☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » זיכט צו קויפן פוינטס

זיכט צו קויפן פוינטס

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3959

goldstone » זונטאג יוני 2, 2013 11:14 pm

· #120608
זיכט צו קויפן פוינטס
איך זיך צו קויפן 270 טויזענט ״טשעיס״ פוינטס, פאר איין פוינט פינעף סענט א שטיקל

זון שטראלן » זונטאג יוני 2, 2013 11:21 pm

· #120610
ביטע קוקט דעם אישי וואס איך האב אייך געשיקט.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יוני 2, 2013 11:27 pm

· #120614
טשעיס פוינטס זענען ווערט לפחות 1.8 בפרט אזא גרויסע סכום

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 1:32 am

· #120655
טשעיס פוינטס קען מיינען מער ווי איין זאך.

למדן » מאנטאג יוני 3, 2013 4:58 pm

· #120821
די טשעיס קעש בעק קען מען אויך נוצן פאר פוינטס?

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 5:15 pm

· #120826
קודם איז דא זייער אייגענע טשעיס פוינטס, דערנאך איז דא די Ultimate rewards, און cashback, ווי אויך אלע זייער קארטליך פון עיר ליינס ווי בריטיש, יונייטעד, און נאך, זייער האטעל קארטליך, געז, אנאנים. אבער ווען מ'זאגט טשעיס פוינטס קען עס מיינען אדער טשעיס'ס אייגענע פוינטס, וואס איך ווייס נישט וואס מ'קען שוין טוהן מיט דעם, אדער די UR פוינטס.

goldstone » מאנטאג יוני 3, 2013 5:31 pm

· #120828
פאר א טיקעט

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 6:05 pm

· #120839
פון וועלכע עירליין? ווייל אסאך עירליינס קען מען טרענספערן פון Starwood און AMEX Mebmership rewards אויך.

goldstone » מאנטאג יוני 3, 2013 6:11 pm

· #120845
איך דארף 2 פירסט קלעס טיקעטס פאר סוויס עירליינס אדער אלעל פאר יוני 18-19 און צוריקקומען יוני 30-31

איך וויל דוקא נישט פארן מיט לופטהאנזא-עירפרענס-בריטיש.

עני אנדערע עירליין וועלכע האט נערמאלע פליגערס פונעם קאנעקשן קיין ארץ ישראל, און נישט טשארטער באסעס פון חיים פריינד און צוגעלייגט פליגלעך

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 6:37 pm

· #120855
האסט גענוג און נאך אפשענס.

Chase UR
AMEX MR
AMEX SPG

goldstone » דינסטאג יוני 11, 2013 4:41 pm

· #124030
יעצט אז איך האב שוין די פוינטס וואס איך דארף (ייש"כ פאר ענק אלע).
איך זיך צוויי טיקעטס, בעסער פירסט מיט א סטאפ ווי איידער ביזנעס אן א סטאפ, קיין ארץ ישראל פון ניו יארק.
ארויספארן יוני 18-19 און צוריקקומען יוני 26-27.
איך וואלט געהאט חשק צו באצאלן ביז ארום 180 טויזענט מייל פער טיקעט. אדער קעש

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 11, 2013 5:29 pm

· #124048
איך ווייס נישט וויפיל דער עולם דא קען זיך אויס, ווענד זיך צו די עקספערטן.
Need help finding a ticket? Post here! Award ticket edition Master thread

park ave » דינסטאג יוני 18, 2013 6:37 am

· #125714
THIS WEEK ONLY
chase Ink bold and ink plus Cards . get 60k bonus points for spending $5k in the first 3 months

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 18, 2013 5:05 pm

· #125977
ווייסט איינער א וועג צו באצאלן א מארטגעדש מיט א קרעדיט קארד? אמת מיין באנק נעמט נישט א קרעדיט קארד. איז דא עפעס א טריק?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 5:51 pm

· #125992
יא, קויף ווענילא רילאוד קארדס מיט א קרעדיט קארד, לאדן אריין די געלט אין בלוי-בירד, און פון דארט קענסטו שיקן טשעקס צום באנק, אדער אריבערריקן די באלאנס צום באנק קאנטע.

פאר מער, דרוקט דא.

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 18, 2013 8:55 pm

· #126068
ישר כח. א ווענילע קארטל קאסט אבער געלד. נישט אזוי? אויך אין בלואבירד קען מען עפעס נישט מאכן צופיל דעפאזיט

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 9:06 pm

· #126077
ס'קאסט אפאר דאלער, און די מאקסימום פון בלויבורד איז 5000 א חודש. דיין מארגעזש איז מער ווי דעם?
ס'דא אנדערע וועגן פאר פרי, קוק דיך אום דארט, ס'דא א געוואלד מיט אינפארמאציע.

פיינע קאווע » דינסטאג יוני 18, 2013 10:46 pm

· #126120
ישר. עס האלט שוין ביי 268 זייטלעך אויב ווייסט איינער א פשוטע וועג צו צאלן מארטגעדש מיט א ק"ק וועל איך אים דאנקבאר זיין.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 18, 2013 10:55 pm

· #126124
קיין "פשוטע" וועג איז ווי ווייט איך ווייס נישטא, אבער דריידליך איז דא גענוג.

MickyMouse » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:39 am

· #152882
איך טריי צו פארשטיין די א. ב. פון פוינטס.
עס איז דא א גאנצע מארקעט אויף פוינטס, מערסטענס די וועלכע מען קען פליען.
וואס איז די מעלה פון פליען מיט פאוינטס? פאר וויפיל פארקויפט זיך פאוינטס פארגלייכט צי זייער נאמינאל ווערט?
(למשל אויב קאסט א טיקעט $1000 אדער 50,000 פאוינטס איז די ווערט צוויי סענט פער פאוינט).
אויב ווייניגער פארוואס זאל עס יענער וועלען פארקויפן? האט ער אן איבער פלוס און קען נישט פליען?
איז דא אנדערע, נישט געלט-ליכע ניצן פון פליען מיט פאוינטס?
איז דא מער ניצן ווען מען פליט ערשטע קלאס?

יישר כח פאר ווער עס קען מיר געבן צו פארשטיין דעם ענין.