☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » סוף זמן קר"ש דערמאנונג...

סוף זמן קר"ש דערמאנונג...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3883

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 10:43 am

· #117595
סוף זמן קר"ש דערמאנונג...
לאור די קידוש החמה דערמאנונג וואס איינער פון אונזערע חברים איז פארשלאפן, אפשר איז כדאי צו עפענען א סוף זמן קר"ש דערמאנונג וואס פילע פארשלאפן?
מען וועט מאכן א עפפ אויפן פאון וואס וועט א דריזל טאן 15 מינוט בעפאר סוזקר"ש. פאר די מקילים וועט זיין א סעטינג צו ווארטן ביז די שפעטערע זמן.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 24, 2013 10:57 am

· #117599
שעל המיטה אדער של שחרית?

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 11:14 am

· #117605
מען קען מאכן א עקסטערע אשכול פאר ביידע 😎

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 11:38 am

· #117619
נעקסט אפ, סוף זמן שריפת חמץ דערמאנונג. סארי, כ'גיי נישט עפענען א אשכול נאר צו מאכן א דזשאוק.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 24, 2013 12:25 pm

· #117637
Oh My Goodness

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 26, 2013 8:34 am

· #117881
שמעקעדיג, וואס שלאפסטו?....... קריאת שמע.... נא נא.... נא.... ביסט אויף?

העלא » מאנטאג מאי 27, 2013 10:08 am

· #118374
עס איז שוין געווען סוף זמן קריאת שמע לכל הדעות,

מגן אברהם
גר"א-תניא
קאמארנא

די באמעס מעגן שוין אויפשטיין

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 30, 2014 7:54 am

· #198123
ברכות אילנות
ס'איז שוין ל' ניסן
אויב פארדעם האסטו געווארט
קענסט שוין מאכן ברכות האילנות
אבער יוצא צו זיין לכל הדיעות איז כדאי נאך ציציווארטען אפאר שעה ביז געציילטע מינוט פארן שקיעה

מ גפני » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:38 am

· #198159
געוואלד און געשריגן!! שפראצן דען די ביימער דאס יאר, ברכות אילנות אינמיטן ווינטער??

פלעין יודיש » פרייטאג מאי 2, 2014 9:30 am

· #198650
פלעין יודיש
ס'איז שוין ל' ניסן
אויב פארדעם האסטו געווארט
קענסט שוין מאכן ברכות האילנות
אבער יוצא צו זיין לכל הדיעות איז כדאי נאך ציציווארטען אפאר שעה ביז געציילטע מינוט פארן שקיעה

כאטש איינער האט מיר געפאלגט
www.bhol.co.il/article.aspx?id=67781