☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #4041

אשכול אן א טיטל #4041

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4041
בלאט: 1 2

— » דינסטאג יוני 11, 2013 12:06 am

· #123835

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אביגדור » דינסטאג יוני 11, 2013 12:27 am

· #123843
.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 11, 2013 12:47 am

· #123847
נישט פרשת חי-KAS ?

אביגדור » דינסטאג יוני 11, 2013 8:19 am

· #123875
.

אביגדור » דינסטאג יוני 11, 2013 7:57 pm

· #124091
מי ומי ההולכים?

אביגדור » דינסטאג יוני 11, 2013 8:13 pm

· #124098
.

קאווע טרינקער » דינסטאג יוני 11, 2013 9:15 pm

· #124125
לאמיר רעדען אביסעל אפען, כאילו מיר זענען אין קאווע שטיבל.
הרב מענדל האפפמאן, קומט פון א רייכע (אבער רייכע) משפחה; זיין שווער איז רייך ווי קרח און בלק צוזאמען. אזא איינער, טראכט נישט 7 מאל איידער ער אינוועסט אין א ביזנעס, ער שוויצט נישט די ערשטע 3 יאר ביז מ'זעהט רווחים. אזא איינער דארף נישט קיין קאללעדש דעגרי. ער פארמאגט גראדע א פיינע עדיטוט, גוטע מידות, וואס נאך דארף מען צו מאכן מיליאנען ?

צוריק צום ענין.
א אינגערמאן מיט א של-ראש, און א חלום זיך אריינצולייגן אין א ביזנעס וואס איז לפי טעמו ורוחו, וואס אומער ס'זאל זיין, דארף נישט קיין קאללעדש דעגרי. פארשטייט זיך, אז ס'מוז זיין אדער א) א שטארקע רצון ב) איבריג געלט צו אינוועסטען.
יוצא מן הכלל אויב איז דאס א סארט ביזנעס וואס מ'דארף א לייסענס, און דער לייסענס פארלאנגט א שטיקל דיפלאמע.
וויפיל מענטשען האבן עכטע גוטע קעפ?

(המשך יבוא, מארגן)

איוואן » מיטוואך יוני 12, 2013 12:29 pm

· #124331
LTB 2013
איך האב נאכנישט געזעהן מ'זאל רעדען דערפין ביי אונז אין שטיבל, אויב יא ביטע אהינפירן.
נעכטן איז פארגעקימען א ביזנעס סאמיט פאר די אידישע קאמיוניטי אנגעפירט דורך פיטעקס.

דא האט איר א לעבעדיגע באריכט <a class="postlink" href="http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/">http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/</a>

אן ארטיקל פון די דעילי ניוז (זיי זענען געווען איינע פון די ספאנסערס) <a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/business-advice-kosher-food-menu-biz-conference-hasidim-article-1.1366515">http://www.nydailynews.com/new-york/bus ... -1.1366515</a>

איוואן » מיטוואך יוני 12, 2013 12:41 pm

· #124340
אנטשילדיגט. שכח פארן אהערפירן

ממרום שלח אש » מיטוואך יוני 12, 2013 1:08 pm

· #124351
<a class="postlink" href="http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/">http://ptexgroup.com/lets-talk/ltb-2013-live-blog/</a>

אבזערוואציעס
קוקט אויס מהאט געהייסן דעם עולם לאזן די היטן אין די קאר, רעקל איז אפשענאל.
מ'זעט וויכטיג מאכער פון אייוועלט, זעט אויס ער האט געקריגן א פרי טיקעט פאר זיין אינטערוויא.
דער ערשטער ספיקער האט געזאגט אז ער האט ליב באקומען די אינטערנעט ווייל עס איז דא פרויען דארט. די זאל איז געווארן פיל מיט געלעכטער.
25% משתתפים זענען אויף פעיסבוק און 50% אויף טוויטער

קינות גירושין » מיטוואך יוני 12, 2013 1:12 pm

· #124352
קאוועלע, יא מנדי האט פיינענשעל ריסארסעס, איך קען דיר אבער ברענגן חברה וואס זיי האלטען און איין פארלירען די משפחה געלט, פלאס א נארמאלע טאטע/שווער געט נישט קיין געלט פאר א קינד צו שפילען, נאר טאמער ער זעהט אז זיין זון איז מסוגל צו פארגרעסערן די פארמעגן
איך אגרי אבער אז סאיז זייער שווער צו גיין אליינס און ביזנעס פאר א אינגערמאן פון די חאסידישע סיסטעם

אביגדור » מיטוואך יוני 12, 2013 1:30 pm

· #124357
לכו והתפרנסו וכו'

איוואן » מיטוואך יוני 12, 2013 1:42 pm

· #124359
ממרום שלח אש

מ'זעט וויכטיג מאכער פון אייוועלט, זעט אויס ער האט געקריגן א פרי טיקעט פאר זיין אינטערוויא.


וועלעכע בילד זעהט מען אים? ער שרייבט אויף אייוועלט אז ער איז נישט געווען דארט. <a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=19992&start=75">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2&start=75</a>

אגב, איך בין געווען דארט און איך האב אים נישט געזעהן.

איוואן » מיטוואך יוני 12, 2013 1:43 pm

· #124360
וויכטיג מאכער
צוליב די שמחה ביי אונז האבעך נישט געקענט דארט זיין, אבער איך האב גערעדט מיט צוויי יודן וואס זענען דארט געווען, דער עולם איז זייער אימפרעסס'ד פון די מעמד... אין פאקט אויפן אימעיל גרופ איז דא א דיבעיט וועכע דרשה ס'געווען די בעסטע... יעדער האלט אז ס'דא אסאך גוטע, און מ'קען זיך נישט פאראייניגן וועכע ס'איז געווען די בעסטע...

העמער ווארטן צו הערן אביסל דעטאלירטע באריכטן...

גנדי » מיטוואך יוני 12, 2013 1:51 pm

· #124362
איך בין געווען נעכטען ביי די אסיפה פון "לאמיר רעדן געשעפטען" - ס'איז געווען א געלונגע מעמד העכער אלע מיינע ערווארטונגען.

אזא אסיפה איז זייער זייער וויכטיג פאר אונזער היימישע עולם, און איך האלט די אסיפה האט אסאך אויפגעטוהן.

איך האף מען וועט מאכן נאך אסאך אזעלעכע אסיפות.

(די פרייז איז געווען אביסל צו טייער, אבער עס לוינט פאר די פרייז)

עני קוועשענס?

קרעקער » מיטוואך יוני 12, 2013 2:19 pm

· #124370
די פרייז איז נישט געוועהן טייער פארוואס מהאט דארט באקומען

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 7:55 pm

· #124471
גנדי
איך בין געווען נעכטען ביי די אסיפה פון "לאמיר רעדן געשעפטען" - ס'איז געווען א געלונגע מעמד העכער אלע מיינע ערווארטונגען.

אזא אסיפה איז זייער זייער וויכטיג פאר אונזער היימישע עולם, און איך האלט די אסיפה האט אסאך אויפגעטוהן.

איך האף מען וועט מאכן נאך אסאך אזעלעכע אסיפות.

(די פרייז איז געווען אביסל צו טייער, אבער עס לוינט פאר די פרייז)

עני קוועשענס?

יא!
וואס האט עס אויפגעטון?
ווי איז מען געווען ביז יעצט?
וויפיל האט עס געקאסט?
וויפיל פערזאנען האבן אנטייל גענומען?
ווי איז עס פארגעקומען?
איך זאל פרעגן נאך ״ קוועטשאנס״?

גנדי » מיטוואך יוני 12, 2013 8:59 pm

· #124489
וואס האט עס אויפגעטון?

התעוררות. חיזוק.

אזא איינער ווי די ערשטע רעדנער גערי וועינערטשאק. געקומען פון רוסלאנד אלץ קינד. פשוטע עלטערן. אנגעהויבען פארקויפען וויין אויפן אינטערנעט. היינט איז ער א מולטי מיליאנער. ער שלאפט נישט ער וויל ווערן א ביליאנער און קויפן די נ. י. טשעטס.

הדרכות. עצות.

ווי אזוי צו זיין א מנהיג. פירען א ביזנעס. מענעדזשען ארבעטערס.
ווי אזוי צו פארקויפען. מאכן סעלס.
ווי אזוי צו גיין צו א קאסטאמער.
ווי אזוי צו מאכן מארקעטינג און ברענדינג.

זקניך ויאמרו לך.
עלטערע ארטאדאקסישע פרומע ביזנעס לייט מיליאנערען. האבן געגעבן עצות ווי אזוי זיי האבן געשטיגען. מען האט זיי געקענט פרעגן פאר הדרכות און עצות.

זעהן ווי אזוי גרויסע אינוועסטארס קוקען אן א ביזנעס און מאכן דיעלס.

נעטווארקינג און קשרים.
איחוד ההיימישע ביזנעס לייט.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.
דיבוק חברים.

העיקר שכחתי.
גוטע געשמאקע עסן כיד המלך. אין א הערליככ רואיגע אטמאספערע קאנטרי סטייל.

ווי איז מען געווען ביז יעצט?

גוטע קשיא.
מעני איז די נחשון.

וויפיל האט עס געקאסט?
$279

וויפיל פערזאנען האבן אנטייל גענומען?
איבער 500 היימישע פרומע ארטאדאקסישע אידן.

ווי איז עס פארגעקומען?
Dyker Beach Golf Club
אין ברוקלין. נעבן בארא פארק.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 9:29 pm

· #124492
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.

קאמענטירער » מיטוואך יוני 12, 2013 9:34 pm

· #124493
נולד מאוחר
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.

גנדי האט דאך געשריבן אז סאיז נאך נישט געווען ביז יעצט א היימישע סאמיט, און נאכדעם ווער זאגט אז סאיז נאר פאר ביזנעס פירער?

ממרום שלח אש » מיטוואך יוני 12, 2013 9:37 pm

· #124494
נולד מאוחר
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.

על פי רוב אויב גייט גוט די ביזנעס האט מען נישט קיין צייט און געדולד צו די אלע גימיקס, ודו"ק

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 9:48 pm

· #124499
קאמענטירער
נולד מאוחר
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.

גנדי האט דאך געשריבן אז סאיז נאך נישט געווען ביז יעצט א היימישע סאמיט, און נאכדעם ווער זאגט אז סאיז נאר פאר ביזנעס פירער?

די זעלבע טראכט איך אויף ליינען די אלע ביזנעס מאטוושענעל ביכער.

נולד מאוחר » מיטוואך יוני 12, 2013 9:50 pm

· #124500
כ'האב א חבר וואס שיסט אלץ מאמרים פון Robert Kiyosaki און קיין הצלחה האט ער נישט

גנדי » מיטוואך יוני 12, 2013 10:44 pm

· #124508
רעדן מיט חזקי קופטייל. הערן זיינע עצות און חיזוק. האט זיך שוין געלוינט.

האט איינער דא שוין גערעדט מיט א מוצלח׳דיג מולטי-מיליאנער און באקומען עצות און חיזוק?

(איך רעד נישט פון געבן סתם מזל טוב פאר לעזער קעסטענבוים)

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:27 am

· #124580
גנדי
אזא איינער ווי די ערשטע רעדנער גערי וועינערטשאק.

ער איז פיין, איך פלעג אמאל אמאל וואטשען זיין וויין בלאג, א זיס אידל.

גנדי » דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:49 am

· #124613
ער איז א איד?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:50 am

· #124614
לכאורה איז דער וועינערטשאק א וויינשטאק אייניקעל.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:26 pm

· #124785
מושב ליצים? דרשות של דופי?
פליז זאג מיר אז דאס איז פון די סעריע בריוון וועלכע מען האט פאבריצירט אונטער דעם לעטערהעד...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 6:51 pm

· #124794
וואס מיינט "בישיראל"?
מ'טאר שוין נישט שרייבן ישראל? ציונות?

קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:06 pm

· #124800
איך ליין איבער דעם איסר, נאכאמאל, און נאכאמאל, און איך קען נישט סטאפן צו לאכן!

די ''פאני ב''ד" האט נאך נישט ארויסגעגבן קיין איין נארמאלער דאקימענט, ווען אימער זיי שרייבן עפעס אויפן פאפיר, צושמייכלט זיך כלל ישראל,

איינער ווייסט וואס דער בית דין איז? וואס זיי טיען אויף? וואס זיי ווילן? פארוואס עס איז געמאכט געווארן? פארוואס עס עקזעסטירט בכלל?

ווער עס ווייסט גייט אריין און א גורל צו געווינען א קנאבל!

געפילטע פיש » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:17 pm

· #124808
גנדי
ער איז א איד?

יא

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:28 pm

· #124817
זיי האבן דיסקאווערד א וועג צי האלטן יידל ביזי כדי ער זאל נישט שרייבן דא און שטיבעל.
כסדר פרישע פאלטשע בריווען.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 7:33 pm

· #124819
עפ"ל!

DotCom » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:05 pm

· #124835
די מחאה איז זיכער א געלונגען מארקעטינג שטיק פון ptex, זיי האבן געקענט באשטיין אז די אלע מקוה שטופער'ס ויושבי קרנות זאלן אויך הערן און וויסן פון זיי, האבן זיי זיך עדווערטייזט אויף זייער שפראך אויך.

אביגדור » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:36 pm

· #124843
בין המשפתיים רובץ.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:57 pm

· #124850
מעני האפפמאן איז אן ארוני.

פרישער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:05 pm

· #124851
די בריוו איז פאלטש קיינער זאל נישט זארגען

איך האב עס נישט געפעלטשט

יודל האט נאך ארבייט

וועט סקארן נאכאמאל אין פארווערץ

פרישער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:50 pm

· #124872
מנחם האפפמאן זאגט אז בית דין צדק געט עים א צעטל אז די צעטל איז פאלטש, ווער ווייסט וויפיל אזעלכע צעטלך מען וועט נאך ברויכען

ריינער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 10:32 pm

· #124882
DotCom
די מחאה איז זיכער א געלונגען מארקעטינג שטיק פון ptex, זיי האבן געקענט באשטיין אז די אלע מקוה שטופער'ס ויושבי קרנות זאלן אויך הערן און וויסן פון זיי, האבן זיי זיך עדווערטייזט אויף זייער שפראך אויך.

לויט וויפיל איך קען מנחם האפמאן קומט עס זיכער נישט פון אים, ער איז נישט אזא מענטש....

נולד מאוחר » דאנערשטאג יוני 13, 2013 11:53 pm

· #124898
פארוואס מאכט קיינער נישט אזא קולקורא אויף קאווע שטיבעל?

מאן דאמר » פרייטאג יוני 14, 2013 12:03 am

· #124899
מצינן תערובות אצל אוכל מין בשאינו מינו איסור והיתר תערובות אצל אנשים מנלן? ואת"ל ניליף מיניה, מה לאוכל שכן יש לו שיריים שיריים אצל אנשים מי איכא?

אוי טאטי » פרייטאג יוני 14, 2013 12:13 am

· #124902
די איסור איז לכאורה א תוצאה פון א כאפטע לצים וואס האבן נישט געהאט וואס צו טוהן מיטן טאג, עס איז נישט געווען אין קיין איין בהמ'ד אדער צייטונג.

BAL TSHIVA » פרייטאג יוני 14, 2013 2:07 am

· #124949
נולד מאוחר
כהאב א מחשבה אז סעקסעספאל ביזנעס לייט גייען נישט צי זאלכע פלעצער.
אדרבה פרעג עני היימישע מוצלח'דיגע ביזנעס אונער, אויב ער איז אמאל געווען ביי די סארט סאמיטס.

Very well said . I got an email from a friend asking me to come I checked the price it was $300 I started registering and got busy I left the office without finishing registration when I came in the next day I had an email from Manny Hoffman asking to register but I decided to ask my boss if I can take off on Tuesday I couldn't get a hold of him (only to find out he left to eretz yisroel for the weekend and had problems with his smart phone)
This Sunday I got an email again from Manny saying they have only 41 tickets left that's when I decided it's just another way he invented to make $ and I won't gain anything from it .
As for your point on Sunday I asked some people that run their own show all of them told me the same IT'S JUST ANOTHER WAY FOR HIM TO MAKE MONEY AND I WAS SUCCESSFUL WITHOUT ANYBODY TELLING ME HOW THEY WERE SUCCESSFUL

אביגדור » פרייטאג יוני 14, 2013 8:23 am

· #124972
במקום שבעל תשובה עומד וכו'

מאן דאמר » פרייטאג יוני 14, 2013 8:39 am

· #124973
ס׳איז אמת אז מנחם האט דאס געמאכט אלץ אדווערטייזמענט פאר פיטעקס, און ער האט דאס טאקע נישט געמאכט לשם עסקנות, אבער למעשה זיך צו אדווערטייזן האט ער אהערגעשטעלט דו בעסטע און די שענסטע וואס מיר האבן נאך קיינמאל געהאט בעפאר, און ס׳איז טאקע א גוטע אדווערטייזמענט פאר זיין ptex

קאווע טרינקער » פרייטאג יוני 14, 2013 9:09 am

· #124975
אביגדור איז גערעכט.
לכו והתפרנסו זה מזה, מיינט נישט נאר פיזיקעל ארבעט, נאר אויך עצות און הדרכה.

דאס איז שוין אן אלטע כלל אז אויב בין איך נישט געווען דארט (אפילו איך האב גע'פגרט יא צו זיין), מוז איך בהכרח זאגן אז ס'איז סתם געווען א אסיפת נערים, און מ'האט נישט געקענט דארט קונה זיין קיין זיק של חכמה...
כך דרכם של בני אדם.
איינע פון די טעמים איז, די שוואכע זעלבס-זיכערקייט.
ווען מ'זעהט א צווייטער איז מצליח, בעוד וואס דו האלסטעך קלוגער, און יענער איז גאר יונגער... אנשטאט פרצוף'ען די מציאות, פילט מען ווי מ'איז behind אין די געים, און מ'זוכט כל מיני תירוצים יענעם צו קלאפען (ליין: זיך צו מחזק זיין).

ווי שוין אויבן געשריבן, אמת טאקע אז מנחם האפפמאן'ס הצלחה איז זיין זכות אבות, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיין אנגייענדיגען שטייגען העכער, מיט נייע רעיונות, וואס איינס פון זיי איז די קאנפרענץ. וויפיל רייכע קינדער קינדער ווייסטו וואס ארבעטען? די טאטע קויפט זיי א הויז מיט 8 טענענטס, און זיי טרעפט מען אין רעסטוראנטען all over NYC...

אביגדור » פרייטאג יוני 14, 2013 9:20 am

· #124977
אין הבור.

קרעקער » פרייטאג יוני 14, 2013 9:24 am

· #124978
אין איד האט עס נאך נישט געקענט אריינגיין ווייל סאיז געשריבען געווארען דאנערשטיג חוקת
אבער אפילו אזוי גלייב איך נישט משה גבאי וועט זיין אזא שוטה און אריינלייגען אלע שטותים וואס מהייסט עם

פארוואס זיי האבען געשריבען די בריוו? זייער פשוט
הערשעל קלאר האט געוויזען פאר די רבנים פיקטשערס פון פרויען וואס דרייען זיך דארט צווישען די מענער
און נאכגעזאגט איינס פון די רעדנער אז מדארף זיין שטודירט אנדערש איז שווער צו טוהן ביזנעס
און פון דארט ביז א איסור איז א קורצע שפאן

פרישער » פרייטאג יוני 14, 2013 10:05 am

· #124982
זאג איך אז מאנדעל איז געקימען לכבוד איינע פין די איינגעשטעלטע ביי פיטעקס וואס איז א שניר ביי מאנדעל,

די פרוי מיט די ראדיא, איז אן ארגענעזירערטע און וואס איז ראנג, זי ארבייט אויסציהאלטן איר מאן א בן תורה.

ביי יעדע זאל איז דא פרויען וואז זענען א חלק פון די באערדע, קימען און גייען

פינקט אזוי ווי סיז דא מענער אין חתינה זיילן וואס דרייען זיך ביי די פרויען, מיט די ראדיא'ס על האחורייעם.

איז דען דא ווייניג מענער וואס כאפען בילדער אין די פרויען זייט.

בשלומה ווען פרויען רעידנערן פאר די מענער וואלט געוועין א עוולה, אבער סתם א איינגעשטעלטע ארים געלאפן ווי א פארסאפטע מושקע, מאי כילו רעש (מיט א סגל)

קרעקער » פרייטאג יוני 14, 2013 10:16 am

· #124983
סאיז פונקט גענוג אויפצוהעצען רבנים דערמיט צו ארויסצוקומען מיט א מחאה און שרייען תערובות
בלאט: 1 2