☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קולט פארחאפטע משפחה פרובירט שווערצען די גרעניץ קיין ירדן.

קולט פארחאפטע משפחה פרובירט שווערצען די גרעניץ קיין ירדן.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3882

חזקיהו המלך » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:32 pm

· #117491
קולט פארחאפטע משפחה פרובירט שווערצען די גרעניץ קיין ירדן.
נעכטען אין די נאכט שעה'ן האט א משפחה פין בית שמש וואס איז ליידער פארחאפט געווארען אין דעם ביטערען לב טהור כת, אין אזוי ווי זיי האבען געוואלט זיך איבערציען קיין סעט אגעט אין קוויבעק קאנאדא, דארט ווי די כת האט זיך באזעצט, האבען זעהט אויס קרובים זיי געקלאגט אין געריכט אז ס'איז טשיילד אביוז אין זיי האבען נישט קיין רעכט צי טראגען אהין זייערע קינדער, אין דער געריכט האט זיי ווי עס שיינט פארבאטען צי ארויס נעמען די קינדער פין לאנד,

האבען זיי לויט דעם נייעס קוואל באשלאסען צי שווערצען די גרעניץ קיין ירדן אין פין דארט פארען קיין קאנאדא, א טאטע מאמע מיט 6 קינדער האבען אין די נאכט שעות פרובירט שווערצען די גרעניץ, זענען זיי אבער באמערקט אין ארעסטירט געווארען דורעך די ירדן'ער מיליטער,

היינט דורעכען טאג זענען זיי איבערגעגעבען געווארען צי די מדינת ישראל אינסטאנצען ווי די עלטערען ווערען אויסגעפארשט פאר פרובירען ארויסנעמען די קינדער פין לאנד אין פאר שווערצען די גרעניץ,

קרעדיט: בחדרי חרדים אין נאך א ארטיקעל פין זיי.







sefish » דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:41 pm

· #117492
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/117330">viewtopic.php?p=117330#p117330</a><!-- l -->

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 24, 2013 1:13 am

· #117509
חזקיהו המלך


איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'האט עם דערקענט אז ער איז א איד, ער האט דאך אנגעטוהן א קעפ!?!

חזקיהו המלך » פרייטאג מאי 24, 2013 1:41 am

· #117520
sefish
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=117330#p117330


אופס נישט באמערקט,