☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הונט

ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הונט

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3996

בדחן » מיטוואך יוני 5, 2013 12:32 pm

· #121669
ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הונט
ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט הינט, איך רעדט פון געהעריגע הינטליך,

וופיל מאכט זיך אז איר גייט צו א דאקטער אפיס אדער באדי שאפ, א שאפיניג סענטער אדער א ביזנעס אפויטמענט, א אפיס פארברענג אדער סתם א שפאציר אין גאס, און איר דערזעט זיך און א דילעמע, איר האט א פריינטליך הונט - אדער נישט אזא פריינטליכע הונט - זיך דרייען אינטער די פיס, איר ווערט דערשראקען, איר ווייסט נישט ווי אזוי צו עקטן, אין איר ווערט צו שאנד און צו שפאט לעיני כל העמים,

איך האב איינגעפירט אז איך זאג אז איך האב א אלערדשי צו הינט, סאו איך דריי מיר ארויס פינעם פראבלעם, אבער למעשה איז עס א טאפיק וואס פאר די וואס דרייען זיך אין די גאסן קען עס צומאל זיין זייער וויכטיג,

צוריק צו די פראגע, ווי אזוי גייט מען זיך אום מיט הינט?

זר זהב » מיטוואך יוני 5, 2013 12:35 pm

· #121670
מורא'דיגע טאפיק! פונקט נעכטן האבעך געהאט שרעקליכע בושות, א הונט האט געבילט אויף מיר און איך האב נישט געהאט וואס צו זאגן.

קינות גירושין » מיטוואך יוני 5, 2013 12:41 pm

· #121675
גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2013 12:42 pm

· #121680
קינות, לאמיר עפענען אויף לי ביי ראדני א נייע ארגאניזאציע:
"טעראפי פאר הונט מורא-האבער"!

בעל הבית » מיטוואך יוני 5, 2013 12:46 pm

· #121684
זייער א וויכטיגע נושא נעכטן רעדט איך מיט א גוי אופן גאס אין א גוישע געגנט פלוצלונג קומט א פיצי הינטל איך לויף נאך אלץ עס איז געווען ביזו בזיונת

outspoken » מיטוואך יוני 5, 2013 1:35 pm

· #121726
כ'דריי מיר אסאך לעבען זיי, כ'שעם זיך אפשר צוזאגן אז כ'האב זיי ליב באקומען, אבער די קעצעלעך איז דאך נישט אויסצוהאלטן.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 5, 2013 2:05 pm

· #121749
קינות גירושין
גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

קינות: אז דו שרייבסט שוין וועגן הונט (די פיר פיסיגע) און וועגן קמיעות, זאג איבער דעים מאמר ריכטיג. ווען כ'בין געוועין א קליין יונגל, און מורא געהאט פון די כלבים, האט מיין מומע (ע"ה) מיך אויסגעלערנט צו זאגן דאס פאלגענדע. והנה: הונט הונט, דו ביסט עשיו'ס הונט. איך בין יעקב'ס קינד. אז דו וועסט מיך בייסן, וועל איך דיך צורייסן...! נאר נישט אלעמאל האט עס געהאלפן. מסתמא ווייל די הונט האבן נישט פארשטאנען אידיש און לשה"ק.

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 5, 2013 2:08 pm

· #121753
שמעקעדיג
קינות, לאמיר עפענען אויף לי ביי ראדני א נייע ארגאניזאציע:
"טעראפי פאר הונט מורא-האבער"!

וואו? ביי 82 ליע. אדער אקעיגן איבער ביי די טאארעס קלינער?

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך יוני 5, 2013 2:25 pm

· #121769
berlbalaguleh
קינות גירושין
גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

קינות: אז דו שרייבסט שוין וועגן הונט (די פיר פיסיגע) און וועגן קמיעות, זאג איבער דעים מאמר ריכטיג. ווען כ'בין געוועין א קליין יונגל, און מורא געהאט פון די כלבים, האט מיין מומע (ע"ה) מיך אויסגעלערנט צו זאגן דאס פאלגענדע. והנה: הונט הונט, דו ביסט עשיו'ס הונט. איך בין יעקב'ס קינד. אז דו וועסט מיך בייסן, וועל איך דיך צורייסן...! נאר נישט אלעמאל האט עס געהאלפן. מסתמא ווייל די הונט האבן נישט פארשטאנען אידיש און לשה"ק.

די גאנצע פחד פון הונט איז אין דיין קאפ. עס איז עכט נישטא וואס מורא צו האבן, ווייל זיי בייסן כמעט קיינמאל נישט. דיין מומע עליה השלום איז כשר גערעכט געווען, זאל זי זיין א גוטע בעטערקע. מיט אביסלע אמונה אין די מסורה פון אן אלטע באבע/מומע אז די לחש איז ווירקזאם, וועסטו דאך זיין ראויג, פאלט שוין אוועק די פראבלעם.

קינות גירושין » מיטוואך יוני 5, 2013 2:26 pm

· #121774
ווען איך גיי נאר אמאל אריין אין די עיר הנידחת ווילי באגעגען איך זיך מיך הונט נישטא נאך א געגנט אין די וועלט (אפשר פאקיסטאן) ווי סאיז דא אזויפיל הונט וואס ציען ארויף אויף זיך א ביטערע שמייכעל ווי גלייך זיי ווילען העלפען אנדערע אידען, ווען אין די זעלבע צייט בייסען זי דיך מיט זייער מויל מיט די גרעסטע מאס רשעות, הארגענען מענטשען מיט די מויל בילען און שרייען אין די גאסען אין לויפען נאך מענטשען וכו׳

סמוז זיין אז זיי זענען מזרע עמלק(קרעדיט:רביה״ק זי״ע)

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2013 2:32 pm

· #121782
קינות, דא רעדט מען מען פון הונטן וועלכע קומען פון עשו, נישט יעקב'ס קינדער... 🤓

קינות גירושין » מיטוואך יוני 5, 2013 2:44 pm

· #121804
זה שאמרתי זיי זענען אייניקלעך פון עמלק שהוא בן בנו של אותו רשע
לשיטתי (עפ״י יסוד המובא בספרה״ק ויואל משה, דאפשר שנתחלף הנשמה לפי המעשים) זענען זיי נישט מזרע ישראל

למדן » מיטוואך יוני 5, 2013 2:51 pm

· #121811
איז דא הונט אויף די גאס וואס זענען יא דירעקט שעדליך? אלס יונג בחור האב איך באגעגענט דריי גרויסע הונט אין א קליין שטעטל אקראסס די סט. זיי האבן כסדר געוואלט אריבער קומען שארפנדיג די ציין און דער בעלבאס האט זיי געהאלטן אין איין צוריקרופן, כ'האב מיך שוין געזען ווי א גל של עצמות...

קינות גירושין » מיטוואך יוני 5, 2013 3:01 pm

· #121824
גווענליך די וואס האבען א באלאבאס זענען נישט שעדליך די פראבלעם מיט די הונטען פון ווילי זיי האבן נישט קיין באס
איש כל הישר בעניו יעשה

יואב » מיטוואך יוני 5, 2013 4:45 pm

· #121920
צומאל זעהט מען א יונגאטש, ווען נישט די הערוישע באביפינס וואלט זיך זיין אזוי אויך בדיעבד'דיגן קאפל געשייד פונעם טשופיקע, און ער וואלט ר"ל אויסגעקוקט
ווי די בני עשו שיין גערעדט.
דער טיפישן ריאקציע פון אנ"ש איז זיך צו שושקענען....... זאג נאר, איז דאס א היימישער שגץ, אדער א מאדערנער ?
איז אזוי, אויב עפענט ער זיך אויף דאס מויל, הערט איר דאך באלד זיין גרעמער און זיין אקצענט, און אזוי דעקט איר אייער נייגער בדרך כבוד.
אויב אבער באשליסט ער איינצונעמען א שטיל שווייגעניש, בלייבט די קשיא שווער.

האב איך געהערט אמאל אן עצה קלה ונקיה וויאזוי צו לעזן אזא דילעמע.
אויב טאנצט ער אוועק פונעם הונט'ל, דאן איז א סימן בדמזיק עסקינן, ער איז א "היימישער"; אויב נישט, איז א סימן בדניזק עסקינן, ער איז פשוט געבוירן געווארן מאדערן.

טעפל » מיטוואך יוני 5, 2013 5:41 pm

· #121968
אלץ קינד האב איך אלעמאהל מורא געהאט פון הונט, אבער וואוינענדיג אזויפיל יאר מיט זיי, און היינט וואס איך דאר פראטעקטען מיינע קינדער, האב איך זיך שוין אויסגעלערענט, ס'געשעהט גארנישט און אויב קומט דאס הונט אקעגן דיר מאכט מען אזוי מיט א קעצל לוי איהם אקעגן כאפט ער פליטתנו! נישט קיין חילוק ווי גרויס ער איז, שוין פראבירט כמה פעמים.

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 6:45 pm

· #121997
אה, מיין חלום איז צו קענען האלטן אינדערהיים א הערליכע ווייסע הינט מיט א לאנגע ווייכע וויידל. מיין ווייב טענה'ט אבער אז עס איז אדער זי אדער די הונט, און איך האלט אינמיטן מחליט זיין וואס צו באשליסן. אויף אזויפיל פרוביר איך יא צו פועל'ן זי זאל איינגיין אויף א קליינע קעצעלע.
הינט און קעץ זענען דאך אזעלכע וואונדערליכע באשעפענישן, ממש א מתנה פון גאט. מען דארף נאר זיין גוט צו זיי, און זיי טריעטן דיך הערליך, זיי זענען געטריי, הארכזאם, פאלגזאם. וואס נאך דארף מען? איך בין שוין אזוי נמאס פון לעבן מיט דאס מענטשליך באשעפעניש.

יואב » מיטוואך יוני 5, 2013 6:51 pm

· #122000
יאיר

וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

קאווע טרינקער » מיטוואך יוני 5, 2013 7:22 pm

· #122008
יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...

יידל » מיטוואך יוני 5, 2013 9:28 pm

· #122073
יואב

וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה. 😮

berlbalaguleh » מיטוואך יוני 5, 2013 10:05 pm

· #122082
יידל
יואב

וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה. 😮

וגם דר עם אשה לא יהודייה, וגם מגדל כלב (הולך על ארבע) בבית וגם....אוכל נבילה וטריפה וגם שרצים (פירות ים, כלשון החילונים, דרי ארץ ישראל(. וגם שותה יין נסך. וכו' וכו'

קינות גירושין » מיטוואך יוני 5, 2013 10:21 pm

· #122085
אין א״י איז דא גאנצעטע געזעצן וועלכע הונט ממעג מגדל זיין און וועלכע נישט
סגייט אלעס עפ״י תקנות חז״ל

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יוני 5, 2013 11:16 pm

· #122099
אין אגרות משה איז דא א תשובה צו א בלינדער מעג אריינגיין מיט זיין קוק-הונט אין א בית המדרש.

דאכט זיך מיר ער האט דארט א שמועס סתם אזוי איבער דעם ענין פון מגדל זיין א כלב בתוך ביתו.

---
יאיר, איך פארשטיי דיין רביצין, זי האט מורא אז די הונטל וועט זיך באקוועם מאכן אין שטוב, אין די עול פון ארומגיין אפאר מאל א טאג כאפן א שפאציר מיטן הינטל גייט בלייבן אויף איר אחריות, אין די חלק פון זיך שפילן מיטן הונטל גייסטו האבן. זאג איר צו אז חלק כחלק גייסטו האבן אין דעם אחריות פון ארויסנעמען דעם הונטל אויפן גאס, כדי ער זאל קענען מקיים זיין דעם מאמר חז"ל ככלב השב אל קיאו.

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2013 11:31 pm

· #122105
קאווע טרינקער
יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...

המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 11:34 pm

· #122108
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...

המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?

יא, איך גיי פאר עס. א צוקערדיגע פעראט, א בא'חנ'טע רעביט, ווער דארף קינדער וואס קענען מאלעסטעט ווערן און אראפגיין פון וועג? איך מיין אז די ווידערווילן וואס דער עולם צייגט פאר פעטס ווייזט אויף די אלגעמיינע פרעמדקייט וואס דער חסידישער עולם האט צו גאט'ס בריאה.

זר זהב » מיטוואך יוני 5, 2013 11:40 pm

· #122111

טשולענט » מיטוואך יוני 5, 2013 11:49 pm

· #122120
יאיר
אה, מיין חלום איז צו קענען האלטן אינדערהיים א הערליכע ווייסע הינט מיט א לאנגע ווייכע וויידל. מיין ווייב טענה'ט אבער אז עס איז אדער זי אדער די הונט, און איך האלט אינמיטן מחליט זיין וואס צו באשליסן. .

האלטסט אימיטן מחליט זיין וואס צו מחליט זיין, אהא.

טעפל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:23 am

· #122288
שמעקעדיג
קאווע טרינקער
יאללה.... א נייע ארגאנעזאציע חסידים-פאר-הונט...

המממ.. צו שארף. לאמיר אנהויבן מיט "חסידים פאר פעטס" (נישט פעטש). וואס איז ראנג מיט א קליין זיסע COZY האזעלע?

איך האב אפאר חברים מיט האזעלעך אינדערהיים, איינער האט מיר געוואלט אוועקגעבען איינס, מיין ב"ב האט מיר משכנע געוועהן אז אונז זענען אסאך נישט אינדערהיים און מ'וועט נישט קענען נארמאל מטפל זיין מיט דעם, שוין געבליבען אזוי..

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:42 pm

· #122315
אבער די וואס האבען פיינט די פיל קינדער ענווייערמענט וועלן זיין נאך מער אויפגערעגט אויף די האזלן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:04 pm

· #122323
פארוואס? די האזלען זענען נישט קיין מחוצפים. זיי בלייבן אלץ קיוט, אזוי ווי די זיסע בעביס, און זיי וויינען ניטעמאל ביינאכט.

(אוי לדור שכך עלתה בימיו, מען האט מער ליב PETS ווי די אייגענע קינדער...)

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:06 pm

· #122324
זענען דאך די פרומע גערעכט.

יואב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:48 pm

· #122557
יידל
יואב

וכדברי אותו חכם. The more i see people, The more i like dogs (אדמו'ר מסעוויטשנעשאן שליט"א)

וי לי לאותו דור, שאימרה כה מחכימה מתאמרה משמיה דמיכאל שבת, בו בעת שכבר אמרו אותו גדולי הראשונים. אוי לאותו בושה אוי לאות כלימה. 😮

הא לן והא להו. די קליינקעפיגע מאטאריסטן וועלעכע פלעגן צוהערן מכאל'ן, זאגן דאס נאך בשמו, מ'שטיינס געזאגט אויף זיין איגו קען איך נישט ארבעטן.
אז ער האט דאס נישט נאכגעזאגט בשם טוועין, האב איך בשוגג געברענגט א פאלשן גאולה אויפן וועלט. והוא רחום יכפר.

און וואס זאל איך טוהן אז ביי אונזערע ביכער ציטירט מען מארק טוועין נאר זיין שטיקל וואו ער לויבט אויס כלל ישראל? 😛

יידל, דו זעהסט דאך אז דער מר. סקעפטיק שרייבט אז הגם מ'קרעדיטירט מארק טוועין דערויף, איז דאס נישט זיין אייגענס עס וועל.
סאו איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב מיין זוהן וועט מיר דאס נאכזאגן בשם אותו חכם "יידל".

צום שלוס וויל איך אנמערקן צוויי נקודות.
איינס, אמת מארץ תצמח. ס'איז געוועזן אמת 2000 יאר צוריק, ס'איז געוועזן אמת 100-200 יאר צוריק, און ס'איז אמת יעצט.
"מענטשן מאכן דאס לעבן קראכן", אזש ס'ברענגט ליבע צו די פיר פיסיגע.

צווייטנס איז אזוי. טאמער ביזטו מר. סקעפטיק אויף יאההא ענסערס, און עס מאכט טאקע שטארק סענס, דאן האבן מיר אנדעקט פרישע סחורה על אותו חכם יידל. שכח פאר דעם.
אויב נישט, וויל איך וויסן וויאזוי ס'ארבייט ביי דיר. מאכסט חיפוש איבער א פראז, ווערסט געוואר די רוזעלטאטן, און קומסט קלאגן אויפן דור דא הארט דערנאך?

קינות גירושין » דאנערשטאג יוני 6, 2013 7:05 pm

· #122561
אויב נישט, וויל איך וויסן וויאזוי ס'ארבייט ביי דיר. מאכסט חיפוש איבער א פראז, ווערסט געוואר די רוזעלטאטן, און קומסט קלאגן אויפן דור דא הארט דערנאך???

איציק » מאנטאג יוני 10, 2013 5:43 am

· #123504
זר זהב
מורא'דיגע טאפיק! פונקט נעכטן האבעך געהאט שרעקליכע בושות, א הונט האט געבילט אויף מיר און איך האב נישט געהאט וואס צו זאגן.

נעמט עס נישט פערזענליך. מיר מאכן דאס מיט מעשים בכל יום...
דער הונט בילט און די באן פארט ווייטער!

איציק » מאנטאג יוני 10, 2013 6:04 am

· #123505
קינות גירושין
גיי פאר טערעפי!
לא יאומן כי יסופר סדרייען זיך ארום ערוואקסענע מענטשען און לויעפן אוועק פון א פרידליכע באשעפעניש
כידוע זענען די הינט מורעדיגע פיינע איבערגעבענע פאר זייערע בעלבתים
כלב איז די ווארט ״כל לב״
סאיז נישט א נארמעלע זאך מורא צו האבען א הונט
אמאליגע צייטען פלעגט מען שרייבען אויף א קמיע ״הינט הינט די בוזט עשו׳ס קינד וכו׳״

מ'דארף נאכנישט גיין אויף טעראפי, און ס'איז אויסדרוקליך יא א נארמאלע זאך אז א מענטש וואס איז נישט אויפגעוואקסן ארום הונט האט מורא פון זיי.

ביי אונז פלעג מען זאגן דעם פסוק: ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו.

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 10, 2013 11:42 am

· #123580
ס'איז נאר דא איין פראבלעם. נישט אייביג פארשטייט דער הונט לשה"ק.

איציק » מאנטאג יוני 10, 2013 2:37 pm

· #123650
און צומאל לאזט דער הונט נישט זאגן א פסוק, כידוע די מעשה (מיט'ן הייליגער מלבי"ם דאכצעך).