☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4012

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:18 pm

· #122403
נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
הרב יצחק זלמן גיפס, לאנג יעריגע ראש הכולל ספינקא בארא פארק, און דומ"ץ ברכת אברהם וויען, האט געמאלדען אז ער זאגט זיך אפ פון כולל, און וועט אי"ה עפענען א ישיבה.
פרטים יבואו אי"ה.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:20 pm

· #122407
כ'הער ער איז א גוטער בעל דרשן

chosen people » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:38 pm

· #122421
איך הויף אז ער האט נאך מעלות ווייל אויב זיין מעלות איז נאר אז ער איז א ת''ח און אויכט א גוטע בעל דרשן , מיינט נאך נישט אז ער האט די קוואליפקאציע צו קעיר נעמען פון בחורים.
עניוועיס, וואס גייט זיין די עיקר ציהל פון די ישיבה, וויל ער זיין עפעס יוניק אקעגען אנדערע ישיבות.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:17 pm

· #122459
יוניק ישיבה'ס איז דא גענוג. יעצט דארף מען א נארמאלע ישיבה, ווי בחורים וועלן לערנען אידישקייט, מענטשלעכקייט, וכו'

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:32 pm

· #122478
ער האט היינט אויסגעקלאפט מיט א מעשה אין כולל אז אן אלטער בחור האט אמאל געזאגט ער איז שוין זאט פון בחור'ישע פראבלעמען, ער וויל שוין אביסל שלום בית פראבעלעמען...

איחוד פעלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:32 pm

· #122523
go rabbi gips go

אדרבה ואדרבה, מיט הצלחה.

פערזעהנליך וואלט איך אים מייעץ געוועהן אז א ישיבה איז נישט פאר אים, באט, ער פרעגט דאך מיר נישט, אלזא, זאל זיין מיט א הצלחה.

אפשר פארקערט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:39 pm

· #122527
איז דאס דער נייער "דרשו" באמבע?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 11:04 am

· #123063
אפשר פארקערט
איז דאס דער נייער "דרשו" באמבע?

ניין, ער איז שוין א באמבע נאך פאר תקופת דרשו.

berlbalaguleh » זונטאג יוני 9, 2013 10:17 pm

· #123410
chosen people
איך הויף אז ער האט נאך מעלות ווייל אויב זיין מעלות איז נאר אז ער איז א ת''ח און אויכט א גוטע בעל דרשן , מיינט נאך נישט אז ער האט די קוואליפקאציע צו קעיר נעמען פון בחורים.
עניוועיס, וואס גייט זיין די עיקר ציהל פון די ישיבה, וויל ער זיין עפעס יוניק אקעגען אנדערע ישיבות.

איין מעלה איז אז אין די נייע ישיבה וועט מען לערנען תורה! דאס איז גענוג!

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 10, 2013 11:29 am

· #123565
עס וועט זיין נאך א מצויינים ישיבה, גאר נישט מער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 10, 2013 11:32 am

· #123569
איחוד פעלד
עס וועט זיין נאך א מצויינים ישיבה, גאר נישט מער.

שקר.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 2:27 pm

· #124372
ושמא דמתיבתא דגיפסא דא, נהרדעא שמא.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 12, 2013 3:12 pm

· #124392
ס'איז אן אייזערנעם נאמען גע'גנב'ט פון ש"ס וגשל.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 4:51 pm

· #124414
אוודאי פון וגשל.. אויב וואלט ער געגנבט פון עוז והדר וואלט דאך די ישיבה געהייסען "מהדורת פרידמאן".

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 12, 2013 4:55 pm

· #124416
מתיבתא און חברותא זענען ביידע ערשט קלאסיגע נעמען.
די איינציגסטע וואס האט נישט קיין נארמאלן נאמען איז ארטסקרול, א קלאסיש היסטארישער-מעגא ווערק מיט א געבארגטן ענגלישן נאמען פון א פאבלישינג הויז.
פאני.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 4:57 pm

· #124418
ברכת אילנות - מתיבתא... א שיינע נאמען? WTפ

מאראנצןזאפט » מיטוואך יוני 12, 2013 5:00 pm

· #124419
הע?
וואט דע **** האב איך פארשטאנען, אבער ראשית התגובה איז נישט אזוי קלאר.
מן הסתם מיינסטו צו פרעגן אז אלעס וואס עוז והדר מאכט טראגט שוין היינט דעם נאמען מתיבתא אריינגערעכנט הגדות, ברכת אילנות, בענטשערס, און קרית שמע ליינערס.
ס'איז נישט קיין קשיא ווייל ס'איז שוין היינט א ברענד נעים טרעיד מארק.

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:04 pm

· #124420
היינו טעמא ד"ארטסקרול".

דבילה » מיטוואך יוני 12, 2013 5:32 pm

· #124427
סוף דבר, וואס איז די מטרה פון רב גיפס? און איז דאס נישט א פראבלעם מיט ווין, וואו רב גיפס איז איינגעשטעלט אלס דיין?

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 12, 2013 5:37 pm

· #124433
מטרה איז מרביץ זיין תורה און אידישקייט.
וויען? זיינע בעלי בתים שטופן אים דאס צו טוען. זיי האבן גארנישט מיט ישיבת וויען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:46 am

· #124548
נעה, כ'האב געעפענט דעם אשכול ווייל כ'האב געמיינט אז...
יעצט זעה איך דעם עד אין המודיע.. אויך'מיר א סטעף. שוין. כ'רעד נישט.
די ישיבה שטייט אויף "תורה עבודה שלימות" 🙄
חסד איז נישט קיין ארטיקל?
בכלל, אויב ס'דא תורה עבודה און גמ"ח, וואך נאך פעלט אויס פאר שלימות?

פארוואס דארף שוין די ערשטע מודעה פונעם ישיבה זיין געשריבן אויף א קארנעוועל נוסח?


און צו @אנאנים, סתם אן הערה'לע, איר האט אמאל געמאלדען וועגן עפעס א נייע ישיבה. ס'עפעס געווארן פון יענע שלאפלאזע חלום?

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:36 am

· #124592
און וואס טוט זיך מיט אויסלערנען די עלטערע בחורים א פאך אין דער זייט אז נאך דער חתונה זאלן זיי פארשטיין ווי אזוי א טשעק קען באונסן?

קרעקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 9:46 am

· #124602
ווער איז די סטעף

דבילה » דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:00 pm

· #124644
אויסנאם שיין. מי יתן והיה. ס'מיר אבער א פלא וויאזוי ער פלאנט צו האבן אזוין פולן סדר הלימודים און אויף דער אנדערע זייט אויך:
לאזן דעם בחור צייט זיך צו לופטערן און פארברענגען.


'ך וואונדער זיך צו דאס איז נישט מער רעדעריי פון חלומות ענדערש ווי א ריאליסטישע פלאן.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:42 pm

· #124695
ס'מיינט א שבת התועדות, זאת חתונה מסיבה וכו'.

אוהב ספרים » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:44 am

· #128446
חלום חלמתי והמ"י וד"ל

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:44 am

· #128470
אוהב ספרים
חלום חלמתי והמ"י וד"ל

נא לפענח.

חוקר ודורש » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:56 pm

· #435432
נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
ליידער קומט אריין די נייעס אז ישיבת נהרדעא וועט זיך נישט עפענען נעקסטן זמן חודש תשרי, צוליב א מאנגל אין געלט, א גרויסע שאד, נהרדעא איז א אייגענארטיגע מקום ווי מאיז זיך קונה א מורה דרך א מורם מעם א בקי בש״ס ופוסקים אזוי אויך איז ער א ידען בתורה ומדע, קוקט אין זיין ספר דעת קנית על התורה אין אויך אין זיין ענגלישע ספר אדון הנפלאות ב׳ חלקים, ער האט עכט געוואלט ממשיך זיין אבער ההכרח לא יגונה, הרב גיפס איז נישט פארכאפט אין עקסטרעמוזים עכ״פ נישט אזוי ווי רוב אנדערע, ער האט געלאזט די בחורים שפילען בעס-באל אין קעמפ וכו׳, די ישיבה געהערט נישט צו קיין חסידות נאר א ריינע מקום תורה ויראה, הרב גיפס קומט פון באבוב און זעט די מחלוקת דארט עפעס וואס האט אים אפגעקילט פון באבוב זאגענדיג אז די עיקר ביי רבי שלמה׳לע איז געווען שלום ואם אין שלום אין כלום, די ישיבה שטייט קוים זעקס יאר, א שאד ער איז נישט פארבליבען אין ספינקא כולל איך מיין ער איז געווען בעסער דארט.

טמיר » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 10:26 pm

· #435434
Re: נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
טאקע א שאד. איך האב געהעריג אפאר פון זיינע דרשות פאר בחורים. עס זענען נישטא נאך אזאלכע ראשי ישיבות וואס רעדן צי די בחורים אין זייער שפראך און אזוי צי די זאך

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:17 am

· #435441
יעצט מברר געווען ביי איינגעשטעלטע. די סיבה איז נישט געלט, נאר א מאנגל אין בחורים. די ישיבה האט עפעס נישט קיין געלונגענע נאמען און ער האט פשוט נישט גענוג בחורים אנצוהייבן דעם נייעם זמן.

עס איז נאכאלץ א גרויסע שאד, ער איז גאר א וואוילער מענטש, א גרויסע תלמוד חכם מיט שכל און פארשטאנד צו יעדן בחור, סבלנות צו יעדעם און א מורא'דיגע כוח הדיבור. זיינע יוצאים האלטן זיך גאר שטארק נאנט מיט אים.

חוקר ודורש » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:29 am

· #435443
Re: נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
http://cloud.tapatalk.com/s/5d66106960892/AUDIO-2019-08-27-20-39-58.mp3
דא קענט איר הערן פון הרב גיפס אליין אז די אנגעבליכע סיבה איז צוליב חובות פון געלט, נאר אויב ער וואלט געהאט מער בחורים וואלט ער געקענט גרינגער דעקן די חובות.

אישתישבי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:14 am

· #435451
דאס אז די ישיבה פארמאכט זיך איז א ראיה אז מען קען נישט מאכן א ישיבה אנדערש ווי די אנדערע, ווייל די וועסט נישט האבן קיין בחורים. דער רגע מען נעמט אהן יעדעם, קומט נישט קיינער. זכר לדבר, שמעלקע לייפער

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:29 am

· #435454
חוקר ודורש
http://cloud.tapatalk.com/s/5d66106960892/AUDIO-2019-08-27-20-39-58.mp3
דא קענט איר הערן פון הרב גיפס אליין אז די אנגעבליכע סיבה איז צוליב חובות פון געלט, נאר אויב ער וואלט געהאט מער בחורים וואלט ער געקענט גרינגער דעקן די חובות.

די אנגעבליכע סיבה איז בחורים, נאר די תירוץ איז געלט...

ער האט ריזיגע עשירים וואס דאווענען ביי אים יעדע וואך, זיי זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן אנלימיטעד. ער האט יעצט געענדיגט א הערליכע בילדינג אין סטעטן איילענד פאר די ישיבה. געלט איז נישט געווען זיין אישו.

איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:31 am

· #435455
אישתישבי
דאס אז די ישיבה פארמאכט זיך איז א ראיה אז מען קען נישט מאכן א ישיבה אנדערש ווי די אנדערע, ווייל די וועסט נישט האבן קיין בחורים. דער רגע מען נעמט אהן יעדעם, קומט נישט קיינער. זכר לדבר, שמעלקע לייפער

ער האט נישט אנגענומען יעדעם! ער האט געהאט פיינע בחורים נאר פון בעלי בתישע שטיבער. זיין ישיבה איז אויף די זעלבע סטייל ווי משה ווייס און געלדצעלער - בימים ההם. ר' משה ווייס גייט שוין אן יארן מיט דעם סיסטעם, און פאר גיפס איז עס פונקט נישט געלונגען.

תורה ומדע » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 10:44 am

· #435460
א פלא, ווייל ס׳איז באמת דא א מאנגל אין ישיבות דאהי אין אמעריקא. ובפרט פאר דער חסידישער עולם. קיין ארץ ישראל שיקט מען שוין מער נישט אזוי גיך. וליותר פלא, פאר אינגערער בחורים איז דא ישיבות לרוב. ופלא הוא.

חוקר ודורש » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:47 pm

· #435481
נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
הרב גיפס האט געוואלט איינפירען א ישיבה ווי אמאל מיט א קשר בין רב ותלמיד (הרב גיפס שטאמט פון אונגארין נישט פון גאליציע, זיין זיידע איז געווען א תלמיד פון בעל נאות דשא מנייטרא) ער איז געווען אין ישיבה פון אכט אזייגער אינדערפרי ביז אכטע פארנאכטס, ער האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים און גערעדט צו זיי כדבר איש את רעהו, ער איז אין אנהייב געווען די ראש ישיבה, מנהל, משגיח, מגיד שיעור, פארהערער, אלעס אינאיינעם, שפעטער האט ער טאקע אפגענומען א משגיח און מנהל, אבער ער איז געבליבען די עיקר זאך, נאר ער האט פארגעלערנט, פאר שיעור עיון האט ער פארציילט נפלאות הבורא, נאכדעם פארגעלערנט די שיעור עיון ביים שיעור האט ער משלב געווען למדנות מיט הלכה, דאס איז שוין נאך א פארטאגס שיעור אין גמרא פאר בעלי בתים, ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג דריי פיר אזייגער זיך צו פארקוקן די שיעור עיון, סוף סדר עיון האט ער פארגעלערנט א מוסר ספר, ער האט דורך געלערנט מיט די בחורים חובות הלבבות, מסילת ישרים, חובת התלמידים, נתיב התורה פונעם מהר״ל, ספר הכוזרי! ועוד, צוויי טעג א וואך האט ער אויך געגעבן א שיעור אויף די סדר בקיאות, בין גברא לגברא איז ער געווען פארנומען מיט שלום בית אישוס און מיטן פירן א קהילה דאנערשטאג איז ער געלאפען געבן אן הלכה שיעור אין ספינקא כולל, און שפעטער באנאכט האט ער ווידער פארגעלערנט משנה ברורה לפי סדר דרשו, פרייטאג האט ער געגעבן א שיעור אויף אונטערסאנטע ענינים געבויט אויפן פרשת השבוע, ער טייפט אליין אפ כמעט אלע זיינע שיעורים, כל כולו תורה אין הרבצת התורה, דאס אלעס האט געלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די בחורים. דאס איז נישט די ערשטע רב ותלמיד ישיבה זיך צו פארמאכען נאך אפאר יאר על אדמת אמעריקא, די זעלבע האט פאסירט (איינער לענגער איינער קערצער) מיטן אודווארי רב, פאיע רב, סאלקע רב, קיוויאשד׳ע רב, קראסנא רב ועוד, כולם ז״ל, והבלח״א וואודרידזש׳ע רב, רבי אהרן קראוס, טענקא רב, פריימאן׳ע רב, טשאטע רב רבי שמעלקא לייפער ועוד, און יעצט קען מען צולייגען הרב גיפס צום ליסטע, פארוואס טאקע ארבעט עס נישט, צוליב געלט אדער אן אנדערע סיבה, לאז איך איבער פאר א צווייטען צו שרייבען.


Sent from my iPhone using Tapatalk

יישר כח באשעפער » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 8:40 pm

· #435484
ווער איז דאס הרב גיפס א בייגראפיע איבער אים ביטע

יב הלוי סאלאווייטשיק » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:59 am

· #435497
נאך א אינדיקעטער אויף ווי ווייט טויסטעד אינזער עולם איז; סעפענט שוין יא איינער א ישיבה אוועק צישטעלן געזינטע בחורים אין יונגעלייט; האט ער נישט קיין בחורים….
אינז וועלען ווייטער שיקן צי אלכסנדר נייפעסט אין קראנק מאכן די יוגענד אדער צי משה ווייס ווייל דעיס איז די סטייל יעצט וכדומה
צי שיקן א בחור צי א ישובה ווייל די ראש ישיבה דארט וועט אים אוועק שטעלן פארן לעבן - מאן דכר שמיה
אינז זענען ווערט אינזער סיסטעים ודי בזה…


איין פשוטע נקודה נהורדעא איז נאר געוון א ישיבה גדולה אן א ישיבה קטנה וואס דעיס איז אלץ שווער צי האלטן; זאל ער יעצט אנהויבן פין אינטען ארויף

תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:46 am

· #435515
פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.

yerushalmi » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:53 pm

· #435522
תורה ומדע
פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.

ווער זאגט אז א 20 יעריגן בחור דארף א ישיבה מיט א צורה ישיבת מיר איז פערפעקט פאר אן עלטערן בחור.

תורה ומדע » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:46 pm

· #435536
yerushalmi
תורה ומדע
פארוואס אבער זענען ישיבות גדולות שווערער אנצוהאלטן ווי מתיבתות פאר בחורים׳לעך. אין ברוקלין געפונען זיך ישיבות לרוב, מסתם 25 אדער נאכמער, אבער זיבעציג פראצענט פון זיי זענען נאר פאר ביז די זעכצן-זיבעצן יאר אלט. פאהרט מען דען אזוי פיעל נאך אלץ קיין ארץ ישראל? ווי אהין פארט מען דען ? ישיבת מיר האט דאך נישט קיין צורה פון א ישיבה, און די אלע וואנעבי ישיבות זענען נאר דא לפנים, נישט אנדערש ווי די ארץ ישראלדיגע מיידלעך סעמינארן. טשעבין איז גאנץ פיין.

ווער זאגט אז א 20 יעריגן בחור דארף א ישיבה מיט א צורה ישיבת מיר איז פערפעקט פאר אן עלטערן בחור.

יש ויש. בדרך כלל שטייגט א בחור אין א ישיבה וועלכער שטעלט צו אשל מלא אויפן פלאץ, מיט סדרים און שעורים כסדרן און א משגיח צום ריידן א גאנצער זמן בלי הפסק אזוי ווי אין פאניעוועזש, טעלז, סלובודקא, באבוב, סאטמר, גייטסהעד, בעלז, פאפא, און אנדערע. די מיר מיט ד- דירות וכו׳ איז הפקר היינט כידוע לכל בר בירב. עס זענען פארהאנען א מיעט פון בחורים וועלכער שטייגען דייקן פון אי סדר. ספיציעל איידער די צוואנציג יאהר.

חוקר ודורש » דאנערשטאג סעפטעמבער 5, 2019 1:40 pm

· #435811
נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
אונטערסאנט אז אין ארץ ישראל איז אויך דא א ישיבה בשם ״נהרדעא״, עס איז א ישיבה ״חרדית תיכונית״, ווי עס שטייט אויף זייער וועבזייט אז ״החזון הוא:
גידול תלמידי החכמים של הדור הבא בהרחבת הדעת, תוך פיתוח האישיות והמיומנויות של כל תלמיד לאהבת תורה ויישום הליכותיה בחיי המעשה״, און רבי ברוך לנדאו דער ר״י שרייבט, המטרה שלנו: להביא כל תלמיד למימוש הפוטנציאל העצמי הן בלימודי הקודש והן בלימודים הכלליים ברמה הגבוהה ביותר, בדגש על יראת שמים ומידות טובות".
אין ארץ ישראל זענען דא אסאך אזעלכע ליטווישע ישיבות פאר חרדים, (אין אמעריקא איז דא די ליטווישע ישיבות נר ישראל אין באלטימאר ווי סאיז דא א קאלעדזש לצד די ישיבה, וואס נאך?), לדוגמה ישיבות מערבא, נהורא, חדוות התורה ועוד, די אלע זענען גאנץ נייע ישיבות אחוץ פונעם באקאנטן ישיבה ״הישוב החדש״, וואס איז נתייסוד געווארן בשנת תרצ״ז דורך הגאון הגדול רבי משה אביגדור עמיאל וואס איז געווען א שטארקע מזרחי, אבער מיט די יארן איז עס געווארן מער א חרדישע ישיבה, פארשטייט זיך נישט מענסטרים, למשל דער יעצטיגע רב הראשי הרב דוד לאו האט דארט געלערנט, הרב שך איז דארט געווען א שטיק צייט א מגיד שיעור, אבער דער חזון איש האט געפירט א שטארקע מלחמה קעגן די ישיבה און ארויסגעשלעפט הרב שך פון דארט, וואס האט עווענטואל געפירט ער זאל ווערן דער מנהיג ביים ליטווישן ציבור, אויך האט דער חזון איש פון דארט ארויסגעשלעפט הגאון הגדול איש משכיל ונבון רבי גדליה נדל וואס איז געווארן פון זיין גרעסטע תלמידים אבער געבליבן מיטן אפענע קאפ, אבער אויב בשעתה איז עס געווען אפגעפרעגט ביים חזון איש ועוד גדולי ישראל דוגמת רבי חיים עוזר, האט זיין ממשיך דרכו הרב שטיינמן געגעבן אן הסכמה פאר רבי מנחם בומבך אפצומאכן אזא ישיבה (אסאך זאכן זעהט מען אז קודם איז עס געווען אפגעפרעגט און צובסליך איז עס אריינגעקומן אזוי ווי ״בילדער פון גדולי ישראל״)אבער ער זאל עס נישט רופן בשם ״ישיבה״ וכך הוה, דאס איז דעם באקאנטן ״מדרשה החסידית אין ביתר עילית וואס ווערט אנגעפירט דורך ר׳ מנחם בומבך, ווי מען קען אריינגיין ביי די דרייצען יאר און ארויסקומען ביי די אכצען, וואס איז דער איינציגסטע געהעריגע חסידישע ישיבה תיכונית וואס איך ווייס פון, (אין בארא פארק איז דא איינס צוויי ישיבות ווי מען לערנט אביסל לימודי חול) ווי אחוץ גמרא לערנט מען תנ"ך, הלכה, סוגיות בפרשיות השבוע, סוגיות יסוד במחשבת ישראל ועיון בתורת ובתולדות החסידות, בנוסף צו לימודי חול, הלוואי זאל שוין קומען די טאג וואס אזעלכע ישיבות זאלן נתרבה ווערן איבראל לצורך הזמן והשעה בהסכמת גדולי ישראל, ביי ישיבות קטנות סיי גדולות, און ניין עס זאל נישט הייסן א שוואכע ישיבה נאר א ישיבה של תורה ומדע עם דרך ארץ, און זאל דער עילוי וואס נפשו חשקה רק התורה בלייבען ווי ער איז אין ישיבות אלכסנדר צו ביי רבי מרדכי בעק צו אין בריסק און שלום על ישראל.



Sent from my iPhone using Tapatalk


Sent from my iPhone using Tapatalk

חוקר ודורש » פרייטאג מאי 22, 2020 7:24 pm

· #449391
ישיבות נהרדעא איז א פאגאנגענהייט! הרב גיפס וועט נישט צוריק עפענען דעם ישיבה, נאר וועט דינען אלץ ראש ישיבה אין די נייע ישיבה גדולה ״מבקשי תורה״ וואס איז א המשך צו ת״ת מבקשי השם און ישיבה קטנה מבקשי תורה, וואס זענען אונטער די הדרכה און השפעה פון הרב משה וואלפסאן מיט קאסובער רבי שליט״א, וואס הרב גיפס איז נאנט מיט ביידע פון זיי.
איך שטעל מיר פאר אז ער וועט זיך נישט דארפען ספארעווען מיט אננעמען בחורים און גיין נאך געלט פארן ישיבה, וואס די צוויי זאכען גוטע בחורים מיט געלט האבן גורם געווען דאס פארשליסונג פון ישיבת נהרדעא.
איך וואונטש הרב יצחק זלמן גיפס אסאך הצלחה אויף זיין נייעם פאזיציע, להגדיל תורה ויראה ומדע!
📎 FDF386EE-1ED8-455C-8AF9-D7ED7B6A285E.jpeg