☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פארוואס האט נישט לשה"ק א ווארט אויף "יא"?

פארוואס האט נישט לשה"ק א ווארט אויף "יא"?

50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3886

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 3:37 pm

· #117703
הן

היימישער ליטוואק » פרייטאג מאי 24, 2013 3:41 pm

· #117704
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Yes_and_no">http://en.wikipedia.org/wiki/Yes_and_no</a>

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 24, 2013 3:48 pm

· #117705
פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.
ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלוקים - כן עשה. אבער קיינמאל נישט ווי אונז נוצן עס היינט - די פארקערטע פון "ניין"
איז וויאזוי פלעגן טאקע עמיצער ענטפערן פאזיטיוו ווען עמיצער האט אים געפרעגט א שאלה. ?
מען פלעגט איבערגיין אויפ'ן שאלה, און פשוט טוישן די ניגון פונעם ענטפער, און אראפנעמען די ה' פון די ווארט וואס האט רעפרעזענטירט די עיקר השאלה.
למשל - הידעתם את לבן בן נחור? ידענו! השלום לו? שלום!
התלכו עם האיש הזה? אלך!
האתה זה בני עשו? אני!
כאטשיג מ'טרעפט "הן לו יהי כדבריך" מיינט עס אבער נישט עכט יא! נאר מער א "נו" (הלוואי)
ובתרגום - ברם, לו יהי כפסגמיך
----
אין חז"ל געפינען מיר שוין הן און לאו.
כיון שחשכה אמרו להם בא השמש? אומרים הן!
ווי אויך זעען מיר - 'אין' און 'איני' (איז עס דען נישט אזוי?!)

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 4:18 pm

· #117709
טאמבל סאס
פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.

"כן" איז פון "נכון". ריכטיג רעדן די טעכטער פון צלפחד.

אביגדור » פרייטאג מאי 24, 2013 4:24 pm

· #117711
העדר ה"לא" לבד, בלי מלה נוספת.

זר זהב » פרייטאג מאי 24, 2013 4:29 pm

· #117712
אין אידיש איז נישטא א ווארט פאר "אפרישיעט".. ופשוט היא

אביגדור » פרייטאג מאי 24, 2013 4:37 pm

· #117714
ריצפה.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 5:33 pm

· #117728
פאדלעגע קומט אפשר פון פויליש, אבער וואס מאכט עס ווייניגער אידיש ווי פאנטאפלען?

א טרוקנע ניין טרעפט מען יא אין תנ"ך?

נאך א זייטיגע שאלה, אין ענגליש איז דא א roof און א ceiling, אין לשון הקודש איז דא גג און תקרה, איז דא אין אידיש א ווארט אויסער דאך?

ערליך אין ריינעם זין פון ווארט מיינט גלייך, ישר, איינער וואס האנדעלט ערליך איז א ערליכע האנדלער, און איינער וואס איז א איד ערליך איז א ערליכע איד.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 24, 2013 5:39 pm

· #117733
קאווע טרינקער
טאמבל סאס
פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.

"כן" איז פון "נכון". ריכטיג רעדן די טעכטער פון צלפחד.

אדער פון "כנים אנחנו"
מיר זענען יא אמת'ע! נאר דארט איז עס געווען א לשון רבים. במילא ביי א יחיד וועט מען זאגן כן. אדער כנה.

איחוד פעלד » פרייטאג מאי 24, 2013 5:45 pm

· #117734
אין דייטש איז א דאך דער טייטש פין roof, ווידער דער טייטש פין cieling איז "דעק".

זר זהב » פרייטאג מאי 24, 2013 6:12 pm

· #117738
[ציטאט אראפגענומען]

אין ענגליש איז דאס I'm thankful

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 24, 2013 7:10 pm

· #117755
אדער גרעיטפול

זר זהב » פרייטאג מאי 24, 2013 7:13 pm

· #117756
רייט

אביגדור » מוצ"ש מאי 25, 2013 11:45 pm

· #117786
[ציטאט אראפגענומען]

זעה דא.

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 25, 2013 11:49 pm

· #117787
<a class="postlink" href="http://www.etymonline.com/">http://www.etymonline.com/</a>

דאס פלעג איך אסאך ליינען
<a class="postlink" href="http://books.google.com/books/about/Etymological_Dictionary_of_Biblical_Hebr.html?id=eVAAfn6Itb4C">http://books.google.com/books/about/Ety ... AAfn6Itb4C</a>

מאטי » זונטאג מאי 26, 2013 12:01 am

· #117793
איך זע ס׳האט זיך דא אנטוויקלט א שמועס וועגן ווערטער וויל איך דא פרעגן עפעס וואס באדערט מיר שוין יארן.
יעדער noun וואס באציט זיך אויפן מענטש האט א לשון זכר און א לשון נקיבה.
למשל
טאטע מאמע
ברידער שוועסטער
זיידע באבע
פעטער מומע
שווער שוויגער
שוואגער שוועגערן
זון טאכטער
נעפיו ניס
חוץ.. אייניקעל! פארוואס??

אביגדור » זונטאג מאי 26, 2013 12:05 am

· #117796
נכד.

בן תמליון » זונטאג מאי 26, 2013 12:12 am

· #117798
[ציטאט אראפגענומען]


מיר דאכט זיך עס איז "סופיט".

פרישער » זונטאג מאי 26, 2013 2:09 am

· #117825
געוועין איז עס דער רבי אין ארץ ישראל, אין ער האט אפגעשטעלט איין היברא נאכן אנדערען אין געפרעיגט, ווי אזוי זאגט מען אין היבריש אייבישטער? אין זיי האבען געבראכען די קעף אין נישט געקענט אויפקימען מיט א פאסיגע ענטפער, אין די רבי מיט די שמייכעל פין נצחון האט א זאג געגעין, ני איך האב ענק שוין לאנג געזאגט אז זיי האבען קיין באשעפער אין זייער לעקסיקאן.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 6:51 pm

· #118137
בן תמליון
[ציטאט אראפגענומען]


מיר דאכט זיך עס איז "סופיט".

גוגל טרענסלעיט זאגט אז סופיט קומט פון פויליש, און איך זע נישט קיין איין שפראך וואס ס'הייסט דיל, אין יידיש טייטשט ער איבער צו 'סטעליע' און 'סופיט'.

מאטי » זונטאג מאי 26, 2013 7:16 pm

· #118148
וויאזוי זאגט מען ״טאקע״ אין ענגליש די בעסט איך האב איז "indeed" דאס ארבעט אבער נישט אלץ.
אויך ״זאט״ האט נישט קיין ווארט, full איז א שם הכולל אויף יעדע פילע זאך

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 8:11 pm

· #118167
ס'האט נישט אלעמאל די זעלבע אפטייטש, אמאל איז עס טאקע indeed, און אמאל איז עס actually, ווענדט זיך וואו די חמר שטייט איין.

ווען א ווארט אין א שפראך ווערט גענוצט אין מער ווי איין קאנטעקסט וועט עס ווערן אפגעטייטשט אין די צווייטע שפראך געוואנדען אינעם קאנטעקסט.

zurich » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 7:39 pm

· #160174
ערד איז אין יודיש!

טאמבל סאס » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 11:43 pm

· #160237
בן תמליון
[ציטאט אראפגענומען]


מיר דאכט זיך עס איז "סופיט".

מיר דאכט זיך אויך אזוי. אז דיל איז פאר - ערד

זאל_זיין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:35 am

· #160275
moti107
איך זע ס׳האט זיך דא אנטוויקלט א שמועס וועגן ווערטער וויל איך דא פרעגן עפעס וואס באדערט מיר שוין יארן.
יעדער noun וואס באציט זיך אויפן מענטש האט א לשון זכר און א לשון נקיבה.
למשל
טאטע מאמע
ברידער שוועסטער
זיידע באבע
פעטער מומע
שווער שוויגער
שוואגער שוועגערן
זון טאכטער
נעפיו ניס
חוץ.. אייניקעל! פארוואס??


נאך NOUNS וואס האט נישט עקסטער פאר זכרים און נקיבות..

קינד

petergrifin » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 1:53 am

· #160288
ערד איז באמת ׳אדמה׳ אויף לשון הקודש. די װארט ׳דיל׳ דארף צו זײן Floor אויף אידיש.
<a class="postlink" href="http://online.ectaco.co.uk/main.jsp;jsessionid=bc30ea90b1b17e762e48?do=e-services-dictionaries-word_translate1&direction=1&status=translate&lang1=23&lang2=ji&source=floor">http://online.ectaco.co.uk/main.jsp;jse ... urce=floor</a>

<a class="postlink" href="http://yiddishdictionaryonline.com/">http://yiddishdictionaryonline.com/</a>

zurich » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:02 am

· #160294
אבער למעשה ניצט מען עס פאר פלאר!

zurich » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:03 am

· #160296
אבער למעשה ניצט מען עס פאר פלאר!

petergrifin » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 2:10 am

· #160298
עקזעקטלי ס׳איז נישט דא א װארט דערפאר אין אידיש װאס מען נוצט װאס זאל פונאדערשײדען ציװישען floor and ground or soil.

עוד מישהו » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 5:44 pm

· #168435
וואו אזוי זאגט מען אויף אידיש אתגר? אדער אויף ענגליש challenge?

מאטי » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:56 pm

· #254240
ווי אזוי זאגט מען אין ענגליש "נוסח?" די איבערטייטשער זאגן version, wording, style ס'איז אבער נישט...

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

· #254241
version
narrative

איך גלייב אז דו ווייסט פון זיי און דו האסט עפעס א גוטס צו ערלקערן פארוואס זיי זענען נישט קיין ריכטיגע אפטייטשן?

מאטי » דינסטאג פעברואר 17, 2015 1:29 pm

· #254244
ניין, איך בין באמת געווארן סטאק.

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 17, 2015 2:00 pm

· #254247
טאמבל סאס
version
narrative

איך גלייב אז דו ווייסט פון זיי און דו האסט עפעס א גוטס צו ערלקערן פארוואס זיי זענען נישט קיין ריכטיגע אפטייטשן?


Narrative מיינט א דערציילונג (מעשה בלע"ז)

אפשר text

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 2:03 pm

· #254248
אויף דעם פירט דער פסוק אויס, אז אמאל ווען מ'וויל רעדן פון אן אנדער נוסח צו דער זעלבער ערציילונג קען מען אויך זאגן "אן אנדער נאראטיוו". הענס, נאראטיוו איז א סינאנים צו נוסח.

שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 17, 2015 2:07 pm

· #254250
קענסטיך שוין זאגן story

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 1:14 pm

· #311062
כ'האב מיך אנגעשטויסן אין די ווארט, וואס קען צומאל געניצט ווערן אין ענגליש במקום "נוסח"

liturgy


a form or formulary according to which public religious worship, especially Christian worship, is conducted.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 2, 2015 2:40 pm

· #311081
תקרה מיין איך איז באלקן אין אידיש. רצפה מיינט אויסגעפלאסטערט, און איך מיין טאקע אז דער ווארט שטאמט טאקע פונעם רצפת בית המקדש. אויף אידיש רופט מען עס באלאטעס. טייל אידיש רעדנדע ניצן דאס ווארט גרונד פאר פלאר, און באמת ווייס איך נאך נישט וואס דער שורש פון פלאר איז

דער בארישיער » דאנערשטאג יולי 6, 2017 4:37 pm

· #378155
לשון ז' און ל"נ': ניס און נעפיו
מ'זאגט פלימעניצע און פלימעניק אף דער אידישער שראך.

החוקר » דאנערשטאג יולי 6, 2017 7:19 pm

· #378170
Re: פארוואס האט נישט לשה"ק א ווארט אויף "יא"?
petergrifin
עקזעקטלי ס׳איז נישט דא א װארט דערפאר אין אידיש װאס מען נוצט װאס זאל פונאדערשײדען ציװישען floor and ground or soil.

איך זעה נישט פארוואס דו זאגסט אזוי.

ערד-soil
פאדלאגע-floor
גרונט-ground (אויף דעם קען מען מחולק זיין)
אויף וואסערע גרונט האסטו עס געטון.
On what grounds did you do it.

מפוזרי » דאנערשטאג יולי 6, 2017 8:01 pm

· #378173
Re: פארוואס האט נישט לשה"ק א ווארט אויף "יא"?
גרונט מיינט יסוד, ממילא קען מען פרעגן אויף וואסארא גרונט. מ'קען אבער נישט אראפווארפן צום גרונט (אחוץ אויב מ'האלט נאך אינמיטן בויען און מ'ווארפט אריין אינעם גרוב). דער ריכטיגער ווארט איז באדן.

נהורא נפישא » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2018 11:04 pm

· #413517
טאמבל סאס
פרעגסט גוט. דער אמת איז אז אין תנ"ך טרעפט מען טאקע די ווארט כן אסאך מאל, אבער אייביג טייטשט עס - אזוי . ווצבש.
כן בנות צלפחד דוברות.
ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלוקים - כן עשה. אבער קיינמאל נישט ווי אונז נוצן עס היינט - די פארקערטע פון "ניין"
איז וויאזוי פלעגן טאקע עמיצער ענטפערן פאזיטיוו ווען עמיצער האט אים געפרעגט א שאלה. ?
מען פלעגט איבערגיין אויפ'ן שאלה, און פשוט טוישן די ניגון פונעם ענטפער, און אראפנעמען די ה' פון די ווארט וואס האט רעפרעזענטירט די עיקר השאלה.
למשל - הידעתם את לבן בן נחור? ידענו! השלום לו? שלום!
התלכו עם האיש הזה? אלך!
האתה זה בני עשו? אני!
כאטשיג מ'טרעפט "הן לו יהי כדבריך" מיינט עס אבער נישט עכט יא! נאר מער א "נו" (הלוואי)
ובתרגום - ברם, לו יהי כפסגמיך
----
אין חז"ל געפינען מיר שוין הן און לאו.
כיון שחשכה אמרו להם בא השמש? אומרים הן!
ווי אויך זעען מיר - 'אין' און 'איני' (איז עס דען נישט אזוי?!)

דוכט זיך מיר אז עס איז נישטא קיין ווארט אויף ניין אויך נישט אין לשון המקרא.
איבעראשט ?
לאמיר אריינקלערן. די איידיע פון יא און ניין איז אן אינטארסאנטע. יא און ניין זענען נישט קיין געווענליכע ווערטער זיי ווערן געריפן אין גראמאטיק אינטערזשאנקשענס. זיי זענען פון די די זעלבע סארט ווערטער ווי אוי. ששש. פשי. וכדומה זיי זענען ווערטער וואס לאזן וויסן עפעס אנע דעם וואס די ווערטער מיינען עפעס זעלבסטשענדיג. ווען איך זאג יא טוה איך אנדייטן אז איך באשטעטיג עפעס אבער ס'ליגט נישט אין די ווארט "יא" וואס פונקטליך איך באשטעטיג די זעלבע מיט די ווארט "ניין" וואס איז אן אפשלאג אויסדרוק. ס'דוכט זיך מיר אז אין לשון המקרא איז נישטא קיין זעלבסשטענדיגע "ניין" די ווארט לא מיינט ענדרעש נישט אזויווי אין די פראגע פון התלך וועט די ענטפער נישט זיין א בלויזע לא נאר לא אלך ד.מ. אז די ענטפער וועט נישט זיין ניין נאר איך וועל נישט גיין. יעצט לעולם איז דאך די יא און ניין א געוואלדיגע ערפינדונג אין שפראך נישט צו דארפן איבערזאגן די באשטעטיגונג נאר באשטעטיגן די פראגע זעלבסט איז דאך די שאלה פארוואס אין לשון המקרא איז טאקע נישטא די ווערטער פון יא און ניין. און צום באמערקן אז אויך אין פיניש און וועלש זענען אויך נישטא קיין יא און ניין
די פונקטליכע ענטפער ווייס איך נישט אבער איך קען אנמערקן פארשידענע פראבלעמען וואס די יא און ניין ווערטער ברענגן מיט זיך מיט.
ערשטענס שאפט אסאך מאל די יא און ניין ענטפער א צוויידייטיגער ענטפער אזויווי די באקאנטע דוגמא אויף די פראגע, זאג נאר דו שלאגסט נישט דיין ווייב! וואס אויף דעם וועט די ענטפער יא זיין א צוויידייטיגע. יא איך שלאג יא. יא איך שלאג נישט.
צווייטענס קען זיין ס'האט צו טאן מיט א פסיכישער ענין ווי באקאנט איז לינגוויסטיג זייער א טיפער ענין און ס'האט אסאך צו טאן מיט לאגיק און פסיכילאגיע. עכ"פ א יא און ניין ענטפער שאפט א ריטעם פראבלעם וואס דאס מיינט אז די ענטפער יא און ניין באלאנסירט נישט די ריטעם פון פראגע און ענטפער און ס'גאנץ מעגליך אז פארן פארצייטישן העברעער איז די ריטעם געווען פילפאכיג וויכטיגער ווי די טעכנישקייט וואס ליגט אין די יא און ניין ענטפער. אויך איז מעגליך אז אין טאג טעגליכן שפראך איז דאס אפילו ביי די העברעער אויך גענוצט געווארן נאר דוקא אין געשריבענעם ווארט האט זיך אויסגעפעלט די ריטעם און די לשון המקרא שטעלט אונז נאר פאר די געשריבענעם ווארט און נישט די גערעדטע ווארט.

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 2:21 am

· #413523
לכאורה איז יא דא א "לא" בזכות עצמו וואס מיינט פשוט'ערהייט ניין, דאס איז ביי שרה אמנו, ווי אברהם ענפערערט, לא, כי צחקת, וואס לא מיינט ניין.

ס'איז כעין לא צריכא פון חז"ל, וואס דארט איז גראדע א פלוגתא אין די מפרשים צו ס'איז ניין בעצם כגון לא, צריכא, אדער א נטפל צום צריכא, לא צריכא.

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 2:52 am

· #413524
וואלווי
לכאורה איז יא דא א "לא" בזכות עצמו וואס מיינט פשוט'ערהייט ניין, דאס איז ביי שרה אמנו, ווי אברהם ענפערערט, לא, כי צחקת, וואס לא מיינט ניין.

ס'איז כעין לא צריכא פון חז"ל, וואס דארט איז גראדע א פלוגתא אין די מפרשים צו ס'איז ניין בעצם כגון לא, צריכא, אדער א נטפל צום צריכא, לא צריכא.

וואס איך האב באהויפטעט איז אז אין לשון המקרא איז נישטא קיין יעס אר נא שאלה און אנדערע ווערטער עס איז נישט דא קיין זעלבסטשענדיגע יא אדער ניין אלס אן אנטווארט צו א פראגע. ווי געזאגט בין איך נישט זיכער איבער די ניין אויב ס'איז ווירקליך אזוי, אדרבה דאס וואלט איך געוואלט הערן פון א בקי בלשון המקרא. אינעם קונקערדאנציע איז שווער צו זוכן איבער אזא ווארט. הפנים מכח די ראיה וואס איר ברענגט מיר וואלט איך זיך נאכאלס פארעקשנט אז די לא דא איז נישט א זעלבסטשטענדיגע, און דאס קומט בכלל נישט אלס אן אנטווארט צו קיין פראגע נאר דאס איז א ווארט וואס דארף סותר זיין די ווארט פון שרה, און די לא דא וואלט נישט געקענט אפילו שטיין זעלבסטשטענדיג, אדרבה דאס איז א חלק פונעם זאץ לא כי צחקת, און אנדערע ווערטער נישט ניין פון די סארט זעלבסטשענדיגע ניין וואס מיר זוכן נאר ענדרעש לא נישט אזוי כי צחקת.

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 3:05 am

· #413525
וואלט כדאי געווען זאלסט אביסעל מער אויסקלארן. דאס ווי די זאגסט אז יא און ניין טרעפט מען נישט אלס יא ניין פארזיך ביסטו גערעכט אפילו ביי לא כי צחקת, ווייל ס'איז מקושר מיט'ן צחקת, אבער אלס קאנטראסט מיט וואס די שרייבסט וועגען ניין/נישט למשל ביי התלך-לא אלך, דא איז לא כי צחקת טייטש ניין דוקא, און נישט, נישט.

אבער דיין באמערקונג עדיין במקומו עומד, ווייל יא און ניין זענען בעצם נישט זעלבשטענדיגע ווערטער.

מיימון » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 11:21 am

· #413532
שופטים יב ה
ויאמרו לו אנשי גלעד האפרתי אתה ויאמר לא
יהושע ה יד
ויאמר לא כי אני שר צבא יקוק

מען קען אבער נאך אלץ לערנען "נישט" און נישט "ניין". ביי ויאמר לא כי צחקת זאגט רש"י לא כדבריך הוא אלא צחקת
עס געפעלט מיר אבער דער פשט וואס נהורא זאגט אז דאס איז נאר א שריפטליכע שפראך. דער גאנצער לשון המקרא זעט אויס ווי אזא מין שריפטליכע לשון מיט א ריטעם און טראפן עס איז מסתבר אז בדיבור זענען געווען שינויים

נהורא נפישא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2018 1:06 pm

· #413533
מיימון
שופטים יב ה
ויאמרו לו אנשי גלעד האפרתי אתה ויאמר לא
יהושע ה יד
ויאמר לא כי אני שר צבא יקוק

מען קען אבער נאך אלץ לערנען "נישט" און נישט "ניין". ביי ויאמר לא כי צחקת זאגט רש"י לא כדבריך הוא אלא צחקת
עס געפעלט מיר אבער דער פשט וואס נהורא זאגט אז דאס איז נאר א שריפטליכע שפראך. דער גאנצער לשון המקרא זעט אויס ווי אזא מין שריפטליכע לשון מיט א ריטעם און טראפן עס איז מסתבר אז בדיבור זענען געווען שינויים

ייש"כ פאר די געפינס פון שופטים. די פסוק פון יהושע איז דאך ווי די פסוק לא כי צחקת.
וואס ברויך גרינטליכער אנאליזירט ווערן איז טאקע ווי אפט יא און ניין שאלות זענען אין מקרא, ווייל בפשטות איז דאס שטארק אפט אין טאג טעגליכן באנוץ. דאן דארף מען זען אויב די אנטווארט וואלט געקענט זיין א פשוטע לא און פונדעסטוועגן ברענגט די פסוק אלס אן אנטווארט די גאנצע זאץ וואס טוט אפשלאגען די פראגע ווי איידער א פשוטער לא. וואס אזא זאך אומרת דרשוני און דאס ווייזט אן אז די סדר אין מקרא איז נישט צו ענטפערן ניין אזויווי אין אנדערע שפראכן. איי מ'טרעפט יא איינס אדער גאר געציילטע, און נאכאמאל דאס דארפן מען אנאליזירן לויט די ראטע וואס מ'טרעפט בכלל אט די סארט יעס אר נא פראגען, דארף מען זאגן אדער איז דא אפשר אריינגעפאלן די גערעדטע ווארט ווי איידער די געשריבענע ווארט און דאס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן פון א ליטערארישן זין אדער להצד אז אפילו אינעם גערעדטן ווארט איז נישט געווען די סדר זיך צו באנוצן מיטן לא, קען מען זאגן אז די איינצלענע געפינסן שטייגן נישט איבער די געווענליכע ראטע פון גראמאטישע פלאנטערס וואס געפינט זיך גאנץ אפט אין מקרא, בבחינת אין לו עד במקרא.

מיימון » דינסטאג אקטאבער 2, 2018 8:03 pm

· #413535
חגי ב יב-יג
הן ישא איש בשר קדש בכנף בגדו ונגע בכנפו אל הלחם ואל הנזיד ואל היין ואל שמן ואל כל מאכל היקדש ויענו הכהנים ויאמרו לא ויאמר חגי אם יגע טמא נפש בכל אלה היטמא ויענו הכהנים ויאמרו יטמא

דא זעט זיך שטארק ארויס דער דיפערענץ צווישן ניין און יא און מען זעט קלאר אז יא פעלט. נאכאלץ איז אבער מעגליך ווי איך האב אויבן מרמז געווען אז עס מיינט נישט. כאילו לא - יקדש. דער פעולה איז באהאלטן אינעם ווארט ווי דער אבן עזרא שרייבט ענליך אין תהלים ג ח

נהורא נפישא » דינסטאג אקטאבער 2, 2018 9:11 pm

· #413536
מיימון
חגי ב יב-יג
הן ישא איש בשר קדש בכנף בגדו ונגע בכנפו אל הלחם ואל הנזיד ואל היין ואל שמן ואל כל מאכל היקדש ויענו הכהנים ויאמרו לא ויאמר חגי אם יגע טמא נפש בכל אלה היטמא ויענו הכהנים ויאמרו יטמא

דא זעט זיך שטארק ארויס דער דיפערענץ צווישן ניין און יא און מען זעט קלאר אז יא פעלט. נאכאלץ איז אבער מעגליך ווי איך האב אויבן מרמז געווען אז עס מיינט נישט. כאילו לא - יקדש. דער פעולה איז באהאלטן אינעם ווארט ווי דער אבן עזרא שרייבט ענליך אין תהלים ג ח

אריינקוקענדיג יעצט אין קונקערדאנציע מערק איך נאך א דריטע פסוק אין וואס עס איז פארהאן א זעלבסשטענדיגע לא. הלא אנכי אותנך אשר רכבת עלי מעודך עד היום הזה ההסכן הסכנתי לעשות לך כה ויאמר לא (במדבר כ"ב ל')
איך פארשטיי נישט פונקטליך מיט וואס איר זענט זיך מדחיק אז די אלע פלעצער מיינט לא נישט ווי איידער ניין ווייל עס באציט זיך צו די פעולה אין די פראגע, אין יעדן פאל טוט דאך די ניין זיך באציען אין די פראגע. דערפאר דארף מען לכאורה זאגן אז לא קען יא ווערן גענוצט אלס א זעלבסשטענדיגע מילה השוללת.
מ'דארך נאך אלס באמערקן אז א מילה השוללת איז מער נאטורליך ווי א מילה החייבת וויבאלד די לא מוז דאך ממילא זיין אלס א נישט און פון דארט איז עס זיך גרינג נשתלשל אלס א ניין משא"כ א מילה המחייבת האט דאך נישט פון ווי נשתלשל צו ווערן צוליב דעם וואס די חיובי ליגט דאך שוין אין די תיאור הפעולה.
מ'קען זיך אפשר מצייר זיין אז די העברעער האבן געהאט אויב נישט אין גערעדטע שפראך לכה"פ אין א געוויסע קערפערליכע אויסדרוק אויסצודריקן א יא פונקט אזויווי עס איז כמעט אוניווערסאל היינט צישאקלען מיטן קאפ.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 3, 2018 12:08 am

· #413547
נהורא נפישא: דו האסט מיר כמעט אויסגעכאפט מיין מחשבה. אז מ'קען שאקלען מיט'ן קאפ צו מרמז זיין פאר יענעם וואס די כוונה פונ'ם משיב איז...!

אויף דעם איז דא א שיינער טייטש. (געהערט פון מיין רבי'ן אין חדר.) ווען יעקב אבינו האט געפרעגט זיין שווער דעם וועלט'ס שווינדלער לבן אויב די איז רחל (אויף לאה), האט ער געשאקלט מיט'ן קאפ אויף יא.ווען ס'האטציך אויסגעשטעלט שפעטער אז לבן האט איהם אויסגעפאפט איז יעקב אבינו געקומען מיט טענות. האט איהם לבן געענטפערט. איך האב דיך גארנישט אויסגעפאפט. נאר דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן...לבן האט געזאגט..."לא"...אויף צו זאגן ניין, יעשה ..."כן"... מאכט מען מיט'ן קאפ אזוי ווי די גאנצע וועלט זאגט יא...במקומינו...ביי אונז...!