Jewish Phone Book איז ארויס
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3906
Jewish Phone Book איז ארויס
דא קען מען עס בלעטערן אויף זייער סייט.
WOW ס'קוקט אויס ווי א דבר של קיימא
<a class="postlink" href="http://thejewishphonebook.com/book/">http://thejewishphonebook.com/book/</a>
סאם האו קומט ביי מיין קאמפיוטער ארויף "זייער אסאך" עדס געדעמעדזשט. חלקים פון די עדס פעלן אדער זענען שווארץ (דוגמאות ביים אנפאנג פון בוק, עמוד 53 אונטערשטע עד, עמוד 54 מיטעלסטע און מעגליך אונטערשטע עדס, עמוד 60 אונטן, עמוד 61, עמוד 62, 63, 64, 65, אא"וו)
איז עס נאר ביי מיין קאמפיוטער? נאר אויף די סייט (אי-בוק)? אדער אין די געדריקטע בוך אויך?
ביי מיר איז אלעס געהעריג
זר, אפשר האט ער אומאויסגעהאלטענע עדס, און מיין פילטער בלאקירט עס....???
הקיצור, אויב איז אלעס גוט ביי דיר, האב איך גארנישט געזאגט. זאל ער און אלע מצליח זיין.
זיי עדווערטייזן פנים יפות. אונטער spa.
כהאב געמיינט סוועט זיין כשר.
אתרוגים נאך סוכות
עס איז נאך נישט אינדרויסןת און מען פארט שוין אין קאנטרי
דער אינגל אויף זייט פיר זאך זיך בעסער אינטערזוכען פאר ס'איז צו שפעט...
זייער טעקסט מעסעזשעס סיסטעם ארבעט שוין. מ'קען שיקן א טעקסט צו <!-- e --><a href="mailto:ask@info718.com">ask@info718.com</a><!-- e --> מיט די קאמפעני נאמען און עס שיקט צוריק גלייך די אדרעס און טעלעפאן נומער.
כהאב געשיקט G g clothing
און באקומען No results found. Please Note: We are constantly updating the system, stay tuned.
האבען זיי אויך עפעס פאר smart phones? נישט טעקסט, נאר א עפפ אדער וואס.
איז דעי eBook אויך פאר phone's? אדער נאר פאר computer?
I guess both are the same question
מוסר ספר!!!!
די נייע מוסר ספר!!! ראדיקאל געשטימט
<a class="postlink" href="http://goo.gl/CulAv">http://goo.gl/CulAv</a>
דאס איז איינס פון די פולע מוסר
נישט אהיימברענגען ווייל מען דארף עס לייגען אין שמות
די גרעסטע ליצנות....
לויט ווי דע ווינט וואס ער האט געמאכט אגאנצן ווינטערת געווארפן טויזענטער דאלארן פאר כל מיני שטותים
אין הלהן תשברנה????
לויט ווי געסטראשעט האב איך מיר אוועק געלייגט פלאץ פאר 4-5 בענדער
א טייל עולם איז שוין אין קאנטרי, ב"פ קוים אויסגעטיילט אין די רעגן, אויף די גאסן זעהט מען נאס-געשוואלענע בוקס
שתותים
למעשה קען מען פון יענעםס בלוט (ביז. דירעקטארי און קאנסומער עד) זיך נישט בויען אין נישט מצליח זיין
גראדע האט ער אהערגעשטעלט א פיינעם פראדוקט מיט פילע חידושים. די אנליין ליסטינגס און טעקסט סיסטעם און אפילו דאס פרויען משפחה נאמען איז א גאר גוטער סערוויס. ביז היינט פלעגט מען זיך ברעכן קאפ וועלכע יואלי ווייס איך זיך. אויך דאס אריינלייגן די מאנסי מאנרא ליסטינגס בזעיר אנפין איז גאר נוצליך. דאס איז זיין ערשטער יאר ער זעט אויס אן דע רייט טרעק. גענוג זיך געלאזט מאלעסטירן די אלע יארן פונעם אלטמאדישן ביזנעס דירעקטארי מאנאפאל.
מאנראו האט ער אויך? כאב נאר באמערקט מאנסי. און פארוואס האט ער די פרויען משפחה נאמען נאר ביי וויליאמסבורג?
זר זהבמאנראו האט ער אויך? כאב נאר באמערקט מאנסי. און פארוואס האט ער די פרויען משפחה נאמען נאר ביי וויליאמסבורג?
יא אויך מאנרא. זעט אויס עס איז נישט געווען בכדי שיעשה אין די פאר חדשים צו קאלעקטן באראפארק משפחה נעמען אדער ווייס איך נישט פארוואס.
זר זהבמאנראו האט ער אויך? כאב נאר באמערקט מאנסי. און פארוואס האט ער די פרויען משפחה נאמען נאר ביי וויליאמסבורג?
ווייל נאר אין אזא גרוילעגע שטאט קען יעדער יענעמס ווייב'ס יוחס.
הגע בעצמך, פון וואו נעמט ער די אינפורמציה? פון אפאר יענטעס וואס כל היום "היא" שיחתם, יענער איז אן איידעם ביי יענעם וואס מוטשעט זיך וכו'.
דא אין בארא פארק איז עס בכלל נישט קיין ארטיקל
דער עולם קען בכלל נישט די גאנצע פרשה
אין די צוויי נארמאלע בוקס זענען מער ווי גענוג
בכלל די סטאר איינטומערס זאגן אז זיי האבן באקומען די עדס ממש בחינם
כבין נייגעריג צו סאיז אזא גוטע ביזנעס??
אדער איז פשוט גרינגער געווען פאר זיי געוואר צו ווערן אז שווארץ איז א איידעם ביי יאקאבאוויטש ווי אז קרעש איז א איידעם ביי שימעל. איך וואלט אויך אויפגעגעבן
מן הסתם נעמט ער די אינפארמאציע פון די סאטמארער אנ"ש ביכל.
נישט מעגליך אפאר יענטעס זעלן אלעמען קענען, וויליאמסבורג איז א גרויסע שטאט.
מיר האט וויי געטון אז די ליסטע פון די רבנים איז אקוראט די זעלבע ווי ביזנעס דירעקטערי מיט די זעלבע גרייזן.
שעם אן יו.
אין די אנ"ש ביכל איז נאר דא סאטמארע, נישט פון גאנץ ווילי
די חברה וואס קענען דעם ארויסגעבער זאגן אז ער איז סתם א .....
זיך ארויפגעכאפט אויף א יודס צרה
יא גערעכט נישט גערעכטת יא שולדיג נישט שולדיג
סתם פארגאסן אין געטריקען מיט שטרוי יודיש בלוטץ
אין וואס וויל ער פון קאנסומער עדווייזער? אויך שולדיג???
אניוועי סאיז סתם שטותים, ווי אוזוי זאגט די וועלט "אבי געהאקט"
נעבעך א שאד די שווערע שווערע טויזענטער גאווארפן אויך עדווערטייזינג
ס'מעגן זיין 100 פאון ביכער אויך. וויפיל גראסעריס זענען דא? און אויב איז עס סתם לא יצלח'דיג וואס הערסטו נישט אויף שימפן?
מר זשענאס לויט אייערע תגובות זעט אויס איר האט א שייכות מיטן קאנסומער עד. איך וואונטש אייך אסאך הצלחה און זאל יעדער האבן פרנסה דער ציבור איז קעניינע הארע גרויס און וואקסט אויף הייוון עס איז דא פלאץ.
וויליאמסבורג האט ער נישט BY STREET די נעמען
אויב מען זיכט א נאמען דורעך די גאסען
מאראנצןזאפטמן הסתם נעמט ער די אינפארמאציע פון די סאטמארער אנ"ש ביכל.
נישט מעגליך אפאר יענטעס זעלן אלעמען קענען, וויליאמסבורג איז א גרויסע שטאט.
תינח סאטמאר און שאפראן, אבל וויזניץ פאפא וויען סקווירא קלויזענבורג און אשוואר, מנא הני מילי?
סאשי פישוויליאמסבורג האט ער נישט BY STREET די נעמען
אויב מען זיכט א נאמען דורעך די גאסען
פארוואס טאקע? למה נגרע???
זעט אויס אז די גאסן איז נאר א אלטערנעטיוו צו די לעפקאוויטש-יאקאבאוויטש ליסטע...