ויהי אחרי הכינוס - מעמד קידוש שם שמים!
נעכטן נאכט איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג א ריזן מעמד קידוש שם שמים, וואס וועט בלי ספק פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין די קורות דברי הימים.
צוויי קהלות, וואס זענען ליידער אויף מעסער שטעך שוין 14 יאר, זענען זיך צוזאמען געקומען, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און ביידע זענען געפארן מיט די זעלבע ליניע, את אשר אסרת אסרתי.
אין די לעצטע יארן האט זיך אפגעשפילט עטליכע מאל צווישן די דאזיגע צוויי קהלות, ווען איין קהלה האט געוואלט עפעס טון לטובת הדת, איז תיכף געקומען די צווייטע קהלה מיט טענות דערקעגן, און נישט נאר אז מען טאר נישט טון בעסער, נאר אדרבה ס'איז נאך גאר ערגער, ס'איז געווען ממש את אשר אסרת התרתי ואת אשר התרת אסרתי.
נעכטן האט זיך אלעס געטוישט, מען איז געקומען לעמק השוה, ביידע זענען געפארן אויף די זעלבע ליניע, אינטערנעט איז א פראבלעם.
לפי די מהלך פון די לעצטע יארן וואלט זיך געפאסט, אז ווען איין קהלה שטעלט זיך אויף זאגן אז אינטערנעט איז א פראבלעם, זאל זיך די אנדערע קהלה אויפשטעלן און זאגן, חלילה צו זאגן אז אינטערנעט איז א פראבלעם, מען איז מוציא לעז אויף די ראשונים, ביים רבין ז"ל האט מען קיינמאל נישט גערעדט דערפון, דער עיקר איז געווען ציונות און פארטיג.
למעשה קוקט אבער אויס אז זאכן האבן זיך געטוישט, מען קען שוין גיין אינאיינעם, מען קען שוין רעדן פון די זעלבע פראבלעמען, און אויפטון לטובת הדת, מען מוז טאקע נישט זיצן אויפן זעלבן פלאץ, אונטערן זעלבן בוים, מען טוט אבער פעולות פארן זעלבן פראבלעם.
נו איז עס דען נישט קיין קידוש שם שמים?
מיר האפן נאר אז פון דעם וועט זיך בעסערן די אנדערע חילוקי דעות אויך.
אז צד מהר"א וועט נעמען ווייץ פון אריזאנא וועט צד מהרז"ל נישט שרייען ס'איז חמץ, מעגסט אויך נעמען פון דארט, קיינער הייסט דיר נישט זאלסט עס באקן אין זעלבן מצה בעקעריי.
אז צד מהר"א איז בודק צומת הגידין וועט צד מהרז"ל נישט שרייען ס'איז טריפה, מעגסט אויך בודק זיין, קיינער הייסט דיר נישט שחט'ן אין קרית יואל, קענסט ווייטער שחט'ן אין מאנטרעאל.
וכן להיפך
אז צד מהרז"ל מאכט א ריזיגע באגלייטן מוצאי יו"ט דארף נישט צד מהר"א משנה זיין און נישט מאכן, ביים רבין ז"ל איז אויך אזוי געווען.
אז צד מהרז"ל פארט קיין ארץ ישראל מיט א ריזיגע עסקארד דארף נישט צד מהר"א משנה זיין און פארן שטילערהייט, דער רבי ז"ל איז אויך געפארן מיט א רעש און פאמפע
בקיצור, קומט ענק דורך.
אי"ה צום ווידער זען מיטוואך קעגן איבער דעם מדינת ישראל קאנסולאט!
ס'איז צוגעשטעלט באזונדערע פלעצער, די וואס זענען געווען אויף טעילאר סט. זונטאג וועלן שטיין אויף סעקאנד עוו. און די וואס זענען געווען אויף יוניאן וועלן שטיין אויף טירד עוו.
כולנו למערכה!