☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה

דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #400

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 4:58 pm

· #5036
דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה
אזוי גרייטענגדיג זיך צום אטפארלאפענען פסח האב איך געבלעטערט אביסעל אין פרשת בא, איז מיר אינטערגעקומען זייער א אינטערעסאנטע שטיקעל העמק דבר פונעם נצי"ב איך צוטיר דא זיין לשון אויפען פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים (בא י"ב –ב)

"וכלל גדול הוא, שבאותו יום שנברא אותו דבר מסוגל זה היום גם לדורות להתחזק יותר, ומזה הטעם טבע האש במוצש"ק רותחת יותר משום שאז נברא וכ"כ הרשב"א בשו"ת סי' תי"ג" עכ"ל.

וואס עס מיר אינטעראסאנט איז סיי דער עצם כלל וואס ער לייגט אראפ אז אינעם טאג פון די בריאה איז דער נברא שטערקער, אין צווייטענס וואס ער שרייבט אז דאס איז די סיבה פארוואס פייער איז שטערקער מוצש"ק קוקט אויס אז דאס איז א דבר פשוט וואס יעדער ווייסט, דוכט זיך מיר אז איך האב נאך קיינמאל פון דעם נישט געהערט, אויב איינער האט עפעס מער מראה מקומות אויף דעם, אשמח מאוד.

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:19 pm

· #5040
Re: דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה
[ציטאט אראפגענומען]

פון זיין לשון קוקט אויס אז דער מזל פון די נברא איז זייער שטארק יענעם טאג, כאפ א בליק <a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1376&st=&pgnum=173">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=173</a>
דרך אגב עס קוקט אויס וואו זייער א אינטערעסאנטע תשובה, איך מיין אז עס לוינט זיך דורך צו לערנען דעם גאנצען תשובה.

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 11:01 pm

· #5118
Re: דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה
שכוח חד גדיא נאט אייך א לייק א גוט שטיקעל דאס!

משה געציל » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:10 am

· #5179
Re: דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה
[ציטאט אראפגענומען]

לכאו' דארף אזוי צוזיין יעדען פרייטאג ווייל דעמאלטס איז דער מין האדם באשאפען געווארען, פונקט אזוי וואו דער פייערס כח איז שטארק מוצ"ש ווייל דעמאלטס איז דער מין האש באשאפען געווארען.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יולי 23, 2012 9:14 am

· #27340
משה געציל
[ציטאט אראפגענומען]

לכאו' דארף אזוי צוזיין יעדען פרייטאג ווייל דעמאלטס איז דער מין האדם באשאפען געווארען, פונקט אזוי וואו דער פייערס כח איז שטארק מוצ"ש ווייל דעמאלטס איז דער מין האש באשאפען געווארען.

אולי משום הא נקבע הזמן לפרות ולרבות בלילה שאחר יום הבריאה.

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יולי 23, 2012 10:28 am

· #27357
א געבורטסטאג איז באקאנט אלס א טאג וואס מ'קען זיך אויסבעטן, ס'שטייט דאך 'ה' אמר אלי בני אתה אני היום ילדתיך' און די קומענדיגע פסוק שטייט ווייטער 'שאל ממנו ואתנה'.

מי אני » דינסטאג אפריל 23, 2019 10:22 am

· #428896
Re: דער כח פונעם נברא אינעם טאג פון זיין בריאה
באותו ענין, אין שו״ת להורות נתן (ח״ט סימן ה) זאגט ער אז מאכן א מסיבת מרעים ביום הולדת האט נישט אזא שטארקע מקור, ענדערש זאל מען מאכן א חשבון הנפש ע״ש.


Sent from my iPhone using Tapatalk