☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נכדי השפת אמת בהונגריה - מכירים?

נכדי השפת אמת בהונגריה - מכירים?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3920

אביגדור » דינסטאג מאי 28, 2013 11:09 pm

· #119112
נכדי השפת אמת בהונגריה - מכירים?
איך פארש יעצט איבער דער שפת אמת'ס איייניקלעך אין אונגארן. איינער ווייסט?

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 28, 2013 11:57 pm

· #119126
אוי, דערמאנטס מיך פון די פראבלעמען וואס איי וועלט חברה האבן טעגליך...
אלענפאלס, you just keep going

עסן עסט'זיך » מיטוואך מאי 29, 2013 2:07 pm

· #119282
כ'קלער אז געפילטע פיש וועט האבן אסך ידיעות איבער דעם.

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:32 pm

· #197149
האט ער נאך געהערט דרשות ביים ישמח משה? דער סאטמאר רבי מיינעך ברענגט עפעס משמו

צדיק נסתר » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:04 pm

· #197214
עפל סיידער
האט ער נאך געהערט דרשות ביים ישמח משה? דער סאטמאר רבי מיינעך ברענגט עפעס משמו

יא

עפל סיידער » זונטאג אפריל 27, 2014 11:02 am

· #197391
צדיק נסתר
עפל סיידער
האט ער נאך געהערט דרשות ביים ישמח משה? דער סאטמאר רבי מיינעך ברענגט עפעס משמו

יא

וויאזוי שטימט עס מיט די יארען אז עס זאלען זיך נאך ביז נישט לאנג צוריק זיך דרייען דא אידען וואס געדענקען נאך דרשות פינעם ישמח משה, כ'געדענק אז עפעס א סיפור איז דא ארום דעם אריכות ימים.

צדיק נסתר » זונטאג אפריל 27, 2014 12:13 pm

· #197414
האסט שוין בכלל פרובירט צו רעכענען די יארן?

ר' אברהם פילפישער איז געבוירן געווארן שנת תקפ"א, און דער ישמח משה איז אוועק שנת תר"א, דאס מיינט אז ר' אברהם פילפישער איז געווען 20 יאר ווען דער ישמח משה איז אוועק.

ר' אברהם פילפישער איז אוועק בשנת תרע"א אלט זייענדיג 90 יאר.

שטימט שוין?

אבגד » זונטאג אפריל 27, 2014 11:00 pm

· #197595
און יעצט ענדיג צו!
ער האט געהאט א קינד ביי די 90 דער אויבנדערמאנטע ר׳ נפתלי לעווי וואס האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און איז לעצטענס אוועק, און אויף דעם איז י״א אז עס איז דא א סיפור, און ממילא איז אלו ואלו..