☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צי וועלכע כינוס גיין די לאקאלע רבנים ??

צי וועלכע כינוס גיין די לאקאלע רבנים ??

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3934
בלאט: 1 2

זלמן זאפיר » מיטוואך מאי 29, 2013 4:37 pm

· #119349
צי וועלכע כינוס גיין די לאקאלע רבנים ??
ס'וואלט געווען אינטערסאנט צי זעהן ווי די לאקאלע וויליאמסבורג'ע רבנים גיין טיען בנוגע די כינוסים ווי זיי גייען גיין

פאפא רבי האב איך געהערט גייט נישט אין ערגעץ
וויען רב גייט נאר צי די זאלי'ס

ווער עס ווייסט פין נאך רבנים זאל ביטע מיטיילן

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 4:40 pm

· #119351
דער זאלביטובער הער איך בלייבט אויך אינדערהיים

די אסיפות ווערן א וויץ

זלמן זאפיר » מיטוואך מאי 29, 2013 5:06 pm

· #119368
סוקעלנע רבי'ס גבאי שמעון ישראל פריעד קאלט ארום נוטראלע מוסדות אין וויליאמסבורג אז מען זאל נאר גיין צי זאלי'ס כינוס

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 5:19 pm

· #119371
מאכט סענס. ענק זענען נישט מיטגעגאנגען מיט סקולענע רבי'ן א יאר צוריק

גאלד » מיטוואך מאי 29, 2013 5:23 pm

· #119373
אויב סקולענער רבי איז א ביליגער פאליטיקאנט מאכט עס טאקע זייער אסאך סענס

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 5:24 pm

· #119374
זלמן זאפיר
סוקעלנע רבי'ס גבאי שמעון ישראל פריעד קאלט ארום נוטראלע מוסדות אין וויליאמסבורג אז מען זאל נאר גיין צי זאלי'ס כינוס

זלמן זאפיר » מיטוואך מאי 29, 2013 5:26 pm

· #119376
שלמה יאנק'ל זאגט אז די איינציגסטע מוסדות וואס מען מעג שטיצן אין ארץ ישראל איז חסד לאברהם מיט שומרי החומות

ווייל די געלט קומט קיינמאל נישט אן אין ארץ ישראל....

גאלד » מיטוואך מאי 29, 2013 5:27 pm

· #119377
הייסט דער גבאי איז א ביליגער פאליטיקאנט,

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 5:28 pm

· #119378
שאקינג!!!

גאלד » מיטוואך מאי 29, 2013 5:29 pm

· #119379
גראדע נישט

זלמן זאפיר » מיטוואך מאי 29, 2013 5:52 pm

· #119385
זר זהב
מאכט סענס. ענק זענען נישט מיטגעגאנגען מיט סקולענע רבי'ן א יאר צוריק



די זעלבע ווערטער טענה'ט שמעון ישראל פריעד ער זאגט ס'איז פשוט'ע נקמה אקציע פין פאריאר
מען קען דיבעטן צי ער גערעכט

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 5:53 pm

· #119386
זלמן זאפיר
זר זהב
מאכט סענס. ענק זענען נישט מיטגעגאנגען מיט סקולענע רבי'ן א יאר צוריק



די ווערטער זעלבע ווערטער טענה'ט שמעון ישראל פריעד ער זאגט ס'איז פשוט'ע נקמה אקציע פין פאריאר
מען קען דיבעטן צי ער גערעכט

וויפיל אויערן האסטו?

גדעון » מיטוואך מאי 29, 2013 6:27 pm

· #119402
זר זהב
זלמן זאפיר
זר זהב
מאכט סענס. ענק זענען נישט מיטגעגאנגען מיט סקולענע רבי'ן א יאר צוריק



די ווערטער זעלבע ווערטער טענה'ט שמעון ישראל פריעד ער זאגט ס'איז פשוט'ע נקמה אקציע פין פאריאר
מען קען דיבעטן צי ער גערעכט

וויפיל אויערן האסטו?

סקולענע רבי איז א פאליטיקאנט
זיין גבאי א פאליטיקאנט
מהרז"ל שפילט פאליטיק
נאכן כינוס וועלן נאך א רייע רבנים ווערן פאליטיקאנט איבערנאכט

אבער איין רב פון די גרעסטע שענסטע קהלה אויף דער וועלט וואס ווייסן נישט וואס פאליטיק מיינט, ווייסן נישט וואס אינטערברענגן שונאים מיינט, זיי ווילן בלויז אז ר' מענדעלע זאל זאגן א דרשה און מלאזט אים נעבעך נישט, וויי געוואלד.
וויאזוי האט רב געשטענטנער געשריגן, רשעים! מערדער! נאציס! מענטשן פרעסער...

וואויל איז פאר דעם וואס גלייבט. די אלע מעשיות איז אזויפיהל אמת ווי דיין מעשה מיט ר בערל כץ פון היינט

שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 7:50 pm

· #119432
אויף דעם וויזיט נעמט יעצט סקולען/זיין גבאי נקמה...
📎 IMG-20130529-WA027.jpg

גאלד » מיטוואך מאי 29, 2013 9:30 pm

· #119453
גדעון
זר זהב
זלמן זאפיר
זר זהב
מאכט סענס. ענק זענען נישט מיטגעגאנגען מיט סקולענע רבי'ן א יאר צוריק



די ווערטער זעלבע ווערטער טענה'ט שמעון ישראל פריעד ער זאגט ס'איז פשוט'ע נקמה אקציע פין פאריאר
מען קען דיבעטן צי ער גערעכט

וויפיל אויערן האסטו?

סקולענע רבי איז א פאליטיקאנט
זיין גבאי א פאליטיקאנט
מהרז"ל שפילט פאליטיק
נאכן כינוס וועלן נאך א רייע רבנים ווערן פאליטיקאנט איבערנאכט

אבער איין רב פון די גרעסטע שענסטע קהלה אויף דער וועלט וואס ווייסן נישט וואס פאליטיק מיינט, ווייסן נישט וואס אינטערברענגן שונאים מיינט, זיי ווילן בלויז אז ר' מענדעלע זאל זאגן א דרשה און מלאזט אים נעבעך נישט, וויי געוואלד.
וויאזוי האט רב געשטענטנער געשריגן, רשעים! מערדער! נאציס! מענטשן פרעסער...

וואויל איז פאר דעם וואס גלייבט. די אלע מעשיות איז אזויפיהל אמת ווי דיין מעשה מיט ר בערל כץ פון היינט


סארקאזם, לצנות און דעמאגאגיע מאכט נאך נישט גערעכט

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:10 am

· #119529
זר זהב
דער זאלביטובער הער איך בלייבט אויך אינדערהיים

אגב, ער גייט נישט בלייבן אינדערהיים,
ער פראוועט דעם זונטאג קרח, אור לכ"ה סיון, א בר מצוה סעודה פאר זיין עלטסטען זון הערשעלע אין זאל פון בית רחל.
דער בחור שמואל צבי ווערט דרייצן ד' אב.

אזוי אז די נייטראלע רבנים האבן שוין ווי צו גיין פארברענגען יענעם אווענט.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:18 am

· #119530
ער ווערט 13 ד׳ אב איז וואס איז די בר מצוה כה סיון?

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:30 am

· #119531
הייבט אן לייגן תפלין פריער, פארוואס, דארף מען פרעגן דעם אבי הבן.

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:54 am

· #119579
שעפטל
אויף דעם וויזיט נעמט יעצט סקולען/זיין גבאי נקמה...


פארוואס איז דער גבאי אזוי ברוגז אויף דעם וויזיט?
האט מען דען אים נישט אריינגעלאזט דארטן, אדער נישט גענוג באצאלט דערפאר?

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:59 am

· #119581
זייער פשוט, מ'האצעך ארויסגעשלעפט צוועלעווע ביינאכט קיין קרית יואל און דער סאטמארע רבי האט נישט נאכגעגעבן און זיך ווייטער געהאלטן צו די מסורה אישו'ס.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:39 am

· #119605
דער שמעון ישראל פריעד דערהייבט נישט דעם דרוק פין אריין מישן דעם סוקלענער רבי אין די סאטמאר'ע דרעק
האט ער עס איבער געגעבן פארן יונגעסטן זין פין סוקעלנער רבי ר' שמואל מרדכי אז זאל פאטשקענען דערמיט

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:39 pm

· #119701
זלמן זאפיר
דער שמעון ישראל פריעד דערהייבט נישט דעם דרוק פין אריין מישן דעם סוקלענער רבי אין די סאטמאר'ע דרעק
האט ער עס איבער געגעבן פארן יונגעסטן זין פין סוקעלנער רבי ר' שמואל מרדכי אז זאל פאטשקענען דערמיט


נו, טויג ער?

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:28 pm

· #119741
אב"ד וויזשניץ-מאנסי-וויליאמסבורג שליט"א האט געזאגט אז ער גייט נישט אין ערגעץ.

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:11 pm

· #119763
יארמע רב האט א שמחה

ראש המדברים » דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:25 pm

· #119766
אזוי גייט עס מיט דיר? אויב איינער גייט נישט צו ביידע איז ער גלייך צום יארמע רב און זאבילטוב

זר זהב » דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:33 pm

· #119769
Chill out

I dont give a rats behind about this kinisim

שעפטל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:23 pm

· #119812
א זאלי דעלעגאציע יצחק שטערן, הרב לייבוש פריעדמאן, ר' יחזקאל ט"ב, זענען דזשאסט געווען ביי פאפא רבי מכבד זיין צו רעדן. אבער ער האט עס נישט אנגענומען

אריק » דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:43 pm

· #119821
אויף וואס נעמט דער פאפא רב נקמה?

כתר מלכות » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:04 pm

· #119829
אין סאטמאר - ראדני הענגט א צעטל מיטן לעדער העט פון סקולען'ער קהלה, אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט זיך באטייליגען ביים מעמד "לשמור ולעשות".

נולד מאוחר » פרייטאג מאי 31, 2013 12:40 am

· #119861
סקולנער רבי דרשה ביים סיטי פיעלד איז געווען ציקער זיס ער האט ארום גערידט פון די בהעמעהס מיט די קאפ אראפ.איך גלייב אסאך מענטשען וועלן קומען נאר פאר זיין דרשה אליינס.

רוזעוולט » פרייטאג מאי 31, 2013 1:24 am

· #119867
איך בין נייגעריג ווי ר' מיכל'ע זלאושובער וועט גיין

ר' שמחה » פרייטאג מאי 31, 2013 7:09 am

· #119890
זלמן זאפיר
דער שמעון ישראל פריעד דערהייבט נישט דעם דרוק פין אריין מישן דעם סוקלענער רבי אין די סאטמאר'ע דרעק
האט ער עס איבער געגעבן פארן יונגעסטן זין פין סוקעלנער רבי ר' שמואל מרדכי אז זאל פאטשקענען דערמיט

די פרשה מיט ר' שמואל מרדכי הייבט זיך נישט איצטערט אן,
שמעתי, אז לכבודו איז זיין טאטע-זיידע נישט געווען אין וויליאמסבורג אויף קיין שבת אדער יו"ט דעם פארגאנגענעם יאר, אזוי אויך האט זיך אפגעשטעלט די פלענער פון די נייע בימ"ד אין ב"פ.

ר' שמחה » פרייטאג מאי 31, 2013 7:10 am

· #119891
רוזעוולט
איך בין נייגעריג ווי ר' מיכל'ע זלאושובער וועט גיין

כהאף נישט אין שפיטאל.

gehlungen » פרייטאג מאי 31, 2013 8:43 am

· #119901
זר זהב
Chill out

I dont give a rats behind about this kinisim

ZEIR- dee brayngst git ahrois deineh gefeelen 😛

זלמן זאפיר » פרייטאג מאי 31, 2013 10:57 am

· #119923
גייט ארום א זשאק אז דער סוקלענער רבי שליט"א גייט רעדן ביי די זאלי'ס אין זינגען א ניגון ביי די אהרונים

SatmarActions » פרייטאג מאי 31, 2013 5:48 pm

· #120054
כינוס לשמור ולעשות סדר המעמד
image.jpg

SatmarActions » פרייטאג מאי 31, 2013 6:12 pm

· #120061
סדר המעמד חומותיך וועמ״ס
image.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 31, 2013 6:35 pm

· #120065
זלמן זאפיר
גייט ארום א זשאק אז דער סוקלענער רבי שליט"א גייט רעדן ביי די זאלי'ס אין זינגען א ניגון ביי די אהרונים

ער גייט רעדען ביי איין קינות, און זיין זוהן וועט איבערטיישען ביי די צווייטע.

SatmarActions » זונטאג יוני 2, 2013 12:15 am

· #120119
Sider hamamed
image.jpg

נולד מאוחר » זונטאג יוני 2, 2013 12:18 am

· #120121
סגעפעלט מיר די ארוינישע מאוו א בעלזע דיין גייט רעדען.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 12:22 am

· #120123
כ"ק מרן אדמו"ר בית יצחק איז אביש?

זר זהב » זונטאג יוני 2, 2013 12:25 am

· #120126
יא, די זאליס האבן שווער געארבעט אים צו האבן. ר' לייביש האט אים אפילו גערופן אבער ס'האט נישט געהאלפן. האט מען פרובירט פעסטע רב זאל אויף אים משפיע זיין אבער ער שרייט חי וקים ער גייט נישט צו עמעראצים

גדעון » זונטאג יוני 2, 2013 1:01 am

· #120145
אוי ואבוי, וואס וועט זיין מיט ר' מענדעל'ס דרשה? ער וועט מוזן בלייבן דערמיט?

איך בין מוחה!

בן תמליון » זונטאג יוני 2, 2013 1:37 am

· #120162
שמעתי אז הגר"פ הערשקאוויץ וועט זאגן שמע ישראל אויף טעילאר?

בערל_פרוכטבייסער » זונטאג יוני 2, 2013 1:43 am

· #120164
די דערמאנטע צעטל פון די רעידנערס אויף טעילער איז נישט אמת, פינטל!

שעפטל » זונטאג יוני 2, 2013 1:58 am

· #120169
סאטמארעקשאן'ס לייגט דא אלע זיינע טוויטער מעסעדזשעס...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 2:03 am

· #120171
ברעיקאינג ניוז:
יעצט ווערט באשטעטיגט אז די "בני יואל" וועלן אפהאלטן זייער אסיפה, מארגן א' קרח, כנהוג, אויף די ליידיגע שטח פארנט בעקבי הצאן מיידל שולע.
אלע באטייליגטע וועלן אריין גיין אין גורל צו געווינען דעם פילטער וואס רבינו הקדוש זיעועכיאו"א האט זיך באנוצט בימי רבונותו אין קראלע.

שלשלת » זונטאג יוני 2, 2013 3:19 am

· #120245
אלץ וואס זאל א נייטראלע רב/אדמו"ר בכלל קלערן פון באשיינען א סאטמארע אסיפה. בפרט יעצט ווען ס'שטינקט פון עקל'דיגע ביליגע פאליטיק

איז פאר איינע פון די רבנים בייגעפאלן צו באשיינען דעם מעמד "ואטהר ואתקדש" פון די וויזשניצ'ער קהלה אין וויליאמסבורג פאר געציילטע וואכן צוריק, צו די תקנה לדורות פון סאטמאר ראדני?

שמעקעדיג » זונטאג יוני 2, 2013 3:55 am

· #120260
קאווע טרינקער
אלע באטייליגטע וועלן אריין גיין אין גורל צו געווינען דעם פילטער וואס רבינו הקדוש זיעועכיאו"א האט זיך באנוצט בימי רבונותו אין קראלע.

אפילו איר פילטערט נישט גארנישט, בלויז פאר אייער ערשיינען און מחזק זיין בגוף דעם מעמד הנשגב קענט איר עס געווינען!

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 2, 2013 8:36 am

· #120282
איך האב חלילה נישט געמיינט ליצנות מאכן פון סאטמארע רב, נאר כ'האב זיך דערמאנט אז די בני יואל ראפלען אויס ביי אלע זייערע מסיבות עפעס א זאך פון זייער one and only רבי, כדי צו שלעפען זייער צוקוועטשטע צובראכענע אידעלעך.
בלאט: 1 2