☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Operation flush the Johns

Operation flush the Johns

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3971

ידען » מאנטאג יוני 3, 2013 9:48 pm

· #120916
Operation flush the Johns
סע לעבעדיג אין שטאט און קען זיין אז וועגען די אינטערנעט איז דא געקומען אזא שמיציגע מעשה אז 104 מענטשען האט מען פארשעמט פאר די גאנצע וועלט.

נעסוי קאנטי פאליס האט די לעצטע חודש געמאכט א אפערעשען וואס האט רעקארדעט ווי מענטשען האבען געצאלט פאר זונות געלט פאר עבירות און סע נישט א ליגעל זאך.

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.newsday.com/opinion/viewsday-1.3683911/filler-is-prostitution-really-the-biggest-problem-in-nassau-county-1.5396143">www.newsday.com/opinion/viewsday-1.3683 ... -1.5396143</a><!-- w -->

ידען » מאנטאג יוני 3, 2013 9:50 pm

· #120918
אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

קינות גירושין » מאנטאג יוני 3, 2013 9:51 pm

· #120919
איך האב עס געזעהן פריער אויפן tv איך מיין אז איינע פון די בילדער איז א אידישע (נישט חאסידשע)

קינות גירושין » מאנטאג יוני 3, 2013 9:52 pm

· #120920
ידען
אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

סא וואס זאל מען יא טון? וואס נישט צו טון ווייס איך שוין פון א לאנגע צייט

ידען » מאנטאג יוני 3, 2013 9:54 pm

· #120922
לויערס, אינגע און אלטע מענטשען. אלע מיני רעליגיעס
📎 Flush.jpg

הערשל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:08 pm

· #120926
די איבריגע בילדער וועלן זיין די וואך אין כל העולם כולו...

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 3, 2013 10:26 pm

· #120936
דאס מערסטע האב איך רחמנות אויפן אראבער פון די ערשטע שורה. איך בין נישט מקנא זיין קבלת פנים דעם קומענדיגן פרייטאג אין מעטשעט.
כ'שטעל זיך פאר אז דער מופטא וועט אים דארט צימבלן: אז מקען האבן זיבעציג בתולות בהיתר בחנם אין כסף, פארוואס זוכסטו איינס באיסור בכסף מלא ?

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 3, 2013 10:57 pm

· #120971
קינות גירושין
ידען
אין מאחורי הפרגוד האבעך שוין געשריבען וועגען עס אבער יעצט איז שוין כמעט די קאנטרי סיזען און די פרויען פארען אוועק איז וויכטיג אז מע זאל וויסן וואס סע קען געשעהן אויב מע טוהט אזעלעכע זאכן

סא וואס זאל מען יא טון? וואס נישט צו טון ווייס איך שוין פון א לאנגע צייט



אויב די וועסט ליינען דער אופן וויאזוי זיי כאפען, וועסטו אוודאי באמערקען אז זיי טוהן דאס דורך שטעלען פאלשע עדס, און אריין נארען מענטשען זאלען קומען אין א האטעל אריין.

עס קען זיין עס איז דא אנדערע אופנים וויאזוי זיי קענען כאפען מענטשען, אבער דאס איז דער גרינגסטע.

ממילא דער וואס האט זיין זונה קבוע, און ווען ער וויל א חליפתי בעהט ער זיין זונה קבוע פאר א חבר'טע, קען ער זיין גאנץ פארזיכערט אז אלעס וועט גיין כשורה און מען וועט אים ח"ו נישט פלאשען.

אגב, לכאורה זענען די אלע געכאפטע אדער נאראנים פאר נישט איינזעהן אינדערמיט אז עפעס טויג נישט דא, אדער גאר דעספרעט מענטשען וואס מען טוט אריין נארען דורך צוזאגען ביליגע פרייזען וכו'. א רחמנות אויף די מענטשען. און לדעתי איז דער פרוי וואס טוט דאס נישט בארעכטיגט, נישט דאס מיינט פארשטערקערען דאס געזעץ וכו'.

הן אמת די געזעצען קעגען פראסטעטאשען מאכען סענס, ווייל אין די מדינות ווי עס איז לעגאל פאנגט מען פרויען לצורך הזנות, אבער עס איז דא וועגען דאס מבטל צו זיין דורך באפרייען די פרויען, ווייל לעת עתה אויב די פרוי וואס איז געפאנגען גייט צו די פאליציי ווערט זי איינגעזעצט אלס א אולעגאלע בירגער. אבער גיין נאך מענטשען וואס זוכען זנות, און האפען אזוי ארום וועט מען אנמאכען א פחד און דורך דעם מבטל זיין דער עבדות פין די פרויען, איז א פאלשער חשבון, און אפילו אויב יא איז עס א מהלך פין קראצען דער רעכטער אויער מיט די לינקע פינגער.

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג יוני 3, 2013 11:24 pm

· #121010
עצה טובה לאחינו בני ישראל הנתונים בשביה (אין שביה אלא השבוי אצל יצרו), בפעם הבא כשאתם מקיים המאמר-חז"ל "ילך למקום שאין מכירים אותו ויעשה מה שלבו חפץ" אנא בבקשה מכם, חסו על נפשותיכם, תלבישו טורבן גדולה על ראשיכם, שיהיה עטרת תפארת לאחינו המוסלמים.

מאן דאמר » מאנטאג יוני 3, 2013 11:45 pm

· #121033
דער מיטן טורבאן גייט נישט אין מעטשעט, ער איז א הינדו, נישט קיין מוסלעמענער, און ער גלייבט נישט אין קיין 72 בתולות.

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יוני 4, 2013 12:04 am

· #121053
אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)

ידען » דינסטאג יוני 4, 2013 12:08 am

· #121055
הערשל
די איבריגע בילדער וועלן זיין די וואך אין כל העולם כולו...

NO joke

I'm scared

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:09 am

· #121056
בענדזשאמין פרענקלין
אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)



דאס איז ווייל א פרוי קען עס האבען בחנם גרינג.

ידען » דינסטאג יוני 4, 2013 12:09 am

· #121058
בענדזשאמין פרענקלין
אינעם ארטיקל ווערט צוגעברענגט דעם אינטרעסאנטען פאקט, אז פרואוון זענען אויך געמאכט געווארן צוציען פרויען (פאר מענער) אבער נישט איין פרוי האט זיך אפגערופן !!!!
איר הערט הונדרעט צוואנציג אקעגן נול!!! (מיטן גאנצן טב למיתב טן דו..)

דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 4, 2013 12:12 am

· #121060
ידען

דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..



מיינסט צו זאגען פארקערט.

ידען » דינסטאג יוני 4, 2013 9:25 am

· #121206
איחוד פעלד
ידען

דרכן של אישה ליליך אחר האיש. זעהט אויס אז זיי האבען געכאפט אז סע אנדערשט ווי די טבע זענען זיי געווארען suspicious..



מיינסט צו זאגען פארקערט.

ביסט גערעכט.

מיין ווערטעל איז נישט געלינגען 😢