☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » אחים הקדושים לבית אייכענשטיין

אחים הקדושים לבית אייכענשטיין

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3912

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm

· #118484
אחים הקדושים לבית אייכענשטיין
די 'אחים הקדושים' לבית אייכענשטיין האבען זיך אפציעל אנגעטועהן ווייסע בעקעטשיס.
די 'הייליגע ברודער' הרבנים לבית בורשטין וגאלאנטע, ביידע זענען געווארען מקובלים וואס פארשטייען צו די קליינע אותיות, דער בורשטינער האט פון לאנג אנגעטוהן דער ווייסע דשזביצע אבער לעצטנס גייט ער דערמוט גאנץ שבת, וכן הרב לבית גאלאנטע האט לעצטע וואך אפציעל דאס מחדש געוועהן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 27, 2013 1:48 pm

· #118485
ס'איז דאך א פסוק: בכל עת יהיו בגדיך לבנים. נישט נאר בימי ליבון.

זר זהב » מאנטאג מאי 27, 2013 1:53 pm

· #118490
דער בורשטינער טוט אין תורת הנסתר כידוע ליודעי חן. מאך נישט חוזק

אויס מענטש » מאנטאג מאי 27, 2013 2:43 pm

· #118515
וואס איז די פראגע זיי זענען ביידע זידיטשובע אייניקלעך וואס דארט האט מען געלערנט קבלה פון די יונגע יארן, און שבת איז מען געגאנגען בבגדי לבינים דוקא, די קשיא איז געווען פארוואס נישט ביז יעצט.

היימישער » מאנטאג מאי 27, 2013 3:47 pm

· #118563
ביז יעצט האט ער זיך געשעמט

ר' שמחה » דינסטאג מאי 28, 2013 3:16 am

· #118762
פון דעם גאלאנטער איז דאך שוין געדרוקט זיין פירוש אויף א חלק זהר.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 5:07 pm

· #118975
זיי זענען ביידע גרויסע תלמידי חכמים, סיי אין די גרויסע אותיות און סיי אין די קליינע.
ביידע זענען בא'טעמ'טע רבנים מיט וועמען מען קען פארברענגען און פארשטייען אן עסק, קריכן נישט אין הימל, און די מתפללים גלייכן זיי שטארק.
ביידע פירן הערליכע טישן, פראכטיגע ימים טובים/נוראים/הקפות א.א.וו., ביידע מחדש שיינע חידושי תורה יעדע וואך, ביידע הערליכע בעלי מספרים אז מען קען פארגאפט ווערן, ביידע האבן שיינע גרויסע בתי מדרשים, שיינע בעלי תפלות (הגם דעם גאלאנטער'ס קוועטש דארף מען פארנעמען) און האבן שיינע נוסחאות אויף יעדע תפלה, ווי אויך ספירת העומר, ביידע פראווען טישן און סעודות ווי מלוה מלכה'ס, יומא דפגרא און יארצייט סעודות, באמת א הנאה רוחני וגשמי מיטצוהאלטן.
וועמען שטערט אז זיי האבן ווייסע בעקישעס.
דער גאלאנטער האט יא פארווייטאגטע מענטשן צוליב זיינע גיטין וואס ער פירט אדורך, און ער קען אמאל זיין תקיפות'דיג, זייענדיג דער בעל מכשיר אין התאחדות הרבנים.

דולה ומשקה » זונטאג יולי 10, 2016 5:41 pm

· #341273
האדמו"ר מבורשין וועט פירען טיש בליל שבת קודש כדרכו בקודש יעדע זוממער אין בורשטין'ער קעמפ סוואן לעיק, וועלעכע געפונט הארט דערנעבן פון דער 'נועם אלימלך' באנגעלוי קאלאני. לגבי זיין ברודער דער דער גאלאנטע רבי בין איך נישט באקאנט ווי ער געפונט זיך בליל שבת קודש.

ראוונע » מאנטאג יולי 11, 2016 9:32 am

· #341373
דולה ומשקה
האדמו"ר מבורשין וועט פירען טיש בליל שבת קודש כדרכו בקודש יעדע זוממער אין בורשטין'ער קעמפ סוואן לעיק, וועלעכע געפונט הארט דערנעבן פון דער 'נועם אלימלך' באנגעלוי קאלאני. לגבי זיין ברודער דער דער גאלאנטע רבי בין איך נישט באקאנט ווי ער געפונט זיך בליל שבת קודש.

דער גאלאנטער געפענט זיך געווענליך זומער ביי זיין איידעם הורוויץ אין קאנטרי אבער פירט נישט קיין טישען

ציבעלע-קיגל » דינסטאג יולי 12, 2016 2:14 pm

· #341698
ווען קומט די ווייסע קאפעל? ווייסע הויזען?

ראוונע » דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:21 pm

· #342188
ציבעלע-קיגל
ווען קומט די ווייסע קאפעל? ווייסע הויזען?

דעס גייט ער שוין פונלאנג

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יולי 15, 2016 7:33 am

· #342282
ראוונע
ציבעלע-קיגל
ווען קומט די ווייסע קאפעל? ווייסע הויזען?

דעס גייט ער שוין פונלאנג


און ווייסע שיך?

דולה ומשקה » מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:24 am

· #359526
די וואך קומט פאהר די מעמד הכתרה הרבתי בהשתתפות גדולי וגאוני הדור פון בנו בכורו יקירו וחביבו של כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א וועלעכע וועט אויפגענומען ווערן לשמש בתור דיין ומורה צדק דקהילת בורשטין, מיט דער באטיילינג פון הונדרעטער חסידים ולומדי תורה. עס בלייבט אונז בלויז איבער איהם צו ווינטשען הצלחה רבה אין אלע פונקטן מיט וואס אזא טיטול ברענגט מיט מוט זיך.