☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » רבי חיים מערץ שליט"א ארויס בזוי ומבוזה

רבי חיים מערץ שליט"א ארויס בזוי ומבוזה

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3984

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 1:33 pm

· #121277
רבי חיים מערץ שליט"א ארויס בזוי ומבוזה
איך שרייב דעם ארטיקעל מיט הארץ וויי (גלייבסט מיר נישט? כ'זאג דיר צו!!)

ליידער האט מען דעם הייליגען תולעת יעקב רבי שליט"א ה' יאריך ימיו אריין געפירט אין די טינוף אין די אש המחלוקות

ווי באקאנט האט זיך סאטמר נישט געקענט פאראיינגען איבער די אינטערנעט אסיפה האט מען באשלאסן אז מען גייט עקסטער
יעדער וועט צאם נעמען זיין ציבור אין רעדן איבער די שעדליכקייט פין די אינטערנעט.

פארשטייט זיך אליינס ס'האט אנגעצינדן א היפשע פייער אין די שטאט אבער דאס איז דער מציאות האט געפאטשעט אין פנים

רוב קהילות אין די שטאט ווי פאפא, ווישניץ, קראלי, זאלביטוב, קלויזנבורג, דינוב, סערעט יארמע, סקווירא, האבן גראד געזאגט זיי מישן זיך נישט
זיי זעהן ס'האט נישט מיט די שטאט ס'איז איז אן אינערליכע סאטמאר געשפעט וועלן זיי לאזן סאטמאר זיך ספראווען דערמיט

דא איז אבער אריין געקומען דער אש הנקמה פין רבי אביש ספינקער מיט ר' .... מערץ בן הרה"ק מתולעת יעקב שליט"א
אז זיי גיין נקמה אין האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א פארן ברעכן די אריזאנע תקנות א יאר צירוק אין סיטי פיעלד

ר' אביש ספינקער מיט די ארוינים פארטראגן זיך נישט. די ארוינים האבן אים שרעקליך פיינט ווייל ער איז קעגן די ארוינישע סארט דף היומי'ס. ר' אביש האלט מער פון גפ''ת בעיון עטליכע שורות א טאג גוט דורכגעאקערט.

אבער דא האבן זיך די ארוינים מיט ר' אביש ספינקער פאראייניגט אז מען גיין ארויס גיין א מלחמת חרמה קעגן האדמו"ר מהרי"י שליט"א

ר' אביש ספינקער מיט ר' .... מערץ האבן זיך אריין געווארפן האבן אנגעהויבן מיט ציין אין נעגל צי פייטן די כינוס מצד מהרי"י
מיט נער'ישע אין קינדישע טעראר מיטלען, געקאלט רבנים, סטראשן רעדנערס וכו.
ר' .... מערץ האט יעדן רב געקאלט אז מען מיינט צי מצער זיין טאטע'ן גאר, אין מען זאל זיך ח"ו נישט משתתף זיין אין אוודאי נישט רעדן ביי די כינוס פין האדמו"ר מהרי"י שליט"א

ס'האבן זיך אריין געלייגט ערנסטע רבנים חשוב'ע בעלי בתים אין זיי האבן געזאגט פאר ר' אביש ספינקער שליט"א אין פאר ר' .... מערץ
אז עטץ גייט'ס מיטן קאפ אן די וואנט מען גייט מאכן א כינוס פאר אלפים יודען הערט'ס אויף צי טערארזירן די יודען
אז עטץ ווילטס נישט מיזט נישט גיין, אבער עטץ טארט'ס נישט אונטערהאקן דעם כינוס

ליידער דער אש הנקמה האט איבער געוויאגן אין ביידע האבן זיך פארפאטשקעט ווי מען קען זעהן באשיינפערליך אויף די בילדער אז מען רעדט פין אלפים ורבבות יודען אין ס'געווען א ריכטיגער מעמד קידוש השם אין הארץ פין שטאט

רבי חיים מערץ שליט"א איז א הייליגער יוד א מורא'דיגע עובד השם אין דארף נישט מיין הסכמה
אבער ליידער האט מען געניצט זיין נאמען אן צי זייען רשעות מיט האס פאר בלינדע נקמה פארשטייט זיך אליינס אז זיין נאמען איז נישט נתעלה געווארן נעכטן

ספר תורה שרוי בצער

רוזעוולט » דינסטאג יוני 4, 2013 2:24 pm

· #121302
זר, כ'געמיינט אז דו ביסט קלוגער פון דעם
כ'ווייס אז דו מיינסט סתם ליצנות, אבער ליצנות דארף אויכעט שטימען...

זר זהב » דינסטאג יוני 4, 2013 2:27 pm

· #121303
רוזעוולט
זר, כ'געמיינט אז דו ביסט קלוגער פון דעם

אז מ'מיינט נארט מען זיך