????
דאס איז א קשיא?
📎 x9q2_ChasinaTamuz73P234_1.jpg📎 x9q2_ChasinaTamuz73P241.jpg
פיינע קאוועאיך בין געווען ביי די חתונה. עס איז געווען אויסגעשפילט. דער בילד וואס גאלד ברענגט איז פון א חתונה פאר 10 יאר צוריק ווען דער עולם פלעגט נאך אביסל קומען צו חתונות. היינט ווען מהר"א איז אויסגעשפילט קומט שוין קיינער נישט. דער בדחן האט זייער שנעל אפגעגראמט סי פשוט נישט געווען פאר וועם צו גראמען. ווער רעדט נאך ביי די חתונה זעלבסט אלע טעצער פיש און פלייש איז געגאנגען אין גארבידזש. דאס פנים פלאמט פאר בושה. דער עולם טעהנט די נעקסטע חתונה זאל פארקומען אין ארץ ישראל אפשר דארט וועט דער עולם קומען צו לויפן
איך ווייס נישט וועלעכע חתונה פון 10 יאר צוריק אבער די פיקטשער פון מצוה טאנץ איז פון די יעצטיגע חתונה......
מהר"א האט באוויזן ביי זיינע חסידים א זאך וואס קיינער האט נישט געגלייבט. ער זאגט אז זיין חסיד דארף נישט קומען צו קיין חתונות, זיין חסיד דארף גיין צום שיעור יעדען טאג. דעס איז זיין פרייארעטי.......
קוקנדיג אויף די בילדער אויף JDN האב איך באמערקט אז ביי די מצוה טאנץ פון די וואלאווער און אלעסקער זיידעס זענען די פארענטשעס אינגאנצן ליידיג. וויאזוי ארבעט דאס? נאך דעם רבי'נס מצוה טאנץ יאגט דער עולם אפ? קוקט אויס ווי ס'איז פאראן דארט קוים מנין...
בן מלךקוקנדיג אויף די בילדער אויף JDN האב איך באמערקט אז ביי די מצוה טאנץ פון די וואלאווער און אלעסקער זיידעס זענען די פארענטשעס אינגאנצן ליידיג. וויאזוי ארבעט דאס? נאך דעם רבי'נס מצוה טאנץ יאגט דער עולם אפ? קוקט אויס ווי ס'איז פאראן דארט קוים מנין...
אייביג ביי סאטמערע חתונות איז ליידיג געווארען נאכען רעבינס מצוה טאנץ.