☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - בארא פארק

קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - בארא פארק

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3932

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 29, 2013 2:12 pm

· #119287
קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - בארא פארק
די פרייזען פון דירות אין ווילאמסבורג און בארא פארק קריכט שטארק ארויף צור די טעג, איך האב נאכנישט געקויפט קיין דירה און יעצט איז שוין א דירה מיט א פופציג אלפים טייערער ווי א האלב יאר צורוק איז די שאלה: צו זאל איך שנעל יעצט כאפען, בארגען און צאמקראצן ווייל די פרייזן גייען ארויפשיסען און עס וועט בלייבען הויעך יארן לאנג אדער זאל איך ווארטען און די פרייזען וועלן נאך צוריקפאלען?

שרייבער » מיטוואך מאי 29, 2013 2:22 pm

· #119291
כאפ שנעל און מוף אוועק פון דארט

די פרייזן וועלן ארויפגיין ווילאנג אונזערע אידעלעך וועלן זיין גרייט צו זיצן איינגעשפארט דארט

היימישער » מיטוואך מאי 29, 2013 3:38 pm

· #119333
אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 29, 2013 3:43 pm

· #119335
די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

היימישער ליטוואק » מיטוואך מאי 29, 2013 4:46 pm

· #119355
קום קיין לייקוואוד אדער מאנסי!

איחוד פעלד » מיטוואך מאי 29, 2013 5:06 pm

· #119367
שמעקעדיג
די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.


קשיא רישא אסיפא.

היימישער » מיטוואך מאי 29, 2013 5:34 pm

· #119380
שמעקעדיג
די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

די זעלבע סיבה פארוואס עס איז דא קרן עזר, הילף, יד אפרים, וכד'

שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 9:03 pm

· #119448
די אלע עשירים וועלן דיך נאר העלפן ווען דו ביזסט טיף טיף אינעם טת חת, ביז דאן וועט ער שלעפן פון דיר וויפיל ס'לאזט זיך.

wassup » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:36 am

· #119517
היימישער
אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

There is such a thing in monsey there is a oisher who built houses for kolel yingelat for a cheap price

הדד בן בדד » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:47 am

· #119522
wassup
היימישער
אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)

There is such a thing in monsey there is a oisher who built houses for kolel yingelat for a cheap price


אויך מיר טשיעפ...

ר' שמחה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:24 am

· #119533
אויב האט ער נישט געבויט האט ער געקויפט מערערע אויפאמאל און פארקויפט פאר ביליג,
אגב, איינער ווייסט פון א חסידישן כולל יונגערמאן וואס האט דורך אים באקומען א דירה ?

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:17 am

· #119562
דירות קריזיס אין וומ"ס גייט קומען צו אן ענדע
דירות קריזיס אין וומ"ס מיט די מאנגל פון דירות גייט קומען צו אן ענדע, אין די קומענדיגע חדשים ווערט פארענדיגט א ריזיגע דעוועלאפמענט און מ'קען שוין יעצט דינגען דירות

📎 IMG-20130530-WA00017.jpg

newkave » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:25 am

· #119567
מ'מוז צאלן נאר אפאר יאר פאראויס? פארוואס נישט אזא צוואנציג דרייסיג יאר??

בדחן » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:36 pm

· #119633
איך בין מקנא די בית דין און די טוענים וואס גייען פירען די לאנג יעריגע דין תורות ביי די ברשאוב דירות.. ווען מען גייט זיך עווענטאול אנהייבן שלאגען...
איז איז נישט קיין מציאות אז אזא זאך ווי געבן געלט אויף אפאר יאר פאראויס זאל דורוך גיין גלאטיג אן דעם וואס זאל שפעטער אויפרייסען, נאכדערצו אז מען גיט די געלט בעפאר די דירות זענענן פערטיג - דאס מיינט אז קיינער זעט נישט וואס ער באקימט,

אוי גייען די בתי דינים און טוענים רייך ווערן דערפון..
📎 1212-WA00017.jpg

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:39 pm

· #119636
בדחן
איך בין מקנא די בית דין און די טוענים וואס גייען פירען די לאנג יעריגע דין תורות ביי די ברשאוב דירות.. אוי גייען זיי רייך ווערן דערפון..

וואס גייט פאר?
מיט וועם שלאגט מען זיך?

דולה ומשקה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:19 pm

· #119653
קויפן א הויז אין ווילימסבורג אדער אין בארא פארק, איז תלוי וואס איז ביי דיר הארבער דער איסור אויף דער אינטערנעט אדער דער עירוב,
אין ווילימסבורג האלט מען אז דער עירוב איז אבי אבות הטומאה פאר אלע פריצות ותועבה
אין בארא פארק זעהט מען נישט אז דער עירוב זאל איינעם אנגיין, אבער דער אינטערנעט יא, והא ראי' דער לעצטע 'הדר קבלוהו',
אין אויב דו זעהסט דעם עירוב אלץ דער גרעסטע פראבלעם - קויף אין ווילימסבורג
אויב איז דער אינטערנעט דער חטאת הדור - קויף אין בארא פארק

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:15 pm

· #119671
שמעקעדיג
די דעוועלאפערס לאזן דאס נישט צו.
און בכלל פ"וו זאל עס איינער טון.

היימישער טראכט אזוי ווייל ר'איז אן אידעאליסט. דער מציאות איז טאקע אז די דעועלאפערס וועלן עס נישט צו לאזן ווייל ס'מאכט זיי קאליע די ביזנעס.דער איינציגער וועג ארויס איז טאקע ווי דו זאגסט אומדירעקט. אז דער עולם זאל זיך ארויסרוקן אין ניי-געגרינדעטע יישובים, וואו מ'קען אהערשטעל דירות פאר א סאך ביליגער ווי אין די ענגע פלעצער ווי וומסב"ג און ב.פ. נאר דאס וועט ברענגען נייע פראבלעמען פון פארטייאישקייט און כבוד.

יצמחפרקני » דאנערשטאג מאי 30, 2013 3:49 pm

· #119706
בן תמליון
דירות קריזיס אין וומ"ס מיט די מאנגל פון דירות גייט קומען צו אן ענדע, אין די קומענדיגע חדשים ווערט פארענדיגט א ריזיגע דעוועלאפמענט און מ'קען שוין יעצט דינגען דירות



איז מעגליך צו באקומען עקסידענט אינשורענס פאר דעם הויז?
עס איז אויף א פלאץ וואס איז זייער עלול דערויף, זאל דער באשעפער היטן.

למדן » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:01 pm

· #119712
די צעטל איז עכט אדער א ווערטל, עטס מאכט עס אויסקוקן עכט...

בן תמליון » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:45 pm

· #119725
עכט געשטאנען אין דעם גוט מארגן. קוקט אויס ווי איינער האט באשלאסן צו טרייבן ליצנות פונעם ריזיגן דעוועלאפמענט אדער וואס.

איך אויך » דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:39 pm

· #119792
וואס אידאס Purches?

בעל הבית » זונטאג אפריל 6, 2014 8:58 pm

· #194963
חברה די מצב מיט דירות איז נורא ואוים, די דעוועלפערס רייטן אויף אונזער צאם געקראצטע פאר גראשן, לאמיר לויפן קיין סטאטין איילענד פונקט גהערט אז לעצטענס איז דא א רעדע פון אהון מופן

נאך א פשט » זונטאג אפריל 6, 2014 11:07 pm

· #194981
איינער האט דא אמאהל געהערט פון סופליי ענד דעמענד? דאס איז די א' ב' פון ביזנעס, ווילאנג די נאמבער פון נייע קאפלס וואקסט שנעלער ווי די נאמבער פון נייע דירות וועלען די פרייזן האלטן און איין ארויפגיין.

ארבעס » זונטאג אפריל 6, 2014 11:25 pm

· #194985
איינער האט אמאל געהערט די ווארט ״ א דבר אחר פלאטשרערט אין מיסט״
פאר וועלכע שווארץ יאר דארף מען וואוינען אין מיטען די שמאלץ פין תועבה?

גנדי » מאנטאג אפריל 7, 2014 9:50 am

· #195015
קען איינער מאכן א טשארט צו קאמפערן וויפיל עס קאסט א הויז אין די אלע אידישע געגענטער.

איך וויל וויסן פרייז פער סקווער פיס.

איך וויל וויסען ווי עס לוינט זיך צו קויפען און מופען.

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג אפריל 7, 2014 11:11 pm

· #195151
היימישער
אינטערסאנט אז עס איז נאכנישט אויפגעקומען א נדבן א עושר וואס זאל אויפבויען אסאך דירות און פארקויפען פאר יודען פאר ביליג (פארשטייט זיך ערשטע קויפער'ס און נישט פאר אינוועסטמענט'ס)


ניין וויל די מעין פראבלעם איז די אינערנעט און טעכנאלאגישע כלים, מען וועט דאס פיקסן וועט אלעס גיין צום גיטן און די "גזירת הדירות" וועט אי"ה בטל ווערן

ווי זענט איר רבנים, די דירות קריזיס הרגעט שלום בית, אידישקייט חינוך וואז מען וויל נאר הערן און געדענקען

בעל הבית » זונטאג אפריל 27, 2014 3:14 pm

· #197478
פארוואס רעדט מען דא גארנישט פין סטעדען איילענד

12 היימישע אידן האבן געקויפט הייזער אין די לעצטע פאר וואכן,
געהרט אז א גרוסע עולם נאך גרייט זיך צו גיין

ווייסט איינער מער איבער דעם?

גנדי » זונטאג אפריל 27, 2014 3:36 pm

· #197486
וויפיל קאסט אין סטעטן איילענד?