☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » נייעס, בילדער און אפדעטיס: א' קרח וומסב"ג

נייעס, בילדער און אפדעטיס: א' קרח וומסב"ג

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3952
בלאט: 1 2

בדחן » זונטאג יוני 2, 2013 7:28 pm

· #120521
נייעס, בילדער און אפדעטיס: א' קרח וומסב"ג
ביטע אריינשטעלן נאר נייעס און בילדער פון ביידע אסיפות.

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 7:31 pm

· #120522
אה יישר כח, פונקט געוואלט בעטן אזא אשכול, שוין דא מיליאן אשכולות פון אלעס ארום

לאליפאפ » זונטאג יוני 2, 2013 7:36 pm

· #120525
טעילאר
📎 image.jpg

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 7:40 pm

· #120528
טעילאר:

יו"ר הג"ר מיכל ניימאן
הרב נחמי' גאטליעב א (ערשטע?) דרשה
כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא פרקי תהלים
הוק אפ הג"ר משה שטערנבוך ראב"ד ירושלים
'שיר המעלות ממעמקים' כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א
'חובת השעה' כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
'דבר הכינוס' הגה"צ אב"ד סאטמאר וומסב"ג שליט"א
'משא המעמד' הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב שכונת ברך משה קרית יואל
'דברי נעילה' הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א
'קבלת עומ"ש' כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א
'ה' הוא האלקים' פארגעזאגט דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

לאליפאפ » זונטאג יוני 2, 2013 7:45 pm

· #120530
Taylor
📎 image.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 7:45 pm

· #120532
איך זעה אויף זייערע אויגן אז די אויבען-אן אידן פארמאגן נישט קיין פילטערס.

בעריש » זונטאג יוני 2, 2013 7:50 pm

· #120534
קאווע טרינקער
איך זעה אויף זייערע אויגן אז די אויבען-אן אידן פארמאגן נישט קיין פילטערס.

יתכן אז ס'דאכט זיך דיר נאר צי?

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 8:01 pm

· #120539
קאסובער רבי רעדט יעצט (טעילאר) זייער שטארק בענין חינוך הבנים, ער צולייגט שטארק די נקודה ווי די טעכנעלאגיע נעמט אוועק די פאמיליע לעבן, אוי רעדט ער גוט

דעמאקראטיע » זונטאג יוני 2, 2013 8:09 pm

· #120548
טעילאר
📎 taylar 1.jpg

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 8:18 pm

· #120551
קאסובער רבי האט יעצט געענדיגט זיין דרשה, ער האט איבערגעגעבן ברכת קדשו פון סקולענער רבי שליט"א

הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א רעדט יעצט

פיקציע » זונטאג יוני 2, 2013 8:26 pm

· #120556
קאסובער רבי האט געזאגט בשם סעקולענער רבי אז ער האט געוואלט קומען און ער גיבט איבער ברכת קדשו פאר די פארזאמעלטע.

דעמאקראטיע » זונטאג יוני 2, 2013 8:26 pm

· #120558
טעילאר
📎 taylor2.jpg

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 2, 2013 8:28 pm

· #120561
פיקציע
קאסובער רבי האט געזאגט בשם סעקולענער רבי אז ער האט געוואלט קומען און ער גיבט איבער ברכת קדשו פאר די פארזאמעלטע.

געוואלט און וואס איז געשען?

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 8:44 pm

· #120571
'משא המעמד' הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב שכונת ברך משה קרית יואל

איש צדיק תמים » זונטאג יוני 2, 2013 8:51 pm

· #120573
די אנדערע (נישט טעילער)
image.jpg

מאראנצןזאפט » זונטאג יוני 2, 2013 8:56 pm

· #120574
wow

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 9:01 pm

· #120577
ר' שמעון זאב רעדט יעצט פון גרופ מעסעדזשעס

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 9:13 pm

· #120581
א וויכטיגע הכרזה דורכן יו"ר:

מען פאררופט א פראטעסט קעגן די ציונים וועגן די גזירה פון גיוס בני הישיבות דעם קומענדיגן מיטוואך אין פראנט פון מדינת ישראל קאנסולאט

בדחן » זונטאג יוני 2, 2013 9:30 pm

· #120584
וועלכע יו"ר?

שרייבער » זונטאג יוני 2, 2013 10:02 pm

· #120593
א טעות
ס'איז געווען הרה"ג ר' הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ סאטמאר וומסב"ג מנהל ועד חומותיך ירושלים

דערנאך האט גערעדט הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

קבלת עומ"ש דורך כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א

ה' הוא האלקים דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א

berlbalaguleh » זונטאג יוני 2, 2013 11:02 pm

· #120605
קאווע טרינקער
איך זעה אויף זייערע אויגן אז די אויבען-אן אידן פארמאגן נישט קיין פילטערס.

מיר זעיט אויס אז זיי האבן נישט קיין קאמפיוטער'ס און איי פאונס, אויכעט.

שרייבער » מאנטאג יוני 3, 2013 8:18 am

· #120684
פון אייוועלט, א סטעיטמענט וואס האט מיר געפאלן איינער וואס איז געווען אויף טעילאר (און פון זיינע ווערטער קוקט אויס ער איז נישט קיין סאטמארער)

נאטורליך

דער ציבור איז געווען געוואלדיג, לעבן מיר איז געזעצען א איד און זיך געווישט די טרערען מיט א שבת טאשטיכל, מען קען נישט פארגלייכען דעם כמות צו סיטיפיעלד, דאס ערנסטקייט האט זיכער איבערגעשטיגען פי כמה. ווען איך זעה נישט דעם צונויפגעקוועטשען ציבור פון ליע ביז בעדפארד און איבער אלע ברעגעס וואלט איך נישט געגלייבט אז האלב וויליאמסבורג האט אויפגעגעבען דאס הערן שמע ישראל פון סקולענער רבי שליט"א

דעת תורה » מאנטאג יוני 3, 2013 9:03 am

· #120690
סאיז מיר גוט... וואס דען איז ער? א פאפא׳נער? זוך אפיר זיינע אלטע ארטיקלען, וועסט דיך מחיה זיין מיט זיין טאגבוך אבער ער איז קלאר א אהרוני.

אגב, די בילדער צייגן ממש נישט אז האלב ווילי איז אויף טעילאר, בדוחק האלב פון האלב.

שרייבער » מאנטאג יוני 3, 2013 9:22 am

· #120694
לויט זיינע ווערטער וואס ער שרייבט בעפאר קוקט עס אזוי עס

אוודאי איז נישטא האלב וומסב"ג אויף טעילאר, ווייל האלב וומסב"ג איז אינערגעץ נישט געגאנגען

טעפל » מאנטאג יוני 3, 2013 9:27 am

· #120696
שרייבער
לויט זיינע ווערטער וואס ער שרייבט בעפאר קוקט עס אזוי עס

אוודאי איז נישטא האלב וומסב"ג אויף טעילאר, ווייל האלב וומסב"ג איז אינערגעץ נישט געגאנגען

אדער געלאפען אהין און דערנאך אהער און דערנאך צוריק.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2013 10:24 am

· #120708
נאטורליך איז נישט קיין סאטמארער.
ער שיינט צו זיין פון קלויזענבורג, ווער עס געדענקט נאך זיינע באשרייבעכצער פון היידפארק.

..צוריק צום ענין.

משגיח » מאנטאג יוני 3, 2013 10:45 am

· #120711
באקומען אויף א בלעקבערי גרופ:
איך האב געהאט צוויי טיקעטס פון יוניאן מעמד, וואס א געוויסער עסקן האט פארטיילט ביינונז אין שוהל בחינם, למעשה האב איך עס אהין געגעבן פאר א צווייטען וויבאלד כ'האב געהערט אז אדמו"ר הגה"צ מקאסוב שליט"א וועט רעדן אויף טעילאר. ער האט מיך אוודאי נישט אנטוישט, ווי זיין שטייגער האט ער גערעדט דברים היוצאים מלבו הטהור. איך האב געהאפט שוין איינמאל פאר אלעמאל צו הערן דעם אדמו"ר מר"א פון סאטמער האט ער צו מיין מזל נישט גערעדט. זיין איידעם מייזעלס האט א מין שפראך וואס כ'אב נישט געוויסט עס איז היינט נאך בנמצא, ווי וואוינט ער? אויב מיינט ער עס אמת'דיג האף איך ער האט אסאך חסידים, ער האט געדינערט און געשאלט ווי א תלמוד בישיבת חכמי לובלין. סאטמער וויליאמסבורגע רב האט אויך פיין גערעדט, מען זעהט ער איז א כלי.
ר' חיים מערץ האט געזאגט דעם שיר המעלות ווי יום כיפור ביי שחרית. דער ציבור איז געווען געוואלדיג, לעבן מיר איז געזעצען א איד און זיך געווישט די טרערען מיט א שבת טאשטיכל, מען קען נישט פארגלייכען דעם כמות צו סיטיפיעלד, דאס ערנסטקייט האט זיכער איבערגעשטיגען פי כמה. ווען איך זעה נישט דעם צונויפגעקוועטשען ציבור פון ליע ביז בעדפארד און איבער אלע ברעגעס וואלט איך נישט געגלייבט אז האלב וויליאמסבורג האט אויפגעגעבען דאס הערן שמע ישראל פון סקולענער רבי שליט"א

משגיח » מאנטאג יוני 3, 2013 10:45 am

· #120712
אפדעיט: די באסעס זענען שוין אלע צוריק אנגעקומען קיין קרית יואל, דירעקט פון רחבת טעילאר. דאס ווייסע שוהל קוקט אויס ווי ליל תשעה באב נאך איכה; קיינער גריסט זיך נישט איינער דעם צווייטן; דער בעל תפלה שעפשעט ברכו מיט א שטיל קול, און ווען ס׳קומט צו קבלת עול מלכות שמים בלייבט שטיל אינגאנצן, זיך דערמאנענדיג פון די חלוקה פונעם טשערנאוויצער מיטן לעלובער... די מאראל איז געקלאפט, די דעפרעסיע איז גובר, און יעדער האט מורא ארויסצוברענגען די שאלה הגדול והנורא: פארוואס האב איך געדארפט פארן געוואלד??! צו זיין דער פערד און ציל-ברעט פאר יעדן לץ אין דער שטאט?? פארוואס בין איך געפארן צוויי שעה אויף א שטיקעדיקן מאנראו באס, בלויז צו זען אז רחבת טיילאר קען אנטהאלטן 500 זיצן, בעת צען טויזנט אידן וויליאמסבורגער אידן ראליען אין אנדערן עק שטאט און שרייען הויך: רבי אהרן הגדול והנורא, מיר ברויכן דיך ווי א לאך אין קאפ, אתה ובנך בכורך, ועבדך ואמתך אשר בעיר קרית יואל?
למה עניתנו? שמואל ווידער, דו גרויסער העלד און מלך הליצנות, אשר אמרנו בצלך נחי׳ בגוים, וואו איז דיין חכמה?? ציבעלע הירצקא, דו גרויסער עד הצוואה, דאס איז אלץ וואס דו קענסט?!
פארוואס האסטו מיר געמוזט רודפ׳ן א וואך לאנג אז איך מוז קומען ראטעווען דעם רבינ׳ס כבוד, בעת איך האב מיך מיטן רבין אינאיינעם געלייגט ללעג ולקלס, און יעדער שמויגער ווייסט צו זאגן אז ביי טעילאר ריידס חול המועד איז דא פיל א גרעסערער פארקער??
איז אלעס וואס מיר פארמאגן טאקע נאר חד מספינקא וחד מטשערנאוויץ, און מ׳דארף אונז פארטייבן דעם מח מיט א ווילדע פראקלאמאציע פון גיין מארשן אין מאנהעטן קעגן גיוס בני הישיבות?!
פארוואס האט דער אויסגעשפילטער זאלי געקענט האבן אן אויבן-אן וואס איז קיינמאל אין דער היסטאריע נאך נישט געווען, מיט א סדר המעמד מרפסין איגרא מיט סלתה ושמנה פונעם מזרח-וואנט פון יהדות החרדית -- בעת מיר האבן געדארפט טופען מיט די פיס און בייסן די נעגל ביי יעדן פרישן נאמען וואס מ׳האט אויפגערופן צום מייק??
פארוואס האט דער עם הארץ געקענט דעליווערן א דרשה וואס האט אפגעקלינגען מקצה העולם ועד סופו, בעת רבינו הגה״ק שר התורה, האט איינגענומען א מויל מיט וואסער, בעת מ׳האט אונז קלאר פארשפראכן אז מיר קומען הערן דעם דבר השם מפה קודש???
פארוואס, פארוואס, פארוואס, צוויבל, בראך, מאסרי, כאירה. דאנא, מיר ווארטן אויף תשובות!!
מיר זענען דא אין ווייסן שוהל און מיר ווארטן אולי וועט אונז איינער קומען טרייסטן, נחמו נחמו יאמר אלוקיכם

משגיח » מאנטאג יוני 3, 2013 10:47 am

· #120713
רבי מיט צוויי גבאים
📎 BLz0akcCUAAMxWa.jpg

טעפל » מאנטאג יוני 3, 2013 10:55 am

· #120716
משגיח, איך מיין ס'קומט אין צימעס..

פיינע קאווע » מאנטאג יוני 3, 2013 11:41 am

· #120724
משגיח דו ביזט נעכטן נישט געווען נישט אין טעילאר און נישט אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל. יעצט שרייב ווייטער און פראק אריין וויפיל עס גייט. זיך צו בארואיגען אביסל דיין ווייטאג.

שרייבער » מאנטאג יוני 3, 2013 12:11 pm

· #120737
פיינע קאווע
משגיח דו ביזט נעכטן נישט געווען נישט אין טעילאר און נישט אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל. יעצט שרייב ווייטער און פראק אריין וויפיל עס גייט. זיך צו בארואיגען אביסל דיין ווייטאג.

משגיח, עפעס איז נישט געגאנגען אויף יוניאן ווי ס'באדארף צו זיין, נעם אביסל פעין קילער ס'וועט דיר בעסער ווערן

וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין נישט געפארן נעכטן, אבער צו וועם איך רעד אז אן די היי עס קען בי

ברוך ה'

יונגערמאנטשיק » מאנטאג יוני 3, 2013 12:14 pm

· #120739
משגיח, דו ביסט אויסערגעווענליך!

איך בין נאר אביסעל צומישט, אפשר קענסטו מיר אויסקלארן א קליינעקייט. איך וויל וויסן צו אין די 500 מענטשן אויף טעילאר סט איז שוין די קרית יואל'ע יודן אריינגערעכנט?

שרייבער » מאנטאג יוני 3, 2013 12:24 pm

· #120742
האט מען גערעדט א ווארט ציונות נעכטן ביי יוניאן, אדער נאר ווען מען גייט צוזאמען מיט יעדן דארף מען רעדן להוציא מלבם, אבער ווען מען גייט עקסטער פעלט שוין נישט אויס

שרייבער » מאנטאג יוני 3, 2013 12:46 pm

· #120749
משגיח לעבן, אפשר רעכנסטו מיר אויס די נעמען פון די רבנים אויף די 'אן אויבן-אן וואס איז קיינמאל אין דער היסטאריע נאך נישט געווען"

דא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/120746">viewtopic.php?p=120746#p120746</a><!-- l -->

האב איך א ליסטע פון א הערליכע אויבן אן וואס איז אין ערגעץ נישט געווען, סאו אפשר שרייבסטו ווער ס'איז יא געווען א נייטראלער רב (חוץ ווינער רב און הרב שנעעבאלג פון מאנסי, וואס איך גלייב אז ווען זיי רעדן נישט וואלטן זיי אויך געבליבן אינדערהיים)

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 1:47 pm

· #120763
איינער פון טעילאר האט זיך פרבירט אריינצוכאפן אין יוניאן, באקומט א טיקעט

arony gets Ticket-22.jpg

טעפל » מאנטאג יוני 3, 2013 1:58 pm

· #120765
זר זהב
איינער פון טעילאר האט זיך פרבירט אריינצוכאפן אין יוניאן, באקומט א טיקעט

📎 arony gets Ticket-22.jpg

זר דו זעהסט נישט אז ס'איז נישט אין ניו יארק? אההה כ'האב פארגעסן, וויליאמסבורג איז אויך נישט אין ניו יארק..

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 2:00 pm

· #120766
כאמיר אויך געווינדערט. איינער זאגט מיר אבער אז מהאט גערופן פאליציי פון אריזאנע צו האלטן ארדענונג

זר זהב » מאנטאג יוני 3, 2013 2:08 pm

· #120772
ביזדערווייל איז דא בעסערע רעזאלטס פון טעילאר. א טעילאר באטייליגטע מיט זיין נייעם טעלעפאון

arony new_phone-249x300.jpg

שעפטל » מאנטאג יוני 3, 2013 2:20 pm

· #120776
סארי זר, אבער די דזשאוק איז פיין געלונגן!
ביטע ברענגן נאך פון טעילאר.

blauvelt » מאנטאג יוני 3, 2013 2:34 pm

· #120778
📎 777854885.jpg

גאלד » מאנטאג יוני 3, 2013 2:35 pm

· #120779
ביידע שטחים פון גוגל סעטעלייט, די זעלבע zoom סייז,
ביידע זענען געווען אנגעפילט על כל גדותיו

מ'קען זיך קריגן אויף דקות'דיגע נארישקייטן, אבער א אביעקטיווער מענטש וועט נישט זעהן קיין גרויס חילוק צווישן די 2
📎 asifas.JPG

סאשי פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 2:39 pm

· #120781
ביי טעלער איז נישט געווען קיין בענקלעך אויפען סיידוואלק
און נישט ביז לי און נישט ביז בעדפארד

גאלד » מאנטאג יוני 3, 2013 2:43 pm

· #120782
און ביי יוניאן איז געווען די 4 ליידיגע דורכגענג וואס איז שטארק בולט, ווי געשמועסט מ'קען זיך קריגן אויף נארישע דקות'דיקע זאכן,

דער סך הכל איז אויב מ'מאכט ווען א טויש וואלטן ביידע ציבורים רואיג אנגעפילט ביידע מקומות, בלי ספק

blauvelt » מאנטאג יוני 3, 2013 2:47 pm

· #120786
gold if you say about the same then i know that by union there was much more ps would love to see a pic taken from lee ave and not only from bedford towards lee

גאלד » מאנטאג יוני 3, 2013 2:50 pm

· #120787
blauvelt
gold if you say about the same then i know that by union there was much more


פארוואס? קענסט מיך פאר א ליגענער?

blauvelt » מאנטאג יוני 3, 2013 3:03 pm

· #120790
no but you belong to the taylor (KJ) side and chasidem are most of the time not objective about the goings
on by the other side and when they say about the same AMOUNT OF PEOPLE coming
from the side who yelled YECHIDIM HAMISHTALTIM AL HATZIBER tells me union had more UNDERSTAND

גאלד » מאנטאג יוני 3, 2013 3:08 pm

· #120791
well, that is precisely why i brought a clear picture, to debunk this theory, this photo is not forged or altered its straight out of google satelite

blauvelt » מאנטאג יוני 3, 2013 3:17 pm

· #120793
dont get what you are trying to prove from google map lets start by bringing me a pic from lee ave so i could see that the whole block that you are bringing
me from google map is full..... would also like to know how many people sat in each row by tailor

גאלד » מאנטאג יוני 3, 2013 3:39 pm

· #120797
you'll have to give me a raise to bring you all the stuff you are asking, boss
בלאט: 1 2