☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?

אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #387

נולד מאוחר » מאנטאג אפריל 16, 2012 11:20 pm

· #4923
אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
מיין ידוד שטעלט מיך אפ מיט א פראגע "בין איך משוגע אדער די פלאץ ווי איך וואוין?"

"דעם זונטוג נעם איך מיין אייניקלעך אין פארק סאיז געווען א וועטער געאייגנט דערפאר.
כ'קום אן זעה איך א מאדנער בילד. דע פארק איז פול , דרייסיג –פיפציג מאמעס, 2-3 טאטעס!"

ער האט גענומען זיינע אייניקליך אין געפארן צי פארט-גרין פארק (אינדרויסן פין וויליאמסבורג)
אין דא איז שוין געווען שווערער צו
באמערקן אז סאיז דא מער מאמעס( נישט אידישע)ווי טאטעס.

כפארשטיי ס'דא וואס ארבעטן זונטאג, ס'דא וואס לערנען ,פארוואס איז נישט דא א שיינער פראצענט
וואס שפילן מיט די קינדער?
כהאב'ם געפרעגט אפשר איז געווען נישט איידלע מענטשן אין פארק?
"ס'איז געווען נאר אידשע פרויען," איז געווען זיין ענטפער.


רוב טאטעס וואלטן זיך געווינטשען צו האבן א שטיקל שפראך מיט זיין טינעזדשער,
ס'וואלט נישט געשאט פין קליינווייז אן צו באלאנסירן די אלע ניין'ס וואס ווארט זיי אפ,
מיט אביסל גליטששערס אין סווינגס.

ווער קען מיר אביסל מסביר זיין וואס די שורש פין די סטיגמה ?

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 12:24 am

· #4933
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
אפשר שטאמט עס פון די מאמר חז''ל: אין התורה מתקיימת אלא במי שמשים עצמו אכזרי על בניו ועל בני ביתו.

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 17, 2012 1:17 am

· #4939
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
אויב אזוי וואלט געדארפט זיין תלמידי חכם ווי חסידים ביי א כאפצעם.

געצל » דינסטאג אפריל 17, 2012 1:29 am

· #4942
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
ווייל עס איז שוין אזוי אז מער מאמעס דרייען זיך אין פארק, ווילן די ערליכע טאטעס נישט גיין און זיין ארומגענומען מיט אזויפיל מאמעס...

דארף מען אריינטראכטן פארוואס ס'האט זיך אנגעהויבן דער מנהג אזוי.

קודם וועלכע טאג ביסטו געווען אין פארק?

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 9:39 am

· #4953
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
אפשר איז די סיבה ווייל די טאטעס זענען פארנומען צו שרייבן אין קאווע שטיבל 😉

נולד מאוחר » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:27 pm

· #5086
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
געצל
ווייל עס איז שוין אזוי אז מער מאמעס דרייען זיך אין פארק, ווילן די ערליכע טאטעס נישט גיין און זיין ארומגענומען מיט אזויפיל מאמעס...

דארף מען אריינטראכטן פארוואס ס'האט זיך אנגעהויבן דער מנהג אזוי.

קודם וועלכע טאג ביסטו געווען אין פארק?

"דעם זונטוג נעם איך מיין אייניקלעך אין פארק סאיז געווען א וועטער געאייגנט דערפאר.
כ'קום אן זעה איך א מאדנער בילד. דע פארק איז פול , דרייסיג –פיפציג מאמעס, 2-3 טאטעס!"

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:53 am

· #5374
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
איך וויל נישט זאגן הויעך אבער ס'קען אויך זיין א סיבה אז די חשובע טאטעס האבן זיך שוין אזוי אויסגעלערנט אז די מאמעס זענען די צווייטראנגיגע שלא עשני אשה'דיגער נברא, און מען דארף זיי אנלייגן מיט ווי מער קינדער צו קעיר נעמען און זאלן זיי טאקע אויך זיין פארנומען מיט די קינדער אין פארק.

איך בין געגאנגען אויפן דן לכף חובה'דיגע אופן, און איך האף אז דאס איז נישט דער אמת.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:43 am

· #5382
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
מ'קען אפשר זאגן אז אין אונזער סאסייעטי איז קינדערישקייט שטארק אראפ געקוקט ביי ערוואקסענע מענער, אפשר נאך ערגער ווי ליידיגייין, אלזא שעמט זיך דער עולם מטפל צו זיין מיט 'זוטות' נאך דערצו אין פארק.
יעדעס קינד, ווערט קוים דרייצען רייסט מען אוועק פון עים דאס קינדערישקייט ווי עפעס א מחלה.

מ'קען אפשר מאריך זיין אינעם ענין אבער איך טראכט אז קען זיין דאס איז די סיבה.

געצל » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:50 am

· #5384
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
געפילטע, זייער א גוטע טאפיק די קינדערישקייט, און וואס אפי' פון די קינדער נעמט מען עס אוועק. ווער געדענקט דען נישט די שטרענגע בליקן פונעם מלמד וואס האט מיט זיין געדרייטע שטימע געזאגט, געצל, ביסט דאך שוין א גרויס יונגעל! ווען איך האב פשוט געטון מעשה נערות, און ער האט נישט געהאט געדולד דערצו...

נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:01 pm

· #5836
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
[ציטאט אראפגענומען]

דאס ערשטע מאל ווען כ'האב געהערט אז ביי די נישט היימישע איז נארמאל פאר א דרייסיג יעריגער צי שפילן געמס, אין סאיז אפי' דא אפיצעלע שפילן פלעצער פאר עדאלטס,
האב איך מיך זייער געמיטשעט עס צו פארדייען.

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:11 pm

· #5846
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין מיט קטלא קניא מחולק 99% מאל פון 100%. אבער צו דעם זאץ מוז איך זאגן "יפה דיבר"!

נולד מאוחר » פרייטאג אפריל 27, 2012 6:09 pm

· #8304
Re: אין פארק א מאמע יא א טאטע נישט, פארוואס?
ליינענדיג די אפ-עד פין 'ואנ'."Why Is The Internet Asifa At Citifield For Men Only?" כאפ איך ער פרעגט די זעלבע שאלה ווי די אשכול, נאר פארקערט.
איך בין נאר נישט זיכער וואס איז די שייכות?
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/105348/2012/04/27/new-york-op-ed-why-is-the-internet-asifa-at-citifield-for-men-only/">http://www.vosizneias.com/105348/2012/0 ... -men-only/</a>

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 11:26 pm

· #147924
בין איך משוגא אז איך בין די איינציגסטע היימישע טאטע וואס איך האב נאר געזעהן וואס גייט בייקן מיט זיינע קינדער.