☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » טערעפי העלפט????

טערעפי העלפט????

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3960

ריינער » מאנטאג יוני 3, 2013 12:45 am

· #120637
טערעפי העלפט????
אין די לעצטע פאר יאר ווי מ'דרייט זיך נאר הערט מען כסדר פון "טערעפי / טעראפיסטן".

די גאנצע מושג פון טערעפי איז נולד געווארן אין די לעצטע 100 יאר בערך, און עס שטאמט קלאר פון די גויים, און עס ווערט מער און מער אריבערגעברענגט צו אונז היימישע אידן, עס איז שוין דא א געוואלד מיט ליטווישע / מאדערנע לייסענסד טערעפיסטן און ס'איז א פראגע פון צייט ביס עס וועט זיין היימישע לייסענסד טערעפיסטן, סוכ"ס איז עס א פיינע פרנסה, די רעגולער פרייז פון א טערעפיסט לויפט בערך 150-200 פאר 45 מינוט!

איז מיין פראגע יעצט, לאמיר זאגן איינער איז א כעסן גייט ער צו א טערעפיסט און ער דייגענאזט אים מיט עפעס (ביי זיי גייט עס אלטס מיט א דייעגענאז - - זיי האבן נעמען אויף אלעס) און ער סעקודזשעלט אים 20 אפוינטמענטס, איז נאך די 20 אפט. ווערט ער אויס כעסן??????

אז איינער איז א בעל תאוה וועט ער נאך 20 אפט. ווערן אויס בעל תאוה????

און אויב די תירוץ איז 'יא'! ס'העלפט! וויל איך אים פרעגן ווען די איד וואלט אריין אין ספרים סטאר אין געקויפט א ארחות צדיקים און דורכגעלערנט שער הכעס 50 מאל - און ער וואלט עס אנגענומען מיט די זעלבע מאס ערענסקייט ווי ער נעמט אן די זאכן פון זיין טערעפיסט וואלט עס נישט געהאלפן??? פארוועם איז געמאכט די מוסר ספרים?????

בכלל, וואס האבן אונזערע זיידעס געטוהן געטוהן??? זיי זענען געווען אביסל מער אויסגעארבעט פון אונז אן די טערעפיסטן, וויאזוי האבן זיי דאס באוויזן???

הוגה » מאנטאג יוני 3, 2013 12:56 am

· #120642
טעראפי העלפט בכלל נישט, עכ''פ נישט מער ווי די אורחות צדיקים. מיליאנען מענטשן האבן פשוט צופיל איבעריגע געלט וואס זיי ווילן נישט געבן פאר צדקה, און ממילא גייען זיי גיבן זיי עס אויס אויף טעראפי........
😮

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 1:04 am

· #120645
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2579">viewtopic.php?f=24&t=2579</a><!-- l -->

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 1:04 am

· #120647
הונדערט פראצענט, און די אלע נייע מעדעצינען וואס קומען פון די שלעכטע גוים, די קענסער טריטמענטס, די אלע נארישע נייע טעראפי'ס, פיזיקאל טעראפי, דאס איז אלעס נישט מער ווי הונדערט יאר אלט, אמאל פלעגט מען גיין צום רבי'ן און ער האט אויסגעהיילט, וואס האבן אונזערע זיידער געטוהן? זענען זיי דען געווען קראנקער ווי אונז מיט אונזערע הונדערטער דאקטוירים וואס האבן אויף יעדע מיחש א נאמען? אמאל האט אלעס געהייסן אדער חולי נופל, אדער צרעת, היינט מיט די אלע טויזענטער נעמען זענען די זיידער נאך אלס געווען סאך געזונטער.

נולד מאוחר » מאנטאג יוני 3, 2013 1:11 am

· #120648
ווייזט איינער פירסט הענד אז טערפי העךפט? נישט פיזיקאל, פארן נפש.

לעיקוואד » מאנטאג יוני 3, 2013 1:19 am

· #120650
<a class="postlink" href="https://www.google.com/webhp?sourceid=chrome-instant&ion=1&ie=UTF-8#sclient=psy-ab&q=does%20therapy%20work&oq=&gs_l=&pbx=1&fp=c582336016c8cd9&ion=1&bav=on.2,or.r_cp.r_qf.&bvm=bv.47244034,d.bGE&biw=1366&bih=667">https://www.google.com/webhp?sourceid=c ... 66&bih=667</a>

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 3, 2013 7:35 am

· #120677
ריינער, איר פרעגט צוויי באזונדערע שאלות.
א) טעראפי העלפט?
ב) ווער זאל קויפן ארחות צדיקים?

אויף דיין ערשטע שאלה איז דער תירוץ, יא, ס'העלפט, איי ס'גויאיש? נו, אן עירקאנדישאן איז אויך גויאיש און ס'העלפט.
ארחות צדיקים איז גוט צו לערנען, ס'האט אוודאי אן השפעה.

גענוג קלאר?

קינות גירושין » מאנטאג יוני 3, 2013 7:58 am

· #120680
קיין שום פראגע צו טערעי העלפט, נאר נישט יעדע טערעפיסט איז גוט פאר יעדע מענטש, מדארף אביסעלע מזל אויך סזאל זיין די ריכטיגע
אבער יא ער קען געבן די ריכטיגע כלים וויאזוי צו דילען מיט טעמפער, אדיקשען וכו וואס פון אורחת צדיקים וואלט מען דאס קיינמאל נישט געהערט

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2013 10:34 am

· #120710
קאווע טרינקער
אן עירקאנדישאן איז אויך גויאיש און ס'העלפט.


אוי זאגסטו גוט.......
😂 😂 😂

ברסלבער » מאנטאג יוני 3, 2013 11:35 am

· #120723
ריינער, עס איז זיכער אז טערעפי העלפט, והא ראי' אז ווען דו לערנסט דורך שער הכעס פון אורחות צדיקים ווערסטו געהאלפן, מיינט דאס אז דער אורחות צדיקים איז געווען דיין טערעפיסט און זיין טערעפי האט דיר געהאלפן.
און אמאל דארף מען האבן א לעבעדיגן מענטש צו וועם צו רעדן, און דעמאלט'ס ווערט מען שנעלער געהאלפן.
אבער איין זאך דארף מען געדענקן, אז אזוי ווי די טערעפיסטן זענען אויך געמאכט פון בשר ודם, קענען זיי אויך האבן אייגענע נגיעות, און אויב בעהט ער 500 דאלער א שעה, קען ער האבן א שטארקע נגיעה אויסצוציען די סעשאנ'ס ווי לענגער, און דערפאר דארף מען זיך גוט נאכפרעגן אויף א טערעפיסט אויב ער איז אן ערליכער און ער טוט זיין ארבעט בנאמנות.

שמעקעדיג » זונטאג יוני 9, 2013 3:07 am

· #123025
צי טערעפי העלפט? הונדערט און איין פראצענט אז יא. צי אורחות צדיקים וועט אויפטון דאס זעלבע? ווארשיינליך נישט (עכ"פ נישט פאר יעדן). און לאמיר זיך ערקלערן:

איך האב שוין מיטגעהאלטן אסאך טעראפי, און היינט לערן איך געוויסע מעטאדן און זעלבסטפארשטענדליך אז איך האב שוין געלייענט אסאך ביכער דערוועגן, און כסדר איז מיר נתחדש געווארן חידושים נפלאים. און איך האב שוין אדורכגעלערנט מסילת ישרים און אורחות צדיקים מער ווי איינמאל, ווי אויך אנדערע ספרים כדוגמת חובת הלבבות אד"ג.

אזויפיל יא: רובא דרובא ענינים וואס איך האב געלערנט ווערן דערמאנט פון פריערדיגע, אבער ע"פ רוב נאר ברמז. ווייסטו וואו? מערקווירדיג: אין פרקי אבות! פון יעדע משנה קען מען מחבר זיין א גאנצע בוך. אבער שטעל דיר פאר, בשעת די משנה איז ארויסגעקומען האבן די אמאליגע טיפע קעפ תופס געווען דעם ענין לאורכה ולרחבה, און עס איז זיי געווען א גוטע וועג ווייזער אין לעבן. שפעטער כשנתקטנו המוחות האט מען געמוזט מאכן א פירוש ברטנורא. און דערנאך יכין ובועז, און היינטיגע דור מוז שוין אנקומען צו ארטסקרול אדער משניות סייעתא דשמיא... פארוואס? קען מען דען נישט אדורכלערנען די משנה 50 מאל און אלעס וועט זיין מסודר? זעהט אויס אז ווי שוואכער די דורות ווערן, אלס מער דארף מען דאס מסביר זיין.

דור דור ודורשיו, און דור דור וספריו. פארוואס דארף בכלל ארויסקומען ספרים היינט? איז דען נישט ר' עקיבא אייגער מיט צענדליגער דורות צוריק געווען עניטיים אזא צדיק ווי אונז אן די היינטיגע ספרים? נאר אבוויעסלי יעדער דור האט זיך זיינע שוואכקייטן און זיינע ספעציפישע הילף וואס מען שיקט צו פון הימל. בפרט בדורינו זה וואס די מוחות פארנעמען נישט צופיל. מיר אלע האבן מענטאלע שוואכקייטן למחצה ולשליש ולרביע.

אמאליגע צייטן, בימי חז"ל, ווען איינער האט געליטן פון כעס, איז געווען גענוג אים צו סטראשען "הרגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא". און ס'האט געהאלפן. בימי האר"י הק' האט מען דערשראקן אז די נשמה ווערט פארטוישט מיט א נישט כשר'ע נשמה צוליב כעס. און עס האט ווידער געארבעט וואונדערבאר. בימי ארחות צדיקים האט מען שוין געמוזט ארויסגעבן א נייע חיבור, וועלכע זאל ארומרעדן מער פרטים איבער דעם ענין. און תשע"ג דארף מען שוין מער הסבר ווי דער אורחות צדיקים.

ס'איז לאו דוקא טעראפי, הגם עס איז דער גרינגסטער וועג, ד"ה גרינגער ווי עפענען אליינס א ספר און זיך מעמיק זיין דערין און דערנאך מקבל זיין מיט א אמת איינצוהאלטן וואס שטייט דארט. אבער עס איז קלאר דא גוטע ספרים. אז דו רעדסט פון כעס, האב איך למשל געטראפן לעצטנס א אויסגעצייכענטע ספר דערוועגן, מיטן נאמען "מענה רך". א איד פון לעצטן דור האט עס געשריבן, כ'געדענק נישט זיין נאמען אויפן מאמענט. א גאנצע ספר מלוקט מפי ספרים וסופרים און מוסיף נופך געווען משלו אויף א הערליכן פארנעם.

אדער האב איך געזעהן נישט לאנג צוריק א ווידעאו (DVD) וואס "חפץ חיים העריטעזש" איז מפיץ, ווי א רעדנער (נישט א היימישער) רעדט אין א געוויסע ביהמ"ד א דרשה בגנות הכעס. מלא חידושים! און ס'איז אומגלויבליך ווי אזוי ער לייגט עס אראפ סארקאסטיש מיט אזא חוזק, אז כמעט וואס א מענטש שעמט זיך פשוט צו זיין אין כעס נאכן קוקן דעם ספיעטש... עס קוקט אויס ווי פאר יעדן דור לאזט מען איבער מקום משמיא להתגדר בה, צו זאגן ענינים וועלכע רעדט צו יענעם דור.

טעראפי איז אייגענטליך דאס, מען קריכט אריין פסיכאלאגיש דיר מסביר זיין די שעדליכקייט פון כעס, מען פרעגט דיר אויס און מען זעהט צו דו ליידסט פון געוויסע שוואכקייטן וואס איז שנעלער גורם כעס ווי א צווייטער, היינטיגע צייטן טוט מען עס דייאגניזירן מיט עפעס א ABC, אמאל בימי חז"ל האט מען עס דיאגניזירט אז דו האסט צופיל פון יסוד האש (כידוע אז יעדער מענטש איז דאך צוזאמגעשטעלט פון די ד' יסודות), און היינט קען מען ב"ה טרעפן נאטורליכע מיטלען צו בארואיגן, מעקסי העלט און צאהלער'ס פארקויפן רילעקסינג וויטאמינען, און מיט די אינפארמאציע קען א טעראפיסט דיר אויסשטעלן א געזונטער מהלך החיים ווי אזוי דו זאלסט זיך קענען מתגבר זיין אויף דיין שלעכטע מדה פון כעס, כדי נישט דו און נישט די ארומיגע זאלן דארפן ליידן.

איך האף אז דער עולם פארשטייט דא מיינע לאנגע דרשות....

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 5:19 am

· #123044
יא, טעראפי העלפט. צו טעראפיסטן העלפן, דאס איז שוין א שווערע שאלה אויף וואס איך ווייס נישט קיין ענטפער.
ריינער
בכלל, וואס האבן אונזערע זיידעס געטוהן געטוהן??? זיי זענען געווען אביסל מער אויסגעארבעט פון אונז אן די טערעפיסטן, וויאזוי האבן זיי דאס באוויזן???

איך הער דאס כסדר, און איך וויל וויסן אויב דו זאגסט עס בידיעה אדער דו שטעלסט זיך פאר אזוי, ווייל פיל פון די זיידעס וואס איך קען זענען נערוועז און בייזערן זיך כסדר.

קרעקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:36 pm

· #123174
איך האב שוין איימאל געשריבען דא אין שטיבעל אז א גרויס פראצענט טעראפיסטען (עכ"פ וועם איך קען) זענען גרושים גרושות אלטע מיידלעך און געליטענע

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 9, 2013 3:39 pm

· #123177
קרעקער
איך האב שוין איימאל געשריבען דא אין שטיבעל אז א גרויס פראצענט טעראפיסטען (עכ"פ וועם איך קען) זענען גרושים גרושות אלטע מיידלעך און געליטענע

איר קענט בכלל מענטשען, נישט קיין טעראפיסטען, וואס פאלן נישט אריין, עכ"פ א גרויס פראצענט, אין די פאלגענדע רינגען: גרושים גרושות אלטע מיידלעך און געליטענע?

קינות גירושין » זונטאג יוני 9, 2013 5:33 pm

· #123263
קרעקער לשיטתיה אז א גרוש פארשטייט נישט צו א פרוי ווען זי שטייט אויף די באס מיט א קינד אין די הענט
בד״ו בשם אלע גרושים ערווארט איך אן אפציעלע אנשולדיג פון דיר,
פאר אזא דענידערדיגע סטעטמענט אויף שענסטע און אויסגעפרובסטע פון כלל ישראל, וואס טוען ביישטיין שווערקייטען יעדען איינציגען טאג וואס נשואים קענען נישט פארשטיין

George » מאנטאג יוני 10, 2013 9:57 pm

· #123811
קרעקער
איך האב שוין איימאל געשריבען דא אין שטיבעל אז א גרויס פראצענט טעראפיסטען (עכ"פ וועם איך קען) זענען גרושים גרושות אלטע מיידלעך און געליטענע


אזוי גאר?

הה"ד: גערעדט אין די וועלט אריין

קינות גירושין » דינסטאג יוני 11, 2013 1:00 am

· #123849
כמיין אז סאיז יא אמת, מזעהט אסאך אזוי

ימי קדם » דינסטאג יוני 11, 2013 2:43 am

· #123863
איך זעה נישט די חסרון דערין, אדרבה דוקא איינער וואס איז אריבער שווערקייטן אין לעבן קען פארשטיין אנדערע, משא''כ די וואס זענען אלע יארן געפארן מיט די ''באן'' פון די סאסייעטי, פארשטייען בכלל נישט איינער וואס טרעפט זיך אין א מצב וואס ער ווייסט נישט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגן, און ער קען נישט מאכן קיין פלענער פארן נעקסטען טאג, פשוט, ווייל גארנישט גייט נישט ווי געפלאנט, וד''ל.
(איתך רעדט מער ווייניגער מיך אויס די הארץ... שטייענדיג און אזא מצב, און זעהנדיג ווי מענטשען, קלוגע מענטשען, זענען נישט משיג באפס קצהו וואס דאס מיינט).

הקטן » דינסטאג יוני 11, 2013 12:56 pm

· #123945
ריינער

די גאנצע מושג פון טערעפי איז נולד געווארן אין די לעצטע 100 יאר בערך

פאר דו מאכסט אזא באלד סטעטמענט, וואלט ווען געווען כדי אז דו דיפיינסט וואס מיינט טערעפי.
אויב מיינט דאס ארויסברענגען change אין א צווייטען, אפשר איז א מוסר ספר אויך אינקלאדעד אין טערפי. Bibliotherapy
איז העלפן איינעם צו טוישן זיין מעשים אדער מחשבות, גויאיש?

אגב, די חובות הלבבות שרייבט אז ער האט אריינגעשטעלט אין זיין הייליג ספר זאכן וואס ער האט גענימען פין די גויים, וואס ער האט געהאלטן ס'איז therapeutic

ריינער
איז מיין פראגע יעצט, לאמיר זאגן איינער איז א כעסן גייט ער צו א טערעפיסט און ער דייגענאזט אים מיט עפעס (ביי זיי גייט עס אלטס מיט א דייעגענאז - - זיי האבן נעמען אויף אלעס) און ער סעקודזשעלט אים 20 אפוינטמענטס, איז נאך די 20 אפט. ווערט ער אויס כעסן??????

אז איינער איז א בעל תאוה וועט ער נאך 20 אפט. ווערן אויס בעל תאוה????

פרעג אויב א כעסן אדער בעל תאוה קען ווערן אויס כעסן אדער בעל תאוה...און אויב יא, וואס זענען די inner workings וויאזוי אזא טויש ווערט געמאכט.

ריינער
ווען א איד וואלט אריין אין ספרים סטאר אין געקויפט א ארחות צדיקים און דורכגעלערנט שער הכעס 50 מאל - און ער וואלט עס אנגענומען מיט די זעלבע מאס ערענסקייט ווי ער נעמט אן די זאכן פון זיין טערעפיסט וואלט עס נישט געהאלפן???

זייער מעגליך אז יא! איז וואס?