די מאסן פראטעסט אין די מידיא
רבבות אלפי ישראל האבן אנטייל גענומען אין דעם ריזן קידוש השם דורך זיך צוזאם קומען ביי די מאסן דעמאסטראציע א קעגן די גזירת שמד פון גיוס בני ישיבות ר״ל
דזשאו הגדול
אי׳ שוקל ואי׳ סופר וואס זאל קענען קאנצעטרירן אין שרייב ווערטער א שילדערונג איבער די ריזן מאסן דעמאסטראציע וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן די איינציגע אויסדרוק וואס הערט זיך איבער און איבער פון היימישע אידן איז ״אשרי עין ראתה כל אלה״
ווען גדולי הדור האבן מחליט געווען אז מ׳דארף מאכן א פראטעסט קעגן די ביטערע גזירה וואס הערשט אויף אחבנ״י און ארץ ישראל האט דאס באלד איבערגענומען די ערשטן ארט ביי די נייעס אגענטן, אידישע ווי גוי׳שע, און צווישן די געשפרעכן פון גאנצן יהדות החרדית איבער גאנץ אמעריקע, שפירענדיג פאר א חוב קדוש און פאר א זכיה נורא צו אנטייל נעמן און אזא עצרת וואס וועט צאמברענגען גאנץ כלל ישראל זקנים ונערים פון אלע שיכטן און קרייזן.
ווי פארשטענדליך אז אויב ביי די ציבור האט דאס געהאט אזא רושם קען מען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס פאר א ארבייט די עסקנים האבן פארשטאנען אז זיי דארפן אריינלייגן און דעם מעמד, אין אזא קורצע צייט, אז ס׳זאל זיין א הילכיגען סוקסעס. און טאקע די ערשטע ריאקציע פון די ענערגישע עסקנים איז געווען זיך באלד אריין צו ווארפן אין א הכנה דרבה צוצוגרייטן אלע דעטאלען פון דעם באמבאסטישען פלאן וואס ביז צום מעמעד איז געווען היום קצר והמלאכה מרובה. גלייכצייטיג האבען די עסקנים זיך געזעצט מיט עקספערטן וואס קענען די גאנצע געגנט פון מאנהעטען ישר כהפוך זוכענדיג פאר א פלאץ וואס פאסט פאר היימישע פרומע אידן, און וואס קען ערהאלטן די צענדליגע טויזענטער מענטשען וואס וועלן זיך משתתף זיין. נאך אסאך ארבייט און מיה און פילע שלאפלאזע נעכט איז געלונגען צו באקומען אלע נויטיגע פערמיטס פאר די אסראנאמישע פעדעראל פלאזא, ממש שוין דעמאלס האט מען געקענט קלאר זעהן די יד ד׳ וואס טוהט פירן די עסקנים אופן ריכטיגע וועג. אהן זיך פארזוימען אפי׳ אויף איין סעקונדע זענען אלע אידישע געגנטער און נוא יארק און נוא דזשערסי געווארן באהאנגען מיט צענדליגע טויזענטער פלאקאטן צאמרופענדיג די גאנצע ציבור בהוראת הרבנים זיך משתתף זיין אינעם הפגנה.
שבת פרשת קרח האט מען געטוען אויסרופן אין אלע בתי מדרשים בכל אתר ואתר אז ס׳דא א חוב קדוש און א מורא׳דיגע אחרית אויף יעדער איד צוגיין צום דעמאסטראציע, און ווען די ציבור האט געזעהן די ליסטע פון איבער 800 רבנים ואדמורים וואס האבן גע׳חתמ׳ט איז ממש געווען א בחינה פון מי ראה את אלו יוצאין ולא יצא.
מוצש״ק באלד נאך מעריב איז ארויס געפארן קארוואנען פון קאר׳ס פון בארא פארק וויליאמסבורג און מאנרא אנגעפילט מיט א מיליטער פון געטרייע טויגליכע עסקנים, אנקומענדיג קיין מאנהעטן איז פליצלינג ארויפגעפאלן אויף זיי א חרדת קודש אין שפירענדיג די גרויסע אחריות וואס ליגט אויף זייער פלייצע; די צוגרייטענגען און איינרישענדיג דעם גיגנאטישן פארק ״פעדעראל פלאזא״ צו זיין צוגעפאסט אריינצונעמען צווישען אירע גרעניצען די ריזן עולם. האבן זיי זיך גלייך גענומען צו די עבודת הקודש צום ערשט האט מען געהאנגען צעטעליך אויף אידיש מיט אלע אינפארמאציע וואס פעלט אויס און דערנאך האט מען אויפגעשטעלט ספעציעלע שאטערס פאר הצלה, שומרים, עסן, טרינקען א.א.וו. גרויס ספיקער סיסטעמס און ריזיגע סקרינס זענען אויפגעשטעלט געווארן אין דאס פארק איז געווארן איינגעריכטעט ברוב פאר והדר אויפ א מייסטערהאפטיגען אופן אויסגעשטעלט צו קענען פארנעמען די מאסן, און א ריזן אויבן אהן איז געווארן געבויט פאר אלע רבנים וואס וועלן אנטייל נעמען. זיך דרייענדיג צווישען די עסקנים איז מען ארויס פון התפעלות ווי אידן פון אלע קהילות אין כלל ישראל ארבייטן צוזאמען האנט אין האנט כדי צו מאכן די טאג זאל זיין א הצלחה, אזוי איז אנגעגאנגען די ארבייט ביז די נאכמיטאג שטונדען,
אום 3 אזייגער האבן די מאסן שוין אנגעהויבן קומען אין א אומאויפהערליכען שטראם וועלעכע האט נישט נאכגעלאזט, מיט באנען קארס שיפען און מיט וועלכע סארט טראנספארטאציע ס׳נאר געווען מעגליך. די לינע׳ס ביי די טאל בודקעס האבען זיך געצויגען מיילן און די באנען האבען נישט געקענט דערהייבן די פרעשור און אין גאנץ נוא יארק און נוא דזשערסי האט געהערשט א שווערע טראפיק.
און די פריע נאכמיטאג שעה׳ן איז שוין געווען די גאנצע האריזאנט פונעם געגנט פון פארק טינקעל שווארץ פון די צענדליגע טויזענטער שווארצע היטן און רעקעליך, עס האט אויס געזעהן ווי א טינקעלע ענדלאזע ים. 4:30 איז די פארק געווען אנגעפילט און צאמגעדריקט ווי סארדינען שאכטעל, איבערגיסענדיג און איבערלאזינדיג רבבות אלפי ישראל אינדרויסען אויפ צענדליגע זייטיגע שאסייען שטייענדיג שעות אויף די פיס און מיטהאלטענדיג אויפן סקרינס, אינאיינעם מיט הויעכהילכער צו קענען הערן די מעמד. עס איז כסדר צוגעקומען נאך פארבן צום קאלירפולער אויבן אהן מיטן ערשיינונג פון נאך רבי׳ס און נאך רבנים דיינים וראשי ישיבות פון אלע קהילות און קרייזן פארנעמענדיג די פיר שטאקעדיגע גאר לאנגע אויבן אהן. עס איז שווער צו געפונען די פאסיגע ווערטער צו קענען באשרייבן דעם גרויסן עקסטאז און געוואלדיגע התלהבות פון דעם צענדליגע טויזענטער קעפיגן ציבור בליעה״ר יונג און אלט חסידיש און ליטוויש זיידעס טאטעס בחורים מיט קינדערליך, א שטילקייט און יראת הכבוד האט געהערשט אין גאנצן געגנט ווען די מעמד האט זיך אנגעהויבן אויפן פנימער פון די גאר אלטע אידן האט מען געקענט זעהן א ערענסטקייט וואס מ׳זעהט נאר ביי זיי ווען זיי פארציילען די גזירות וואס זיי האבן מיטגעמאכט אין איראפע אין די געטא׳ס, און ביי די אינגערע האט עס ממש געשפירט ווי יו״כ וויסענדעג אז ס׳קומט א יום הדין פאר בחורי ישראל אין ארץ הקודש און וויסענדיג אז ח״ו אם החרש תחרישי בעת הזאת... שטייענדיג אינדרויסען האט מען געקענט הערן אומצאליגע גוים וואס האבן געטוען דורך גיין די געגנט, באגייסטערט און שפראכלאז זאגענדיג ״אט דאס איז די אידיש פאלק די עם הנבחר אזוי איידעל אזוי ווויל הלואי ווען אינזער קינדער זאלען אזוי אויסזעהן״ די קידוש השם האט געשריגען עד לב השמים אהן קיין שום צוימען, די גאר אלטע אידן האבן געלאזט טרערן אין זיך נישט קענענדיג צירוק האלטן האבען עטליכע פון זיי אויסגעבראכן א ברכת שהחיינו מיט שם ומלכות און זאגענדיג אשרינו אז אינז האמיר זוכה געווען צו ברענגען די אור-אייניקלעך צו דעם כינוס, ווען אינז זעמיר געווען אין לאגער האבן אינז נישט געגלייבט אז ס׳וועט נאך עפעס זיין פון אינז ״ראה פניך לא פללתי והנה הראה אתי אלוקים גם את זרעך״ אום 5 אזייגער האט מען אנגעהויבן מנחה........
ביז דא ווייס איך שוין יעצט,
ווייטער ווייס איך נישט.
די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס פאר זיכער איז אז די הפגנה איז געווען א מורא׳דיגע ביטול זמן און גארנישט אויפגעטוען.