אונזערע גראסערי סיסטעם
כאב געזעהן א אינטערעסאנטע ארטיקעל האבעך געטראכט אז קאווע שטיבל לייענער וועלען אויך עס וועלען לייענען.
<a class="postlink" href="http://www.wnyc.org/articles/wnyc-news/2013/may/29/micropolis-downside-diversity-secret-hassidic-supermarket/">http://www.wnyc.org/articles/wnyc-news/ ... permarket/</a>
א רעפארטער איז געקומען צו ב"פ אין super 13 און אויסגעפרעגט איין אדער צווי מענטשען און וויזוי מע באצאלט עס.
די ארטיקל און בעיקר די אודיאו קליפ איז בעיקר נישט איבער די גראסערי סיסטעם, נאר בעיקר רעדט די ריפארטער איבער די מעלות פון וואוינען אין א קאמיוניטי, אלע צוזאמען, ארים רייך אויף איין פלאץ. הער אויס ביזן סוף.
דער באריכט ברענגט ארויס ווי ביי אונז גיבט מען קרעדיט אין גראסעריס א זאך וואס איז היינט נישט בנמצא אין די גויאישע גאס. ווי אויך אז עס איז דא רייכע און ארגעניזאציעס וואס צאלן אפ חובות פון ארימעלייט.
עס איז נישט צום הארצן דער איינער נעגאטיווער קאמענט איז נישט דורך אן אנטיסעמיט נאר דייקא איינע משלנו, פרומעט פון עירמאנט, וואס דער עולם דא קען שוין פונעם שטעטל פילם. זי שרייבט אז זי קען נישט פארשווייגן אז מען פרובירט געבן א שיין פנים פאר חסידים און זאגט אז ווען איינער גליטשט רודפ'ט מען. וואס איז איראניש, אויף דעם עירמאנט פילם ברענגען זיי ארויס שטארק אז אידישקייט דארף זיין פאזעטיוו מיט ברסלבר פרייליכקייט. וואס קען זיין שענער און מער פאזעטיוו ווי צאלן גראסעריס פון ארימע קינדער? קומט פרומעט און שרייבט מיט האס אנשטאט לויב ווי עס באלאנגט. ווי ווייטאקליך.
בן תמליוןדער באריכט ברענגט ארויס ווי ביי אונז גיבט מען קרעדיט אין גראסעריס א זאך וואס איז היינט נישט בנמצא אין די גויאישע גאס. ווי אויך אז עס איז דא רייכע און ארגעניזאציעס וואס צאלן אפ חובות פון ארימעלייט.
עס איז נישט צום הארצן דער איינער נעגאטיווער קאמענט איז נישט דורך אן אנטיסעמיט נאר דייקא איינע משלנו, פרומעט פון עירמאנט, וואס דער עולם דא קען שוין פונעם שטעטל פילם. זי שרייבט אז זי קען נישט פארשווייגן אז מען פרובירט געבן א שיין פנים פאר חסידים און זאגט אז ווען איינער גליטשט רודפ'ט מען. וואס איז איראניש, אויף דעם עירמאנט פילם ברענגען זיי ארויס שטארק אז אידישקייט דארף זיין פאזעטיוו מיט ברסלבר פרייליכקייט. וואס קען זיין שענער און מער פאזעטיוו ווי צאלן גראסעריס פון ארימע קינדער? קומט פרומעט און שרייבט מיט האס אנשטאט לויב ווי עס באלאנגט. ווי ווייטאקליך.
ס'איז דא א מאמר חז"ל "אין אדם נתפס על צערו". מ'דארף פארשטיין אז זי געדענקט מיט פארביטערטקייט ווי מ'האט זי דערנידערט און נישט געגעבן דעם מענטשליכן רעספעקט וואס א יעדער איינער פארדינט. אונז, פון אונזער זייט מעגן זיך אנשטרענגען צו האבן מ ער טאלעראנץ אפילו פאר איינער וואס זעט אויס אנדערש, אדער האט אנדערע מיינונגען ווי ס'איז אנגענומען אין אונזערע קרייזן.
וואס איז טאקע פשט אז מען גיבט קרעדיט ביי אונז מער ווי אין דער גאס?
איחוד פעלדוואס איז טאקע פשט אז מען גיבט קרעדיט ביי אונז מער ווי אין דער גאס?
הער צו די געשפרעך צווישן די רעפארטער און ר' יאסל ראפפורט , ער איז מסביר די סיבה בטוב טעם ודעת.
פיינעלי איין פאזיטיווע ארטיקל אין די מידיע.
איחוד פעלדוואס איז טאקע פשט אז מען גיבט קרעדיט ביי אונז מער ווי אין דער גאס?
Cuz by yiden there is more trust
wassupאיחוד פעלדוואס איז טאקע פשט אז מען גיבט קרעדיט ביי אונז מער ווי אין דער גאס?
Cuz by yiden there is more trust
און אויך מ'קען איינער דעם צווייטען און פארשטייט זיך פארטרויט זיך..
וואס הייסט מען טראסט זיך? א משולח פון ארץ ישראל לאזט מען אויפשרייבן? מען טראסט בסך הכל א מענטש וואס מען קען, ער וואוינט דא, און אויב גייט ער סתם וועלן אפפוצן און נישט באצאלן - נישט ווייל ער האט נישט נאר ווייל ער וויל נישט - גייט ער זיך שעמען דיר צו פעיסן. אין די גויאישע קליינע קאמיוניטי'ס אין רורעל אמעריקע איז דאס דען נישטא?
דעיס העט נישט ברעינגען לכאורה קיין גיץ, ווען מיר זענען אין די קראסהער פין מידיע, זענען מיר ידו על התחתונה, וואס העט זיין אויב א שלאנקע ארטיסטקע בעיט קרעדיט ביי שווארץ גראסעריי, אין מאכן א שיינעם דיסקרימענאציא, אין דערנאך פארקויפן א שיינעם ארטיקל פארן פאסט, אין פין דארט אין ווייטער א שפרינג צי אלע אנטיסעמיטישע בלאגס, אין דערנאך אויף וואס איז נייעס
ס'איז דא א סיסטעם וויאזוי מ'לאזט אויפשרייבן, מ'דארף איינקויפן אפאר מאל, און באצאלן, און אז מ'זעהט אז דו ביזט א סטעדי קאסטאמער לאזט מען דיר אויפשרייבן.