☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » עולם הנגינה

עולם הנגינה

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #398

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:28 pm

· #5019
עולם הנגינה
ווי קען מען הערן ספירה ניגונים בחנם אנליין?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:33 pm

· #5043
Re: עולם הנגינה
איך האב געהערט פון א חשובע איד אז אויף ספירה און די דריי וואכן מעג מען הערן גוישע מוזיק וויבאלד ס'הייסט נישט קיין מוזיק.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:50 pm

· #5044
Re: עולם הנגינה
און אינמיטן זיצן שבעה?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:52 pm

· #5045
Re: עולם הנגינה
שמואל הלוי
און אינמיטן זיצן שבעה?

מן הסתם אויך, וויבאלד לויט זיין שיטה גייט גוישע מוזיק נישט אריין אין די גדר פון מוזיק ממילא מעג מען עס הערן.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:05 pm

· #5046
Re: עולם הנגינה
אפשר דערציילסטו אונז די נאמען פונעם חשוב'ן איד?

קרעקער » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:14 pm

· #5047
Re: עולם הנגינה
קימטס מיר פאר ווי די וואס פארלאזען זיך אויף א פסק פין ר' משה פיינשטייען ע"ה אז ממעג הערען זינגען עטליכע נשים צוזאמען ווייל תרי קלא לא משתמע

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:49 pm

· #5058
Re: עולם הנגינה
שמואל הלוי
אפשר דערציילסטו אונז די נאמען פונעם חשוב'ן איד?

כ'ווייס נישט צו ער וויל אז זיין נאמען זאל מפורסם ווערן אלץ דער וואס שטייט אונטער דעם פסק הלכה דערפאר קען איך נישט אנטפלעקן זיין נאמען. אבער איך פארלאז מיך אויף זיין היתר, וכוח דהיתרא עדיף.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 6:52 pm

· #5060
Re: עולם הנגינה
אז ער שעמט זיך מיט זיינע פסקים ברויכסטו זיך אויך שעמען אנצונעמען זיינע פסקים.

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:01 pm

· #5066
Re: עולם הנגינה
שמואל הלוי
אז ער שעמט זיך מיט זיינע פסקים ברויכסטו זיך אויך שעמען אנצונעמען זיינע פסקים.

מוז נישט זיין ער שעמט זיך, ער איז א צדיק נסתר פון די ל"ו צדיקים דעריבער וויל ער נישט זיין מפורסם.

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm

· #5073
Re: עולם הנגינה
ס'האט זיך אנגעפאנגען מיט א חשוב'ער איד, יעצט האלט עס שוין ביי א ל"ו צדיק...וואטס נעקסט?

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:07 pm

· #5079
Re: עולם הנגינה
קול גדול
איך האב געהערט פון א חשובע איד אז אויף ספירה און די דריי וואכן מעג מען הערן גוישע מוזיק וויבאלד ס'הייסט נישט קיין מוזיק.

ווער מיר ביטע געוואויער צו ער האלט אז ליפא וכדו' גייען אויך אריין אין די ליין פון די גויעשיע מוזיק

זר זהב » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:16 pm

· #5081
Re: עולם הנגינה
אפשר האט ער עס מתיר געווען ווייל קם לי בדרבה מיניה ?....

לאדיך אפ » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:24 pm

· #5084
Re: עולם הנגינה
ווארשיינליך האט קול גדול'ס "חשובער איד" קיינמאל נישט געהערט קיין גויאישע מוזיק און וועגן דעם זאגט ער די שטות. נעקסטע זאך וועט מיר קול גדול זאגן אז ממעג אויך הערן ליפא אין ספירה, ווייל ער מאכט דאך נאך די גויאישע סטייל, און דאס איז דאך נישט מוזיק...

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 7, 2012 10:22 pm

· #10530
אביסל חזנות צו הערן
<a class="postlink" href="http://faujsa.fau.edu/jsa/music_album.php?jsa_num=400637&queryWhere=&queryValue=400637&select=title&fetch=200&pagenum=9&return=findalbums">http://faujsa.fau.edu/jsa/music_album.p ... findalbums</a>

שרגא » דינסטאג מאי 15, 2012 5:03 pm

· #12375
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

יידל » דינסטאג מאי 15, 2012 6:49 pm

· #12420
שרגא
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?

שרגא » דינסטאג מאי 15, 2012 10:52 pm

· #12488
יידל
שרגא
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?


יא

דא קענסטו הערן דעם גאנצן ניגון פון וואס איך רעד. עס הייבט זיך אן ביי 13:40.

יואליש » זונטאג מאי 20, 2012 1:34 pm

· #13530
טאלאנט ביי שירה. שיין ספירה'דיג אידיש ניגון:

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=3puJAZg2TEU&sns=fb">http://www.youtube.com/watch?v=3puJAZg2TEU&sns=fb</a>

יידל » זונטאג מאי 20, 2012 3:23 pm

· #13570
שרגא
יידל
שרגא
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם איבערגעמאכטן "יעלילי" ניגון פון די בעסטע ספירה זינגערס, AKA PELLA? איך בין נייגעריג צו הערן פינקטליך וואס זיי זאגן דארט פאר די אשכנזים און ספרדים, אבער נישט אלעס קען איך פארשטיין. ("טאיאטא קעמרי" און "גארליק פאודער" האב איך אויפגעכאפט...)

זיי האבן ארויסגעגעבן א נייע דיסק, א-קאפעלע?


יא

דא קענסטו הערן דעם גאנצן ניגון פון וואס איך רעד. עס הייבט זיך אן ביי 13:40.

Jewish star - אשכנזי,
כוכב נולד - ספרדי

Country Yossi - אשכנזי
עזרא עזרא (?) - ספרדי

Marlboro reds- אשכנזי
smokinghookah - ספרדי

Toyota Camry - אשכנזי
Maserati

פזמון...

חמין וז'חנון - ספרדי
טשולנט און קישקע - אשכנזי,

געפילטע פיש און יאפטשיק - אשכנזי
????לח

ווארט לחיים - אשכנזי
????פארטי - ספרדי


???? - אשכנזי
???? - ספרדי

פזמון...

Winter in Miami - אשכנזי
summer in New Jersey - ספרדי

לעיקוואוד, מאנסי - אשכנזי
Ocean parkway - ספרדי

??? - אשכנזי
??? - ספרדי

garlic powder - אשכנזי
??? זעתר - ספרדי

חזק וברוך - ספרדי
שכויעך ר' נח - אשכנזי

Boring last names
כ"ץ, גאלדבערג, ווייס - אשכנזי
exciting last names - ספרדי

????
????

this cd is mamish crazy, ניט שייך, איזה ויי ויי

???? - ספרדי
זיי געזונט catch you later - אשכנזי

שרגא » דינסטאג מאי 22, 2012 10:18 pm

· #14337
א דאנק אייך, ר' יידל פאר די טירחא. האסט מיר טאקע פארענטפערט עטליכע וואס כ'האב נישט געכאפט.
אין קעיס האסט נישט געכאפט אדער סתם אויסגעלאזט, זאגט די כאר נאך "מאסעראטי, אוי ספרדי": העי העי, דעטס אנלי דע סיריענס...
אויך ביים סוף מאכט ער א ניס און זיי זאגן "געזונטהייט" מיט נאך עפעס א שמועס דארט.

ציבעלע-קיגל » זונטאג אוגוסט 5, 2012 6:23 pm

· #31839
זינג עס אליין

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:38 am

· #39373
קרעקער
קימטס מיר פאר ווי די וואס פארלאזען זיך אויף א פסק פין ר' משה פיינשטייען ע"ה אז ממעג הערען זינגען עטליכע נשים צוזאמען ווייל תרי קלא לא משתמע



א איד האט אמאל געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז קול באשה ערוה? מאך א חשבון: אין דבר שבערוה פחות משנים, ותרי קלא לא משתמע?

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 9:46 am

· #39394
מורינו הרב, דו דארפסט א ענטפער אדער האסט פשוט געזוכט וואס צו שרייבן? אז דו ברענגסט ארויף אזעלכע אלטע ארטיקלן פון קעלער מיין איך אז דו מעגסט שרייבן מער ווי איין שורה.....

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:28 pm

· #40085
און אז מ'שרייבט שוין דערוועגן, האט איינער אמאל געהערט פון דעם הלכה אדער מנהג אז אויב א פרוי/מיידל שפילט אויף א קיבאורד איז עס בגדר קול באשה?
איך ווייס עטליכע משפחות וואס זענען זיך נוהג לחומרא, און ס'איז שטרענג פארבאטן.
אין עטליכע ספרים האב איך געזעהן אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם (כ'מיין "נטעי גבריאל" איז איינע פון זיי)

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 1:38 pm

· #175064
איינער ווייסט אפשר ווער עס איז גוט פאר א קווייער פאר א שבת שבע ברכות וכדו '? סתם בין איך א חסיד פון שירה, אבער שבת דארף מען האבן א שטערקערע sound איז דא אפשר איינער וואס ספעצעלעזירט זיך אויף דעים?

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:18 pm

· #175090
שוין מיטגעהאלטען א שבת מיט שירה געוועין הערליך

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:25 pm

· #175092
א דאנק,
וויפיל חברה זענען געווען?

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 9, 2014 5:27 pm

· #175094
סארי עס איז געוועין המזמרים זיי האבען געהאט 4 אדער 5 איך געדעינק נישט פונקטליך