☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"

פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4031

לכבוד שבת קודש » זונטאג יוני 9, 2013 3:59 pm

· #123189
פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"
א פלאגיאט סקאנדאל ווערט אצינד אויפגעדעקט איבער די שפארעס פון איי וועלט, בשעת די איי וועלט מיטגלידער שטעקן אריין די קאפ אין זאמד און ווילן נישט מודה זיין אין די עולה וואס איז באגאנגען געווארן דורך איינע פון זייערע שרייבער.

צו זען דער פולער באשרייבונג, מיט די גערידער ארום, ליינט דא:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14887">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14887</a>

מיט צוויי יאר צוריק, האט א ניק מיטן נאמען לעמעלע אראפגעשריבן עטליכע תגובות איבער די היסטאריע פון עזרא-הסופר'ס ספר תורה, מיט נאך פארשידענע זאכן ארום אלטע ספרי תורה, מאכנדיג דעם רושם אלס ידען אין די ענינים. דער עולם דארט אויפן ארט האט אים קאמפלעמענטירט און אים געשריבן דברי חיזוק, אויסרימענדיג פאר זיין ידענות.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז איינער האט זיך געיאוועט און געמאכט פון זיין ארטיקל א פי-די-עף, צושרייבנדיג העכערן קעפל 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט', ווי אויך איז אויף יעדע זייט פון די זיבן בלעטער פון די ארטיקל, אויפגעשריבן געווארן פון אונטן די אויבנדערמאנטע ווערטער 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט'. (די פי-די-עף איז בייגעלייגט דא, צום סוף פון אונזער באשרייבונג).

עס איז אריבער צוויי יאר, והנה - נתגלה העטרה - ווי עס ווייזט זיך אויף איז די ארטיקל גענומען געווארן ווארט ביי ווארט פון יפה בעתו, ארויסגעגעבן דורך ר' פרץ ביללער. די קונטריסים פון יפה בעתו ווערט נאך פארקויפט ביזן היינטיגן טאג פון וואס ר' פרץ ביללער לעבט היינט. אבער לאז שוין אפ גניבה - פשוט דער פאקט אז א מענטש שטעלט ארויף יענעמ'ס סחורה, נעמענדיג די קרעדיט פאר זיך, איז גענוג עולה פאר זיך.

אבער די שענסטע פון אלעמען איז, אז די באקאנטע אייוועלט שרייבער נעמען זיך גאר אן פאר זייער חבר און פארטיידיגן אים פאר יעדן פרייז, מינימיזירנדיג אדער גענצליך לייקענענדיג די עולה, איז גאר אויפפאלנד און לאזט זיך דעבאטירן.

אויב איז די מעשה ביז אהער שיין פאר זיך, קומט אצינד דער סטראבערי אין שפיץ. די מענטשן וואס איז זיי נוגע די גניבה, האבן געשיקט א פערזענליכע בריוול פאר עטליכע פון די הנהלה פון אייוועלט, אז זיי זאלן אראפנעמען דעם ארטיקל מיטן פי-די-עף, וויבאלד זיי זענען יורד דערמיט לחיי חברם און עס שטערט פאר די ריכטיגע בעלי-בתים. טייל פון זיי האבן זיך בכלל נישט צוטון געמאכט פונעם בריוו און נישט געענטפערט דערויף, בשעת אנדערע האבן יא געענטפערט מיט בלינדע תירוצים. אצינד זענען עטליכע פון זייערע תירוצים: זיי זענען נישט מחיוב אראפצונעמען דעם ארטיקל; יעדער איינער קען שרייבן אויף אייוועלט וואס מען וויל; זיי זענען נישט זיכער צו ר' פרץ אליין האט דאס נישט גע'גנב'עט פון אן אלטן ביכל (כלומר'שט, אז דערפאר מעגן זיי דאס ווייטער שרייבן און עס איז נישט גניבה); און... לאכט נישט... די שענסטע תירוץ פון אלע איז געווען אז, זיי זענען נישט אחראי אויף די באשרייבונגען פון די שרייבער (ביז עס קומט צו מעקן וועמען זיי געפעלט).

האט איר אצינד א שיינע מעשה.

פאלגענד איז די ארטיקל וואס איז בשעתו ארויפגעשטעלט געווארן אויף אייוועלט, צוגעשריבן אן קיין שום בושה 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט'.
(ארטיקל אראפגענומען געווארן לאחר הערת חברינו, אז עס איז נישט יושר צו ברענגען אונטער די פאלשע קרעדיט)

איחוד פעלד » זונטאג יוני 9, 2013 4:09 pm

· #123193
דער מעשה איז באמת אן אלטע לעגענדע, און צו ער האט עס געליינט אין יפה בעתו אדער נישט מאכט נישט אויס.

לכבוד שבת קודש » זונטאג יוני 9, 2013 4:16 pm

· #123199
איחוד פעלד
דער מעשה איז באמת אן אלטע לעגענדע, און צו ער האט עס געליינט אין יפה בעתו אדער נישט מאכט נישט אויס.


ער שרייבט עס אראפ ווארט ביי ווארט, אות ביי אות, פון יפה בעתו. אפילו אויב האט ער געהערט די מעשה האט ער נישט קיין רעכט צו נעמען די סגנון און שרייבן פון יפה בעתו (וואס דאס איז אן עבודה פאר זיך), און דאס אראפשרייבן כמו שהיא. ועוד והיא העיקר; קוק אריין אין עטליכע תגובות דערנאך, וואו דער לעמעלע מאכט א שיינעם ליקוט פון פארשידענע אלטע ספרי תורה מיט זייער היסטאריע, נישט דערציילנדיג אז דער דאזיגער ליקוט איז נישט זיינער - ס'איז יפה'ס. אבער קרעדיט נעמט ער פאר זיך, און ער נעמט אן ארבעט מיט אן ארטיקל וואס איז ווערד געלט, און יפה פארקויפט עס, און ער איז עס מפרסם ברבים.

לדעתי איז עס זייער געמיין.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 4:25 pm

· #123200
לכבוד שבת קודש
לדעתי איז עס זייער געמיין.

יידל » זונטאג יוני 9, 2013 4:29 pm

· #123204
כ'גלייב נישט אז ס'איז אייוועלט'ס פליכט (מצד'ן געזעץ) אראפצונעמען סיי וואס, ווי לאנג דער קאפירייט האלטער בעט זיי נישט. מצד הלכה, גייט דאס דאך אריין אינעם שמועס איבער קאפירייט בהלכה. ועשית הישר והטוב איז עס לכאורה נישט.

מורינו הרב » זונטאג יוני 9, 2013 4:30 pm

· #123206
אבער אויך נישט נאך וואס יענער בעט?

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 4:36 pm

· #123212
אנאנים, סיז א חילוק צווישן דער וואס שרייט ניגער אויפן שווארצן און די רעפארטער וואס באריכט די נייעס אז איינער האט געשריגן ניגער אויפן שווארצן.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 4:40 pm

· #123214
זר זהב
אנאנים, סיז א חילוק צווישן דער וואס שרייט ניגער אויפן שווארצן און די רעפארטער וואס באריכט די נייעס אז איינער האט געשריגן ניגער אויפן שווארצן.

יעצט, אז דער שב"ק אליינס האט אראפגענומען דעם פייל, איז ער שוין מער דומה צו דעם רעפארטער, והכל על מקומו בא בשלום לכבוד שבת קודש.

לכבוד שבת קודש » זונטאג יוני 9, 2013 4:43 pm

· #123217
לכבוד הערת חברינו, האבן מיר געזען פאר ריכטיג אראפצונעמען דעם גע'גנב'עטן ארטיקל. מיר אנטשולדיגן זיך פאר אלע חברים דא, ובפרט פאר די בעלי-בתים פון יפה בעתו (אויב זיי ליינען דא), פארן דאס ארויפלייגן. אונזער כוונה איז געווען א גוטע, אויפצודעקן א סקאנדאל, אבער מיר האבן געזען פאר וויכטיג נישט צו לאזן אזא שענדליכע דאקיומענט אין שטיבל.

ואיתכם הסליחה.

איך אויך » זונטאג יוני 9, 2013 4:47 pm

· #123222
זר זהב
לכבוד שבת קודש
לדעתי איז עס זייער געמיין.

ספעציעל אויב עס איז ווי דו זאגסט אז מען האט זיי געבעטן מיט שיינעם באישי.

מאטי » מאנטאג יוני 10, 2013 1:43 am

· #123491
איך בין מודה אז ס׳אן עולה, אבער דאס קעפל וואס זאגט ״אייוועלט גנב׳עט פון יפה בעתו״ איז אביסעלע מיסלידינג ס׳דארף שטיין ״א שרייבער אין אייוועלט גנב׳עט....

לכבוד שבת קודש » מאנטאג יוני 10, 2013 6:29 am

· #123507
[ציטאט אראפגענומען]


וואס זאל איך טון אויב איך האב נישט קיין סקענער?

moti107
איך בין מודה אז ס׳אן עולה, אבער דאס קעפל וואס זאגט ״אייוועלט גנב׳עט פון יפה בעתו״ איז אביסעלע מיסלידינג ס׳דארף שטיין ״א שרייבער אין אייוועלט גנב׳עט....


אויב אייוועלט דעקט עס, זיי נעמען עס נישט אראפ, און מיט אן אומפארשעמטע עקשנות שיצן זיי דעם גנב און האלטן אז ער האט גוט געטאן, טראצדעם וואס עס איז אומפארשטענדליך, דאן זענען זיי א חלק פון די גניבה.

ממרום שלח אש » מאנטאג יוני 10, 2013 6:26 pm

· #123741
ווי דער גוטער בוך זאגט

"א שטורעם, אין א גלעזל וואסער"

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 10, 2013 9:08 pm

· #123793
אפשר מעג איך וויסן וואס איז דאס דער גוטער בוך.

מומחה » מאנטאג יוני 10, 2013 9:19 pm

· #123798
לכבוד שבת קודש
[ציטאט אראפגענומען]


וואס זאל איך טון אויב איך האב נישט קיין סקענער?


אין וועלכע באנד איז עס?

אגב פון statistical analysis זעהט נישט אויס ווי הרב ביללער זאל דאס האבן געשריבן נאר ענדערש איינער פון די שרייבער פונעם אידישן ליכט

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 9:47 pm

· #123807
וואס הייסט statistical analysis?

זר זהב » מאנטאג יוני 10, 2013 9:52 pm

· #123809
ער מיינט לכאורה פון אנאלאזירן מערערע געשרייבאכטסער פון ביללער

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 10, 2013 9:57 pm

· #123812
מאראנצןזאפט
אפשר מעג איך וויסן וואס איז דאס דער גוטער בוך.

דער גוטער בוך

יידל » מאנטאג יוני 10, 2013 10:08 pm

· #123815
זר זהב
ער מיינט לכאורה פון אנאלאזירן מערערע געשרייבאכטסער פון ביללער

נישט נאר ביללער פלעגט שרייבן אין יפ"ה בעתו, ער האט געהאט ארטיקלן פון אנדערע שרייבער אויך. דערפאר בין איך נייגעריג וואס זענען די דעטאלן פון דעם אנאליז?

מאראנצןזאפט » מאנטאג יוני 10, 2013 10:15 pm

· #123819
ווער נאך?
זיינע ארטיקלען זענען פיין, (אין טייל, עקסקלאדעד די לאנגע מיסטישע נארישע סיפורי צדיקים, מיט שדים וכו') אבער מיט נישט קיין פראפעסיאנאלער אויסלאגע, געשריבן שנעל און קורץ. אלע שיינען צו האבן דעם זעלבן שרייבער.

באנוצער'ניק » דינסטאג יוני 11, 2013 12:12 pm

· #123930
פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "יפה בעתו"גנב'עט פון אן אלט-ביכל
<a class="postlink" href="http://www.israel613.com/BOOKS/ELFT-796-SEIFER-TORA-AZRA-Y.pdf">http://www.israel613.com/BOOKS/ELFT-796 ... AZRA-Y.pdf</a>

לכבוד שבת קודש » דינסטאג יוני 11, 2013 12:30 pm

· #123939
באנוצער'ניק
http://www.israel613.com/BOOKS/ELFT-796-SEIFER-TORA-AZRA-Y.pdf


באנוצער: ס'איז די זעלבע?

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 1:39 pm

· #123950
זייער ענליך. די מעשה איז די זעלבע אבער אנדערש באשריבן. פלאגיאריזם איז עס, אבער נאר די תוכן, נישט די ווערטער.

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 3:46 pm

· #124011
ריכטיג. אבער א נאעוולע האט דאך איינער אויפגעטראכט און ווער עס שרייבט עס איבער פלאגיאירט דעם אריגינעלעם שרייבער.

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 4:55 pm

· #124034
אויף אייוועלט שרייבט מיללער אז ער געמאכט אביסעלע היימווערק:

מיללער
כאטש איך האב געשריבען דעתי בנוגע גנב'ענען/קאפירען פון ערגעץ אנדערש, אז דאס איז גניבה, האב איך אבער געמאכט אביסל היימווערק איבער די סומטאכע דא מיט די פארשידענע ניקס וואס האבן 'אנטדעקט אמעריקא' און געכאפט 'אייוועלט' ביי די מעשה.

אין קורצן, מיט א צייט צוריק איז געווען א סקאנדאל דא אויף אייוועלט איבער אויסגאבעס וואס האבן בשאט נפש גענומען גאנצע שטיקער פון דא און געמאכט דערויף א מאיאנטעק מיט געלט, אן א שטאך ארבייט.

הפנים, די באטראפענע האבן געשפירט אז מ'ברויך צוריקגעבן, כאטש ס'איז לא ראי זה כראי זה, האט מען אפירגעזוכט 'אן אויסגעדראשענע' אשכול פון 2011 און געכאפט ביי די מעשה אז דאס קומט פון 'יפה בעתו', וכאן מצא הבע"ח לגבות את חובו, מ'עפנט ניקס און מ'פירקלט דא, מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען, הפנים, ס'איז דאך אן עוון בל יכופר, 'אייוועלט גנב'עט'!

למען האמת; איך האב די מעשה פון די ספר תורה פון עזרא הסופר, באקומען מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אין א דינע דעקל ברוינע ביכל, געשריבען דורך לעהמאן, בכלל האט מען שוין דא צוגעצייכנט אז די מעשה איז שוין ערשינען אין מערערע וואריאציעס, אויך הרב ביללער (נישט פארמישען מיט מיללער) האט עס געשריבען (אן געבן קרעדיט...)

קיין סקען פונעם 'יפה בעתו' האבן די בעלי רגש נישט פארשאפט, אבער מ'קייט איבער די זעלבע שטרוי במעלה הגרה ווידעראמאל און נאכאמאל, אמער מ'האט געגענבעט! סתם צו פארפירען לשם פארפירען אן קיין שום בעקינג.

בקיצור, ס'איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מ'קען צוריקגיין צום סדר היום.

וכבר קדמוהו גדולי חכמי השטיבל דא,

איחוד פעלד
דער מעשה איז באמת אן אלטע לעגענדע, און צו ער האט עס געליינט אין יפה בעתו אדער נישט מאכט נישט אויס.


[ציטאט אראפגענומען]



ממרום שלח אש

ווי דער גוטער בוך זאגט

"א שטורעם, אין א גלעזל וואסער"


זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 11, 2013 5:38 pm

· #124050
יידל
אויף אייוועלט שרייבט מיללער:

מיללער
מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען


-


😈 😈

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 7:13 pm

· #124076
שוין, ענד אף סטארי. קרעטשמער שרייבט:

[quote="קרעטשמער אין אייוועלט"]אל מול כבוד הרב בעל רגש/רוויגו און צו די אלע וואס האבן מעורר געווען.

וויבאלד מ'איז געקומען צו אונז מיט א טענה אז די מעשה וואס 'לעמעלע' שרייבט און אזוי אויך די תגובה ווי 'לעמעלע' ברענגט אן אריכות בנוגע דעם ספר תורה פון בן אשר, קומט פון דעם גליון 'יפה בעתו', ארויסגעגעבן דורך הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א, האבן מיר מברר געווען מיט הרב יוסף פרץ'ן אליין, און דאס איז וואס ער ענטפערט:

"אויף די מעשה האט ער נישט קיין שום תביעה, היות ער אליין האט עס אויך גענומען פון אנדערע", [און אונז לייגן צו אז מיר ווייסן בידועה ברורה אז 'לעמעלע' האט עס נישט גענומען פון יפה בעתו].

און וועגן די אנדערע תגובה פון 'לעמעלע' זאגט ער "דאס איז נישט זיינס, ער האט דאס כלל נישט געשריבן".

ואגב, ער האט אונז טאקע געזאגט אז איינער האט אים אנגערופן זאגן אז זיינע זאכן דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט, און ער האט יענעם געזאגט אז ער איז נישט מסכים דערצו. אבער ער האט אונז צוגעלייגט אז ער מיינט נישט א מעשה וואס ער אליין האט גענומען פון א צווייטן.

ומכאן הקריאה יוצאת אויב זעהט איר עפעס וואס איז דא אויפן וועלטל און עס איז נישט אויסגעהאלטן קען מען זיך פארבינדן מיט איינע פון די מנהלים/אחראים, אדער מדווח זיין דעם תגובה.

מיט דאנק די הנהלה[/quote]

מאטי » דינסטאג יוני 11, 2013 7:33 pm

· #124081
[ציטאט אראפגענומען]


פלאגיאריזם!!!

פוןדעסטוועגןדאך » דינסטאג יוני 11, 2013 7:37 pm

· #124083
יידל,
וואס בלייבט? איז געווען א פלגיאט מצד לעמעלע פון אייוועלט, אדער נישט?

יידל » דינסטאג יוני 11, 2013 10:03 pm

· #124146
אויב גנב'ענען לעהמאן'ס געשיכטע פון יפה בעתו איז פלאגיאריזם. אבער די הנהלה פון אייוועלט טענה'ט אז ביללער האט זיי געזאגט אז הגונב מן הגנב איז ער מוחל. נו, זאל זיין אזוי.

דעת תורה » מיטוואך יוני 12, 2013 12:03 am

· #124197
יידל, מיללער אליין באזוכט דא כמה פעמים. אינעם אוצרות אשכול האט ער דערמאנט / געלינקט צו דיינע באלערנדע ארטיקלען בנושא.

יידל » מיטוואך יוני 12, 2013 12:11 am

· #124201
ווייס איך דען נישט? איך בין געווען סארקאסטיש.

זר זהב » מיטוואך יוני 12, 2013 12:22 am

· #124207
זיי האבן געלאזט אהער לינקען? געמיר א לינק ביטע

ידען » זונטאג יוני 16, 2013 3:33 am

· #125157
זר זהב
זיי האבן געלאזט אהער לינקען? געמיר א לינק ביטע

יידל » זונטאג יוני 16, 2013 9:43 am

· #125174
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=628774#p628774">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p628774</a>