האט די סאטמאר רבי זי"ע געליינט די טיימס?
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3947
האט די סאטמאר רבי זי"ע געליינט די טיימס?
איך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ ,ער האט דאס געטוהן פאר צוויי ריזענס א', נישט צו טראכטן פון לערנען אין ביה"כ
ב', צו זיין אפדעיטעד איבער די ציונים און זייערע התגרת באומות /גזירות על יהדות שטיק.
אויב איינער האט א ידיעה לכאן או לכאן, ווערט געבעטן ארויף צו לייגען דא איבער זיין מיינונג און/אדער מקור...
ישר כח פון פאראויס
נ"ב "די דעבאטע האט קיין שייכות מיט אהרונים -זאלונים שטינק"
שטעלט אייך פאר ווען ס'גייט ווען ארויס א קלא דלא פסיק אז דער רבי גייט מיט א 'איד' אין אין בית-הכסא...
דיין פראגע באלאנגט דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/191">viewtopic.php?f=4&t=191</a><!-- l -->
לאמער טאקע רעדן וויאזוי מפלעגט עם צושטעלן שטיקלעך פון צייטונגען כדי עם אויף צורעגען
ביטע טויש די קעפל, און שרייב וועלכע רבי די רעדסט וועגן.
קודם רב, ביי מהר"א איז טאקע אזוי געווען, נאר אזוי ער פלעגט זיך זייער רעגן אויף די קוואליטעט דערפון )בין בגשמיות בין ברוחניות ( לאזט מען כהיום עס מער נישט צו פאר עם, און ער מוז ליידער נאר ליינען מעפס כמקדמת דנא.)געהערט פון גאר קראנטע מקורות(
ב' אנאנים ער האט לכאורה יא געקענט ענגליש, און דאס איז די ריזען פאר וואס ער פלעגט אלס שרייבן "נעוו יארק " ווייל אזוי פלעגט ער ליינען ענ אי דאבעליו...
ג' אנאנים, לדעתך וויאזוי פלעגט ער ליינען שטיקלעך פון די ענגלישע צייטונגען
און צו אטמיבעסט, איך האב געשריבן אינעם תגובה פון וועלכע רבי מ'רעדט דא...
אויב האט ער געקענט ליינען די לאטיינישע בוכשטאבן, די ראיה פון "נעוו יארק" איז גאנץ א שיינע כאפ, לעומת זה קען זיין די רעביצין האט עס אזוי פראנאונסט אדער אנדערע ארומיגע, אבער די שפראך ענגליש האט ער זיכער נישט געקענט, ווייל ער האט עס קיינמאל נישט געלערנט, און וואס מען לערנט נישט קען מען נישט.
אפשר האט ער עס געקענט פון די תורה?
דער פותח האשכול מיינט מן הסתם דעם סאטמאר רבין דער ברך משה וואס איז ידוע פלעגט ליינען דעם טיימס און נישט דוקא אין ביה"כ. עובדא ידענא ביים יום כיפור מלחמה איז געווען א דיון אין סיגוטער ביהמ"ד וועלכער איז געווען א גרעסער נצחון, ששת הימים אדער מלחמת יוה"כ. דער רבי איז ארויפגעלאפן און אראפגעברענגט דעם טיימס און געוויזן פונקטליך מיט מאפעס ווי זיי שרייבן אז יעצט איז געווען א פיל גרעסער נצחון.
גגלתי ולא מצאתי, תאמין..
ער שרייבט דאך קלאר:
רוזעוולטאיך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ
רוזעוועלט, איר האט קיינמאל נישט געליינט אזא זאך. אזויווי דער עולם האט שוין מעיר געווען, אז קיין ענגליש האט ער נישט געקענט, רעדן און אוודאי נישט ליינען.
ס'שווער צו גלייבן אז געוויסע זאכן האט דער רבי נישט געקענט, איך פארשטיי דיך.
בכלל איז ידוע, אז אין יעדע אינזיכט איז דער רבי זי"ע געווען דער "ערשטער" און דער "איינציגסטער", און וויבאלד ס'ידוע אז אנדערע גדולים האבן זיכער יא געליינט די נ"י טיימס, קען נישט זיין אז דער רבי האט אויך.
קודם כל אויב האט דער רבי זי״ע געליינט די טיימס איז עס ביי מיר א מעלה (נישט ווייל יעדע זאך וואס מיין רבי טוט מוז זיין א מעלה) נאר ווייל עס מיינט אז ער איז נישט געגאנגען מיטן קאפ און וואנט אריין נאר ער האט געהאלטן אן אויג ווי דער וועלט שטייט היינט און וואס דער עולם מיטשעט זיך מיט.
לענית דעתי וואלט יעדע רב געדארפט היינט האבן א שיעור און אינטערנעט צוויי מאל א וואך פאר ער קען מעורר זיין דעם עולם.
קאווע טרינקערער שרייבט דאך קלאר:
רוזעוולטאיך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ
רוזעוועלט, איר האט קיינמאל נישט געליינט אזא זאך. אזויווי דער עולם האט שוין מעיר געווען, אז קיין ענגליש האט ער נישט געקענט, רעדן און אוודאי נישט ליינען.
ס'שווער צו גלייבן אז געוויסע זאכן האט דער רבי נישט געקענט, איך פארשטיי דיך.
בכלל איז ידוע, אז אין יעדע אינזיכט איז דער רבי זי"ע געווען דער "ערשטער" און דער "איינציגסטער", און וויבאלד ס'ידוע אז אנדערע גדולים האבן זיכער יא געליינט די נ"י טיימס, קען נישט זיין אז דער רבי האט אויך.
אפשר איז ער בהאי גוונא געווען דער ערשטער?
ניו\נעוו יארק
לע"ד האט דאס צו טוהן ווי אזוי מ'זאגט א מלופים אויף אידיש פאר די וואס האבען א פוילישע הבהרה קומט עס אויס ווי א חיריק.
כדי נאך צו מאכען די הבהרה פון NEW אדער דעם אות U פון ענגליש צי אידיש, איז עס פאר די וואס שטאמען פון דער ליטע אדער רוסלאנד זייער פשוט:"יו". און טאקע זיי האבען אזוי געשריבען [כאטש אין אידיש איז נישט פארהאן א גלייכען צו W אבער פאר EW קען מען שרייבען "יו"
אבער פאר די מיט א פויליש\אידיש אקצענט, איז פאר די וואס האבען נישט געקענט ענגליש און האבען געליינט דער נאמען פון NEW YORK אלס "ניו" יארק האט עס זיך געליינט פאר זיי NEV ווייל דער ו' פון ניו איז אדער כמו חיריק [שטימט דאך נישט נאך א י'] מיז עס זיין א V לפי זייער הבהרה.
קודם, כ'האב הנאה ווי דער עולם פירט יעדן שמועס אריין אין נארישע פאליטיק (כ'זע אז כ'בין נישט דער איינציגסטער ) ,ב' האב איך אמאל געהערט א מעשה אז דער רבי זי"ע האט זיך אויסגעדריקט פאר א רב "פאליטיק פארשטיי איך בעסער " סאיז קלאר אז די רבי האט נישט ליב געהאט אז מזאל אים קענען איינרעדן זאכן, ומשום הא האט ער שטארק מיטגעהאלטן די נייעס און פאליטיק...
געהערט פון א איד וואס פארקויפט צייטונגען אז ער איז אמאל אריין צו ישיעות משה מוויזניץ זצ"ל און וויזניץ רבי האט אים געפרעיגט וואס ער טוט פאר פרנסה? האט ער גענפערט אז ער האנדעלט מיט צייטונגען האט אים וויזניצע רבי געפרעיגט די טיימס פארקויפסטו אויך? פארציילט די איד אז פון ווי האט וויזניצע רבי געוויסט פון די טיימס צו זאגען? נאר ביי די חתונה פון מהר"א האט זיך די ברך משה אונגערופען פארען מחתן איר זאלט וויסען מיין זון איז זייער א געלונגנע אפי' די טיימס קער ער ליינען
ומי יעמוד בסוד קדושים
כפי ידיעתי, האט ער געליינט אין ביה''כ 'צייטונגען' (און מען מיינט נישט דער איש, דאס פלעגט ער (עכ''פ אפיצעיל) ליינען וועכנטליך, אלע קעפלעך), ולא קבלתי איזה, ואולי בנטעי גבריאל על עניני עיתונות מובא.
ימי קדםואולי בנטעי גבריאל על עניני עיתונות מובא.
😂
איש צדיק תמיםקודם כל אויב האט דער רבי זי״ע געליינט די טיימס איז עס ביי מיר א מעלה (נישט ווייל יעדע זאך וואס מיין רבי טוט מוז זיין א מעלה) נאר ווייל עס מיינט אז ער איז נישט געגאנגען מיטן קאפ און וואנט אריין נאר ער האט געהאלטן אן אויג ווי דער וועלט שטייט היינט און וואס דער עולם מיטשעט זיך מיט.
לענית דעתי וואלט יעדע רב געדארפט היינט האבן א שיעור און אינטערנעט צוויי מאל א וואך פאר ער קען מעורר זיין דעם עולם.
דו מיינסט מסתמה א שיעור אין קאווע שטיבל!! 😂
רבי משה האלברשטאם זצ"ל פון ירושלים פלעגט פארציילן אז אמאל אלס קינד האט ער געזעהן ווי איינער פון די שטוב מענטשן געט איבער פארן רבי'ן א "מעריב" און דער רבי האט עס גענומען אנכאפנדיג מיט די ערמל, און נישט מיט הענט, און האט געליינט דערין. און דער אמת איז געווען, אז ער האט דאך געוואלט וויסן וואס גייט פאר, און נישט זיין אויסגעפלאקט און אומוויסנד.
וועגן נעוו יארק, אסאך עלטערע אידן אין אמעריקע פלעגן אמאל אזוי אויסלייגן דעם נאמען פון די שטאט, היינט צוטאג איז עס שוין נישט אזוי קאמען, אבער ס'איז נישט קיין ראיה אז דער רבי האט געקענט ליינען. ער האט בלויז נאכגעזאגט דעם דעמאלט'סדיגן נאמען וואס יעדער האט געזאגט.
רוזעוולטאיך האב אמאל געליינט, אז דער רבי זי"ע -בעל דברי יואל - פלעגט זיך צו פירן צו ליינען דעם נ"י טיימס אין ביה"כ ,ער האט דאס געטוהן פאר צוויי ריזענס א', נישט צו טראכטן פון לערנען אין ביה"כ ב', צו זיין אפדעיטעד איבער די ציונים און זייערע התגרת באומות /גזירות על יהדות שטיק. אויב איינער האט א ידיעה לכאן או לכאן, ווערט געבעטן ארויף צו לייגען דא איבער זיין מיינונג און/אדער מקור...
נ״ב "די דעבאטע האט קיין שייכות מיט אהרונים -זאלונים שטינק"
רוזעוולטקודם רב, ביי מהר"א איז טאקע אזוי געווען, נאר אזוי ער פלעגט זיך זייער רעגן אויף די קוואליטעט דערפון )בין בגשמיות בין ברוחניות ( לאזט מען כהיום עס מער נישט צו פאר עם, און ער מוז ליידער נאר ליינען מעפס כמקדמת דנא.)געהערט פון גאר קראנטע מקורות(
רוזעוולטקודם, כ'האב הנאה ווי דער עולם פירט יעדן שמועס אריין אין נארישע פאליטיק (כ'זע אז כ'בין נישט דער איינציגסטער
👍 נהנתי.. א איידיע ווי אזוי ארויס צוברענגען א נקודה.
כ'האב געהערט פון החסיד המרומם רבי אברהם משה גאלדרינג ז"ל מב"פ ממתפללי ביהמ"ד סיגוט,
והיה גם ההויזבחור של הברך משה בהיותו אב"ד סיגוט,
ווי ער האט עים געהייסן קויפען א טיימ'ס און טשיקען ווינגס... וואס דער רבי זייער געגליכען...
ער פלעגט אבער מוסיף זיין, אז געווענדליך האט ער געוואלט קוקען דו סטאקס זעהן ווי ס'האלט...
נישט ווי דער משה היה רויעך מאכט אים פאר אן עני ואביון מגוזלו...
איך קען אסאך אידן וואס ליינען די סטאקס און זיי זענען יא עניים ואביונים....
איז דען דא איין סאטמארא מיטגלידער (ב"מ אוהבים און שונאים צוגלייך) וואס ווייסט נישט אז דער ב"מ איז געווען א עושר מופלג? אדער וואס ווייסט נישט אז א גרויסע חלק פון משה גבאי כח נעמט זיך דערפון וואס ער איז א שעירהאלדער פון א חלק פון די אינוועסטמענטס און האט זיי געפירט?
איך אויךאיז דען דא איין סאטמארא מיטגלידער (ב"מ אוהבים און שונאים צוגלייך) וואס ווייסט נישט אז דער ב"מ איז געווען א עושר מופלג? אדער וואס ווייסט נישט אז א גרויסע חלק פון משה גבאי כח נעמט זיך דערפון וואס ער איז א שעירהאלדער פון א חלק פון די אינוועסטמענטס און האט זיי געפירט?
מען פראבירט איינרעדן די יונגווארק וואס געדענקן שוין נישט
פאר די וואס ווילען די אמת, דער רבי זי״ע (ברך משה) איז אלע יארען - ביז ער איז נישט געווארען סאטמער רבי - געווען א עני ואביון מגוזלו, זיינע קינדער דערציילען די גוטסקייט פון מאנכע אידן אז זיי פלעגן קיין זאגען פאר דעם בעל דברי יואל זי״ע פאראז געלט האט ער גענוג, אזוי אז ער זאל אים ח״ו נישט שטיצען, די ענגשאפט איז טייל מאל געעוען אין לשער.
שפעטער ווען ער איז געווארען רבי, האט ער געהאט חסידים וואס האבן אים געוואלט האבן אלץ שותף אין די בזינעס, און זיי פלעגן אין געבן גרויס געלט.
אבעל לעומת די מיליאנענן וואס די אנדערע רבי׳ס האבן ווי למשל דער היינטיגער בעלזער אדער דער גור׳ער אדער דער קלוז״ב, וואלט ער געהייסן גאר א שוואכער פארדינער.
בדחןפאר די וואס ווילען די אמת, דער רבי זי״ע (ברך משה) איז אלע יארען - ביז ער איז נישט געווארען סאטמער רבי - געווען א עני ואביון מגוזל
ער האט געפירט דין תורות, געגעבן הכשרים, און געפרוירען נפטרים וכו', נישט גענוג אינקאם?
דארף מען וויסען ווען ער האט אנגעהויבן מיט די״ת, וויפל געלט ער האט באקימען, אא״וו.
דאס איז זיכער אז זיינע קינדער זענענן נישט קיין שקרנים, און זיי האבן שוין אסאך גערעדט עפענטליך דערפון.
און מן הסתם נאכען חתונה מאכען מוהר״א און נאך א קינד צוויי איז שוין אויטעמאטיש געווארען גרינגער וויבאלד מען האט שוין מער געשטיצט,
לייקענען שמש בצהרים האט נישט קיין זין. פונקטליך ווען די ביזנעס האט אנגעהויבן גיין גוט ווייס איך נישט, אבער אכצן שלמים קומט נישט פון קוויטל געלט...
בכלל כאפ איך נישט וואס דו פארדינסט פון דעם, די עיקר פראבלעם (פראבלעם? הלואי אויף אלע רבי׳שע קינדער געזאגט) וואס מען מיינט איז די עצם עוסק זיין במסחר, אפגעזען צי ער האט שיין מרוויח געווען צי נישט. (אויב עפעס איז פארקערט, אןיב האט ער יא שיין מרויח געווען פארשטייט מען עס בעסער אז סאיז שווער - און א שאד - אויף צו געבן די מסחר).
קיינמאל נישט געהערט פון זיינע קינדער (וועלכע זענען דוקא יא בחשש שקרנים, בפרט אין די נושא, איינמאל הער איך פון א קינד זיינע אז ער האט נישט צוגעגעסן קיין סאוער פיקל צו די בארבעקיו סטעיק... גיי גלייב עס) דערציילן אזאנס.
דעת תורהלייקענען שמש בצהרים האט נישט קיין זין. פונקטליך ווען די ביזנעס האט אנגעהויבן גיין גוט ווייס איך נישט, אבער אכצן שלמים קומט נישט פון קוויטל געלט...
בכלל כאפ איך נישט וואס דו פארדינסט פון דעם, די עיקר פראבלעם (פראבלעם? הלואי אויף אלע רבי׳שע קינדער געזאגט) וואס מען מיינט איז די עצם עוסק זיין במסחר, אפגעזען צי ער האט שיין מרוויח געווען צי נישט. (אויב עפעס איז פארקערט, אןיב האט ער יא שיין מרויח געווען פארשטייט מען עס בעסער אז סאיז שווער - און א שאד - אויף צו געבן די מסחר).
קיינמאל נישט געהערט פון זיינע קינדער (וועלכע זענען דוקא יא בחשש שקרנים, בפרט אין די נושא, איינמאל הער איך פון א קינד זיינע אז ער האט נישט צוגעגעסן קיין סאוער פיקל צו די בארבעקיו סטעיק... גיי גלייב עס) דערציילן אזאנס.
דעת תורה, אנדערש ווי דיר וויבאלד איך בין א נוטראלער און נישט און א דירעקט חסיר מוהרז״ל (איך בין א אייניגע חסיד פון אלע ערליכע אידן ובתוכם די צוויי ברידער) האב איך די פריווילעיגע נישא צו זיין א שונא פארען ברך משה און יא גלייבען זיינע קינדער, און יא אנעמען פון די וואס די ווייסען וואס דערציילען.
עובדה: דאס זיכער אז ביז בעפאר די עלטסטע זון חתונה, איז די געלט מצב דארט אין שטוב געווען שרעקליך.
ווי שטארק שונא ברויך מען זיין פארן ברך משה אנצינעמען דעם שקר גס פון 18 שלימים וואס לויט די שונאים זיינע(דעמאלס בעפאר די אינפארמעישאן עידזש האט מען אפגעקויפט שאולזאנ'ען ודומיו פאר גוט געלט) האט ער דאס גאר געזאגט ביים סדר כטוב ליבו פון די שטארקע מאסט וואס ער האט דארט געטרינקן.
אזויפיל איז זיכער אז ביים טיילען די ירושה פאר 6 פון די זיבן קינדער זיינע איז דאס געווען אפשר א מיליאן טאלער אלעס ציזאמען, זעט אויס אז דער גבאי האט געירשענט די איבריגע 17 מיליאן.
זיין זון אדמו"ר מהר"א ביי איינע פון די הספידים זיינע האט ארויסגעברענגט די חלק הצדקה זיינע, דערציילט אז בנו שלום אליעזר זייענדיג זיין גבאי צדקה האט א חשבון פון מיליאנען וואס ער האט אויסגעטיילט נאר דורעך אים.
ער האט דארט געגעבן עטליכע דוגמאות פון די מידת צדקה זיינע, לדוגמה ער פלעגט יעדעס יאר פאר פסח און סוכות ביים באקומען זיינע וועידזשעס פון קהל תיכף אויסטיילען דאס גאנצע פאר עניים.
דאס אלעס עד אפ צי די 18 שלימים וואס יענער זאגט דא נאך מיטן גאנצען ערענסקייט.
קאווע טרינקערבדחןפאר די וואס ווילען די אמת, דער רבי זי״ע (ברך משה) איז אלע יארען - ביז ער איז נישט געווארען סאטמער רבי - געווען א עני ואביון מגוזל
ער האט געפירט דין תורות, געגעבן הכשרים, און געפרוירען נפטרים וכו', נישט גענוג אינקאם?
ער האט געפירט דין תורה"ס ביז אינמיטן די כ"ף יארן ווען זיינע שותפים זענען געווען אזאנע ווי דער ריסקעווער רב וכדומה פרוביר מאכן ריסורדזש ווי גרויסע ביזנעס דאס איז געווען דעמאלס. אגב דער זון זיינער ביי א הספד האט טאקע געזאגט אז דער טאטע האט זיך אפגעלאזט דערפון ווען ער האט געזען אז ס'ווערט א ביזנעס.
הכשרים האט ער געגעבן און צוויי תקופות דאס ערשטע און די יו"ד יארן ווען סיגוט האט געהאט אן אייגען בוטשער (כווייס נישט צי פאר באצאלט). דאס צווייטע און די למ"ד יארן ווען איינע פון די קינדער זיינע האבן חתונה געהאט און כדי יענעם אויסהאלטן האט ער אנגענומען צי געבן א הכשר אויך די מיעל מארט סטארס (נישט די שחיטה)
געפרוירן נפטרים ברויך איך נישט גלייבן מאיר אמסעל און זיין המאור וואס די שונאים זיינע האבן אריינגעשטעלט בשנות הלמ"ד און שוין געבליבן א פאקט ביי די וואס האבן אים נישט געגליכן און סאטמאר און אין דער פרעמד. (און אויב ווילסטי יא גלייבן דאן גלייב אויך וואס ער האט פארקויפט אויף קלויזענבארג און נאך אסאך)
אויף וויפיל אלע זיינע נאנטע דערציילן (אפילו די אזויגערופענע שותפים זיינע ווי הייזלער וכדומה) האט און זיין שטוב ביז ער איז געווארן רבי און סאטמאר געהערשט א שטארקע עניות.
בשנת תשל"ח ווען ער האט חתונה געמאכט זיין אינגסטע טאכטער האט מען נאך געמאכט א פאבליק טיי אווענט דערפאר.
ווי ווייט איך ווייס איז דארט קיין חי שלימים קיינמאל נישט געווען ס' נאר געווען לשבר את האוזן פון זיינע גוטע אוהבים וואס האבן כסדר געווארט צו הערן א גוט ווארט אויפן רבן של ישראל
שמו יגעראיך קען אסאך אידן וואס ליינען די סטאקס און זיי זענען יא עניים ואביונים....
אבער דער הייליגער ברך משה זי"ע האט עס געליינט מצד נסיון העושר... 😂
#פעטיציע אלערט
ס'איז מסתבר וואס אנדערע האבן שוין פריער געשריבן אז סאטמאר רב האט לכאורה נישט געליינט אויסשניטן פון די טיימס, ווארום ער האט דאך נישט געקענט ענגליש. די לעגענדע אז שטוב מענטשן פלעגן אים אריינווארפן צייטונגן דורכן שפאר פון ביהכ"ס טיר, קען מען דאס איינזעצן אז מ'רעדט פון אידישע אדער היברעישע צייטונגן.
כ'האב געהערט פון א נאנטע חסיד ע"ה צוויי שיחות חולין וואס ער האט געהאט מיטן רבי'ן.
1) ס'איז געווען אין די קאלטע קריג יארן ווען די אמעריקאנע און סאוויטען זענען געווען פארמישט און אן אטאמישע וואפן געיעג. אמעריקע האט אין יענע טעג אויספראבירט א גאר שטארקע באמבע (ווארשאנליך די הידראזשין באמבע אים 1952). די וועלט איז געפארן אויף רעדער און מ'האט געלעבט אין א פחד. סאטמאר רב האט זיך אריינגעזעצט אין זיין אוטו צו פארן ערגעצוואו, אויסדרייענדיג צו דעם אויבענדערמאנטער חסיד וועלכער איז געזיצן אונעם הונטערשטן זיץ, פרעגענדיג, "דו ליינסט דאך דעם טיימס, נו, וואס זאגן זיי?"
2) ווען איטשע מאיר לעווין האט באזיכט ביים סאטמאר רב, האט אים דער רב פארגעהאלטן איבער א געוויסע שריט זיינער וואס איז געווען באריכטעט אין די אידישע (אפשר איזרעילי) צייטונגן. דער רבי האט ארויסגעשטורעמט פון זיין צימער צום פאדערשטען צימער ווי חסידים זענען געזיצן זיך צוצוהערן צו די קולות אינעם צימער. דער רבי האט באפוילן דעם אויבנדערמאנטן חסיד צו אהיימגיין און ברענגן דעם צייטונג אויסשניט.
דער אלטער? לכאורה נישט ווייל ער נישט געקענט קיין ענגליש
דער ברך משה? מסתמא יא
דער היינטיגער? זיי ביידע דארפען דאס נישט ווייל זיי קוקען ביידע טעלעוויזשאן און אינטערנעט.
בדחןפאר די וואס ווילען די אמת, דער רבי זי״ע (ברך משה) איז אלע יארען - ביז ער איז נישט געווארען סאטמער רבי - געווען א עני ואביון מגוזלו, זיינע קינדער דערציילען די גוטסקייט פון מאנכע אידן אז זיי פלעגן קיין זאגען פאר דעם בעל דברי יואל זי״ע פאראז געלט האט ער גענוג, אזוי אז ער זאל אים ח״ו נישט שטיצען, די ענגשאפט איז טייל מאל געעוען אין לשער.
שפעטער ווען ער איז געווארען רבי, האט ער געהאט חסידים וואס האבן אים געוואלט האבן אלץ שותף אין די בזינעס, און זיי פלעגן אין געבן גרויס געלט.
אבעל לעומת די מיליאנענן וואס די אנדערע רבי׳ס האבן ווי למשל דער היינטיגער בעלזער אדער דער גור׳ער אדער דער קלוז״ב, וואלט ער געהייסן גאר א שוואכער פארדינער.
און וואס איז מיט די אלע נוירסינג האומס אין שיקאגא, מפי השמועה...? וואו די רעביצן חי' ע"ה איז געפארן מיט'ן פלעין א יעדער וואך....!
איך ווייס נישט וועיגן דעם נ.י. טיימס. (אויב דער דברי יואל האט עס געליינט אין ביהכ"ס.). אבער דעם המודיע האט ער זיכער געליינט ביי זיך אין (ספרים?) שטוב. מעשה שהיה. ס'איז געקומען אמאל. אן אגודה עסקן, הפותח על שתי הסעיפים, און ער האט געמאכט דעם אנשטעל כאילו ער איז א קנאי, האט איהם דער סאטמאר'ער רבי געפרעיגט איבער עפעס א דרשה וואס ער האט געזאגט אין יום העצמאות. ער האט געלייקנט. האט עים דער סאטמאר רבי ארויס גענימען א "המודיע" פונ'ם אונטערשטן לעידל, און געוויזן זיין פיקטשער ווי ער זאגט די דרשה... ❓ .
berlbalagulehe]
און וואס איז מיט די אלע נוירסינג האומס אין שיקאגא, מפי השמועה...? וואו די רעביצן חי' ע"ה איז געפארן מיט'ן פלעין א יעדער וואך....!
די רעביצן חי' ע"ה האט געוואינט אין שיקאגא ווייל איר שווער הגה"צ מאיהעל ז"ל האט דארט געוואוינט און געהאט נורסינג האומס האבן זיי (איר מאן ר' בעריש און זי) געארבעט פאר אים, דאס האט מיט'ן ב"מ זצ"ל גארנישט געהאט, דאס ווייס איך ממקור ראשון.
אויב ער האט געהאט/געמאכט ביזנעס, שטאמט פון המאור און אלגעמיינער זשורנאל אין די יארן וואס ער איז געווען אלס סיגעטער רב מראשי היהדות חרדית דערפאר האבן זיי אים באשמוצט מיט די זאכן (געפיטערט געווארן דורך היימישע אינשי דלא מעלי וד"ל)
איך האב א רעכט נישט צו גלייבן עס פונקט ווי אנדערע האבן א רעכט יא צו גלייבן