☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אדמור מסאטמאר מהרי''י פאררופט א מעמד ''תקנה לדורות'' אין ק"י

אדמור מסאטמאר מהרי''י פאררופט א מעמד ''תקנה לדורות'' אין ק"י

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3974

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 11:06 pm

· #120984
אדמור מסאטמאר מהרי''י פאררופט א מעמד ''תקנה לדורות'' אין ק"י
דעם דארנעשטאג גייט פארקומען א מעמד תקנה לדורות אין קרית יואל פאררופן דורך סאטמאר צד מוהרז''ל.

מער דעטאלן נישט באקאנט

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 11:13 pm

· #120996
דעטאלן: ס'גייט פארקומען אויפן לאט וואס איז באקאנט אלס יחזקאל בראך'ס לאט.

די שאלה איז נאר פארוואס מ'מאכט יעצט נאך איינס ווען צד הגז"ל האט שוין געמאכט איינס פאר שבועות אין מאנרא...

ניו יארק » מאנטאג יוני 3, 2013 11:20 pm

· #121005
וואס פארשטייסטו נישט? יענע איז געווען קעגען אינטערנעט, און דאס איז קעגען די ברודער...

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:24 am

· #121077
אריין אין צימעס

שרייבער » דינסטאג יוני 4, 2013 2:23 pm

· #121301
שעפטל
דעטאלן: ס'גייט פארקומען אויפן לאט וואס איז באקאנט אלס יחזקאל בראך'ס לאט.

די שאלה איז נאר פארוואס מ'מאכט יעצט נאך איינס ווען צד הגז"ל האט שוין געמאכט איינס פאר שבועות אין מאנרא...


דזשאסט אין: די כינוס אין קרית יואל גייט פארקומען אויף רחבת טעילאר.

למדן » דינסטאג יוני 4, 2013 2:52 pm

· #121316
גראדע איז העיס קאר טעילאר א גוטע פלאץ, אויב בענקלעך קענען זיך האלטן דארט...

שעפטל » דינסטאג יוני 4, 2013 7:15 pm

· #121413
📎 IMG-20130604-WA052.jpg

שרייבער » דינסטאג יוני 4, 2013 7:17 pm

· #121416
באקומט כאטש דער שפיטיווקער א דרשה? אדער האט מען מורא ס'וועט אויסקוקן אז ער איז קאמפאטישן מיט רז"ל

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 4, 2013 7:29 pm

· #121425
ענדליך טיט שוין איינער עפעס און קרית יואל, וואו איז ר' זלמן שליט''א געווען ביז איצט?

עפל סדר » דינסטאג יוני 4, 2013 7:40 pm

· #121435
שעפטל
דעטאלן: ס'גייט פארקומען אויפן לאט וואס איז באקאנט אלס יחזקאל בראך'ס לאט.

די שאלה איז נאר פארוואס מ'מאכט יעצט נאך איינס ווען צד הגז"ל האט שוין געמאכט איינס פאר שבועות אין מאנרא...


אין וויליאמסבורג האט מען שוין אויך געמאכט אפאר נאר יעצט האט מען געמאכט איין גרויסע. די זעלבע איז אין מאנרא

די שאלה איז נאר פארוואס מהר"א מאכט נישט איינס אין מאנרא?

די תירוץ איז יענע (אין וויליאמסבורג) איז געווען קעגען די ברודער... אבער קעגען די אינטערנעט פעלט נישט אויס...{ווייל ביי אונז איז נישטא קיין אינטערנעט}

קאך_לעפל » דינסטאג יוני 4, 2013 7:44 pm

· #121438
די קישא איז: יעדער ווייסט אז קרית יואל האט א מרא דאתרא הרה''ג רעב יואליש מארגענשטערן שליט''א,
וכאן הבן שואל, פארוואס דארף מען מטריח זיין דעם טשיף ראביי פון דער ווילי, הגאון הגדול רבי זלמן שליט''א, זאל קימען קיין קרית יואל אויסצורייסען דעם אונטערנעט,
מיר האבן דאך דא א לאקאלען ראבינער, רעב יואליש שליט''א, פארוואס טיט ער גארנישט אויסצורייסען דעם אונטערנעט! ממש א חידוש דלית נגר ובר נגר דלפרקניה!

שרייבער » דינסטאג יוני 4, 2013 8:11 pm

· #121464
ווען מען האלט אין איין רעדן פעלט נישט אויס צו מאכן קיין כינוסים יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, פאר א יאר איז ארויסגעקומען א קונטרס לב אחד, דרשות וואס מהר"א האט גערעדט בנוגע אינטערנעט, איך מיין דארט איז דא מער דרשות ווי רז"ל האט גערעדט זייט ער פאררופט זיך סאטמארע רבי

blauvelt » דינסטאג יוני 4, 2013 8:12 pm

· #121465
So why did maru make in willy.........ahhaa

שרייבער » דינסטאג יוני 4, 2013 8:18 pm

· #121468
מען האט שוין גערעדט דא דערפון עטליכע מאל, מהר"א האט נישט געמאכט קיין כינוס, היות מען האט פאררופן א כינוס אין ווילי און מען האט געוואלט אויסשליסן א קהלה, האט מען אליין געמאכט א כינוס

קיינער לייקנט נישט, דער צורך פאר א כינוס קעגן אינטערנעט די וואך איז געווען זילטש, אבער אז מען האט שוין געמאכט אוודאי האט מען עס אויסגענוצט צום גוטן

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 4, 2013 8:40 pm

· #121475
א) סאטמאר מהר"א רעדט צו זיינע חסידים צענדליגע מאל א יאר ברוב עם איבער די תקנות פון אינטערנעט. ביי א פשוטע דינער פאר די מוסדות בקרית יואל קומט כל הקהל קודש. דארט איז ער משמיע דברי מוסר וועגן אינטערנעט א.ד.ג. עס טוט אויף עני טיים ווי ער וואלט געמאכט די פראפעגאנדע וואס הגז"ל קלייבט זיך דא צו טוען.
ב) אין קרית יואל האט דער רבי געמאכט א תקנה אז א קינד וואס די עלטערן האבן א קאמפיטער אין שטוב קענען נישט לערנען אין די מוסדות. געוויסע עלטערן האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן און זיי האבן טאקע געשיקט די קינדער צו הגז"ל אין די מוסדות ממילא דארף ער יעצט קומען ראטעווען זיינע מענטשען. עס איז צום האפן ער וועט אויפטוען. מיר ווינטשען אים אסאך הצלחה.

שעפטל » דינסטאג יוני 4, 2013 9:03 pm

· #121476
איינער צו קאנפירמען?

סדר המעמד בק"י:
מנחה: הרב ישכר בעריש לויפער שליט"א
תהילים: כ"ק הגה"צ אב"ד ור"מ טשאטה שליט"א
יושב ראש: הרה"ח ראש מערכת ישראל ר' אלעזר אלימלך שטערן שליט"א
דבר ה': כ"ק הגה"צ מרן גאב"ד שארמאש שליט"א
קאפיטל ק"ל: הגה"צ דומ"ץ וראה"כ ויוא"מ ד'סאטמאר שליט"א
משא המעמד: כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
דברי נעילה: כ"ק מרן אדמו"ר מקאשוי שליט"א
קבלת עומ"ש: כ"ק הרה"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א

שמעקעדיג » מיטוואך יוני 5, 2013 1:08 pm

· #121703
וואס ווילסטע קאנפירמען? אויב ר' אלעזר אלימלך שטערן איז טאקע ראש מערכת ישראל?

אלענפאלס, עס קוקט אויס א גרויסע דזשאוק. טשאטה'ער רב תהלים? וואו קומט הודו צו כוש?...

שעפטל » מיטוואך יוני 5, 2013 11:22 pm

· #122102
דרשות נאר ביי אינדרויסענדיגע

יושב ראש: ר' נחום שמשון מאיער
פתיחה: ר' אהרן שמואל פאדווא
דרשות: ר' טודרוס זילבער אב"ד יאוואזשנע און הגז"ל

זר זהב » מיטוואך יוני 5, 2013 11:31 pm

· #122104
סדר המעמד תקנה לדורות בעיר קרית יואל.

מנחה: 7:00

יושב ראש: הרב ר' נחום שמשון מאיער

פתיחה: הרה"ג ר' אהרן שמואל פדווא שליט"א, מו"ץ וראה"כ סאטמאר בארא פארק

דרשה: כ"ק הגה"צ אב"ד יאוואזשנע שליט"א

משא המעמד: כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א


אינפאו וועגן די משומר פילטער: פון אן עקספערט.

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:28 am

· #122290
פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן!!!

YetevLevKy: Change in area!! The Mamed T'Kuna L'Doiras will be in the Hall of the Talmid Torah Binyen Goldberger. Will start 7:00 Sharp!!

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:42 am

· #122293
שעפטל
פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן!!!

YetevLevKy: Change in area!! The Mamed T'Kuna L'Doiras will be in the Hall of the Talmid Torah Binyen Goldberger. Will start 7:00 Sharp!!


דאס איז לכאורה צוליב די וועטער, זיי זאגן פאר א שלאקס רעגן, ביינאכט

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:43 am

· #122294
דאס איז צוליב רעגן. שעפטעל ווילסט ווערן זלמן זאפיר נומער 2? סברענגט נישט רעספעקט. זיי נארמאל

השמים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:01 pm

· #122298
וואס א נפק"מ וואס די סיבה איז, למעשה איז די תכלית געווען איבערצודרייען די שטאט זיך צו רייצן און ווייזן בעלות, בזכותו ובכוחו של אותו זקן וועט דאס אצינד ב"ה נישט צושטאנד קומען.

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:13 pm

· #122304
האק נישט אין קאפ! זינטאג אין וויליאמסבורג האט אויך געהייסן רעגן און מ'האט נישט געטוישט. אזוי אויך האב איך שוין דינסטאג געזעהן אז זיי זאגן פאר רעגן אויף היינט און כ'גלייב אז זיי האבן עס אויך געזעהן, נאר וואס דען? מ'דארף איבערדרייען קרית יואל זאל עס אפילו זיין מיט מעיל'ס און שירעמעס...

נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן אז בני יואל לעת עתה שטעלן זיך נישט צו און אזוי אויך ס'האט נישט ארויסגעברענגט קיין בייז בלוט ביי די קרית יואל'ע פירער'ס, (פארגעס נישט, ניטאמאל קיין קאנדידאט צו די נעכטיגע ווילעדזש וואלן האבן זיי נישט ארויסגעשטעלט) נא פארוואס זאל מען נעמען א טשאנס פאר זיך אויסטוהן נאקעט ברחובה של עיר, האט מען געמאכט א קריטיש וויכטיגע טויש און לאמיר זיך איינשפארן אינדאור אינדרויסן פון שטאט...

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:24 pm

· #122308
קוק אויף weather.com זיי זאגן פאר א 90% טשענס פערסיפיטעישן,

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:28 pm

· #122309
זאגט מיר יעצט א זאלי (אזוי ווי זר'ל... עכט אינטערסירט עס אים אויך גארנישט...) אז די סיבה פארן טוישן פלאץ אין ק"י איז ווייל הרב פאדווא פון לאנדאן האט גערופן זיין זוהן ווארענען ער זאל נישט רעדן חוץ אויב ס'איז א פרייוועט מסיבה אין א זאל.

יצמחפרקני » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:39 pm

· #122313
שעפטל
זאגט מיר יעצט א זאלי (אזוי ווי זר'ל... עכט אינטערסירט עס אים אויך גארנישט...) אז די סיבה פארן טוישן פלאץ אין ק"י איז ווייל הרב פאדווא פון לאנדאן האט גערופן זיין זוהן ווארענען ער זאל נישט רעדן חוץ אויב ס'איז א פרייוועט מסיבה אין א זאל.


אינטערעסאנט! ר' אברהם פריעדמאן פון די צייטונג האט יא געלאזט זיין זון רעדן פאריגן זונטאג אינעם יוניאן לאט.

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:44 pm

· #122316
אפגעפרעגט! אלבערט ווס. לאנדאנע רב...

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:59 pm

· #122388
דאס גייט זיין א היסטארישע כינוס, עס איז די ערשטע מאל זייט מען מאכט די כינוסים וואס מען מאכט א כינוס נישט תחת כיפות השמים..!

(קרעדיט מחותן איי וועלט)

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:02 pm

· #122391
יעצו דאס געוואלט שרייבן, היתכן מ'רוקט זיך אוועק פון די מסורה פון אבותינו ורבותינו און מ'מאכט עס נישט אויפן פרייען פעלד

אבי גערעדט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:34 pm

· #122417
די תקנה לדורות סטיל כינוסים פלעגט דער אלטער רבי אייביג וועלן מאכן אויף די גאסן אבער עס פלעגט זיך קיינמאל אויסארבייטן, סאאון מ'האט עס געדארפט מאכן אינעווייניג, זייט דעמאלטס וויל מהרז"ל אייביג מאכן די סארט כינוסים אויפן גאס אבער עס ארבעט זיך נישט אויס, ווער עס געדענקט האט די פאראיאריגע ראדני כינוס אויך געדארפט זיין אונטערן הימל אבער איז נישט צושטאנד געקומען

ווי אויך פלעגט דער אלטער רבי מאכן אייביג א כינוס, און גלייך דערנאך נאך איינס, זייט דעמאלטס טוט מהרז"ל אויך אזוי

אפשר פארקערט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:39 pm

· #122422
השמים
וואס א נפק"מ וואס די סיבה איז, למעשה איז די תכלית געווען איבערצודרייען די שטאט זיך צו רייצן און ווייזן בעלות, בזכותו ובכוחו של אותו זקן וועט דאס אצינד ב"ה נישט צושטאנד קומען.


דער גבאי פון יאוואזשנער רב זאגט אז דער רב וואלט נישט גערעדט אויף דער גאס, זיך צו רייצן.

משגיח » דאנערשטאג יוני 6, 2013 6:26 pm

· #122550
צוגעגרייטע מעמד אינעם ת"ת בילדונג
(וויפול טיקעטס האט מען שוין פארקויפט?)
📎 BMG1BUICcAA9RE2.jpg

משגיח » פרייטאג יוני 7, 2013 10:46 am

· #122769
רבבות וואס האבן זיך באטייליגט
📎 BMH_QH5CUAAJJpr.jpg

שעפטל » דינסטאג יוני 11, 2013 5:26 pm

· #124045
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=aXT9wv1AjaI&list=UUsXDvMztUBwmHs-VQevrarg&index=1">http://www.youtube.com/watch?v=aXT9wv1A ... rg&index=1</a>
<a class="postlink" href="http://youtu.be/Zdzh5TQ5YWA">http://youtu.be/Zdzh5TQ5YWA</a>

shlomyg » מיטוואך יוני 12, 2013 10:26 am

· #124286
why Taaka didn't they compete in this election?

יין שרף » דינסטאג יוני 18, 2013 6:56 pm

· #126017
שעפטל
http://www.youtube.com/watch?v=aXT9wv1AjaI&list=UUsXDvMztUBwmHs-VQevrarg&index=1

קוקט פון 18:15 ביז 18:35 יעדעס מאל איך קוק עס קאסט עס מיר א שמייכל...

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 7:15 pm

· #126024
יין שרף
שעפטל
http://www.youtube.com/watch?v=aXT9wv1AjaI&list=UUsXDvMztUBwmHs-VQevrarg&index=1

קוקט פון 18:15 ביז 18:35 יעדעס מאל איך קוק עס קאסט עס מיר א שמייכל...

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/125703">viewtopic.php?p=125703#p125703</a><!-- l -->

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:58 pm

· #126411
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זר כ'האב געזעהן דיין קליפ, דער רעדט עפעס צופיל ענגליש דארט, ניין? פשט?

למדן » מיטוואך יוני 19, 2013 6:17 pm

· #126416
ווער איז דער יושב ראש? ער קאליע'ט מער ווי דער רעדנער אליין. אולי ווייל מ' דארף רעדן פון ציונות אויב נישט מעג מען נישט
אדער קען זיין אז מען קען נישט דורכלאזן אזא זאך אז א בחורל קען זיך איינרעדן אז מ' מעג לערנען דעם דף היל"ת

זר זהב » מיטוואך יוני 19, 2013 8:55 pm

· #126457
שעפטל
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זר כ'האב געזעהן דיין קליפ, דער רעדט עפעס צופיל ענגליש דארט, ניין? פשט?


דו האסט געלייגט אקוראט די קליפ אביסעלע פריער. איך האב עס נישט געקוקט אינגאנצן נאר ביים דף היומי וויץ

שעפטל » דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:32 pm

· #126674
זר זהב
שעפטל
סתם פאר אינטערסאנטקייט, זר כ'האב געזעהן דיין קליפ, דער רעדט עפעס צופיל ענגליש דארט, ניין? פשט?


דו האסט געלייגט אקוראט די קליפ אביסעלע פריער. איך האב עס נישט געקוקט אינגאנצן נאר ביים דף היומי וויץ

יא טאקע דארטן רעד ער ממש יעדע צווייטע ווארט ענגליש. איי געס א כינוס איבער אינטערנעט מיז זיין אינטערן פרייען הימל (דא עפעס נישט) און מ'מיז ברענגן פרעמדע רעדנערס, און רעדן ענגליש...

דולה ומשקה » דאנערשטאג יוני 20, 2013 1:38 pm

· #126679
לויט די מספר פון בענקלעך קומט אויז זיי האבען צוגעגרייט זיצען פאר 1,120 משתתפים,
פארוואס דארפן די בחורים דארט זיין ביי אזא סארט אסיפה?