☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כשרוני

כשרוני

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3956

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 9:00 pm

· #120576
כשרוני
אין דער צייט וואס אין וויליאמסבורג רייסט מען זיך ארום וכו', קומט פאר אין בארא פארק א פארשטעלונג פון אינטערעסאנטע זאכן וואס קינדער האבן אליינס געמאכט.
שוין א שטיק צייט צוריק איז געווען פארשפרייט פלייערס אין די בתי מדרשים, וואס רופט גרעסערע קינדער אויסצונוצען זייערע כשרונות און אהער שטעלן סיי וואספארא ארט זיי האבן א געפיל צו.
איך בין נישט געווען דארט, איינער וואס קען פארציילן מער, זאל ביטע טיילן מיטן ציבור.

גנדי » מאנטאג יוני 3, 2013 12:31 pm

· #120744
מיינס א חבר איז דארט געווען מיט זיינע קינדער און זיין בני בית.

ער זאגט מיר ער האט זייער שטארק הנאה געהאט. עס איז א געוואלדיגע זאך. ער האפט עס וועט ווערן גרעסער און בעסער קומענדיגע מאל ( זיי פלאנען פאר פורים)

די געדאנק איז א מוראדיגע אויפטוה. הלאוויי מאכט מען דאס נאך אין אלע אידישע שטעט.

איך אויך » מאנטאג יוני 3, 2013 12:33 pm

· #120745
מן הסתם איז דא עפעס א פראגראם פונעם פעטער דערפאר ,אבער שיין פון עם אז ער פאקט עס נישט אריין צו זיך אין טאש כנהוג.

דבילה » מאנטאג יוני 3, 2013 1:40 pm

· #120760
איך אויך
מן הסתם איז דא עפעס א פראגראם פונעם פעטער דערפאר ,אבער שיין פון עם אז ער פאקט עס נישט אריין צו זיך אין טאש כנהוג.


בעיר שכולו גנבים איז טאקע א חידוש אז ער גנב'עט נישט.