☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז

די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3868

יואליש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:12 am

· #117085
וואס איז די סיבה פארן צוריקעפענען די קעיס?

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:23 am

· #117136
איך האב געהערט די מעשה כמעט ממקור ראשון מיט אסאך אנדערע פרטים אבער קען זיין אז יאנקל איז גערעכט.
קודם וואס קול מבשר זאגט מתיבתא דלאנג איילענד איז א גרייז הגם קול מבשר האלט זיך אויסנאם אקוראט און אויב איז ער נישט קלאר אין א נייעס וועט ער זאגן לויט די ערשטע באריכטן, אומבאשטעטיגטע קוועלער וכו'.
לויט ווי איך האב געהערט:
די מעשה איז געווען אויף א מוצאי שבת ער איז געשלאפן אין א צימער מיט נאך 3 בחורים וועלכע זענען אלע אהיימגעפארן אויף שבת, אנדערע חברים האבן אים געלאדענט צו שלאפן אין זיין צימער ער האט אבער אפגעזאגט.
זונטאד צופרי צו שחרית איז דער משגיח געקומען וועקן חיים איז געווען איינגעוויקלט אין א דאכענע און זעענדיג אז ער וועקט זיך נישטאויף האט דער משגיח אראפגעצויגן זיין דאכענע די דארמאטערי איז שוין דאן געווען גענצליך ליידיג ווייל מ'האט שוין געהאלטן אינמיטן שחרית.
דער משגיח איז כמעט אראפ פון זינען פון שרעק און האט זיך גענומען מאכן קולות וברקים. וואכן לאנג איז ער נישט געווען געהעריג ביי זיך און זיין בארד איז גענצליך ווייס געווארן אין די קומענדיגע וואך, דער משגיח איז הייט צוטאגס א יונגערמאן אין די פופציגער יארן מיט א שניי וואסער בארד.
ער האט אים באגעגנט גענצליך צושטיקלט, און א געוויסע סם האט אים פארגליווערט אז גארנישט זאל נישט צורינען.

דער פענסטער איז נישט געווען אפן נאר די שלאס איז נישט געווען פארמאכט, די לעכטל האט מען געטראפן דעם קומענדיגן נאכט, אנגעצינדענערהייט, אויף די דרויסנדיגע זייט פון די פענסטער. די נעקסטע נאכט איז נאכאמאל געווען א לעכטל, מ'האט געשטעלט שומרים און די לעכטלעך האב אויפגעהערט צו קומען.
יארן לאנג האט מען נישט גענוצט יענער צימער אין ישיבה און נאך 8 יאר האט מען עס געמאכט פאר א שויער.
ישיבת לאנג ביעטש האט א שומר א גאנצע נאכט עד היום.
די געשיכטע איז געבליבן פון די 10 מיסטריעזטע פארברעכנס אין די פאליציישע היסטאריע אין ניו יארק מ'האט נישט געטראפן קיין ליד אדער עווידענס, קיין שום סאספעקט אדער מאטיוו, נישט קיין פינגער אפדרוקן, ממש גארנישט כאילו ס'איז די ארבעט פון א שד.
די פאליציי האט דעמאלט געזאגט אז ס'איז קלאר דער יעניגער האט געהאט הילף פון אן אינעווייניגער.
דער גאס האט געשמועסט אז דער טאטע איז געווען שולדיג געלט פאר דער מאפיע און זיי האבן אים געווארנט אויב גיט ער איבער פאר די פאליציי גייען זיי צו זיין נעקסטן קינד.
זומער ווערט אפגעהאלטן א גרויסע יארצייט אין ישיבה יאר יערליך.

דעת תורה » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:31 am

· #117142
די שומרים וואלטן געווען עטוואס פראפעסיאנאל און באהאלטן, און געלאזט דעם ליכטל לייגער נאכאמאל קומען, כאפט מען ווען דעם רוצח

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:40 am

· #117146
לויט יאנקל'ס לינק מפי עדי ראייה איז די ליכטל מעשה בכלל נישט אזוי אינטרעסאנט. מ'האט געצינדען א ליכטל יעדער טאג פון די שבעה אינ'ם צימער, און איין טאג ווען דער מג"ש וואס פלעגט עס צינדען איז געקומען האט ער געזעהן אז סברענט שוין א ליכטל. די צימער איז געווען אונטער פאליצייאישער וואך און ממילא איז נישט געווען מעגליך פאר איינער אריינצוקומען אן רשות. די תלמידים שטעלן זיך פאר אז דער מג"ש אליינס האט אנגעצינדען אויך די ערשטע און האט פשוט פארגעסן דערפון זייענדיג אזא צופלויגענער טיפ.

שרייבער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:42 am

· #117147
שרעקעדיג!!!!!!!!!!
איך פארשטיי אבער נישט, מען האט אים געטראפן איינגעוויקלט אין א דאכענע, האט דאך דאס איינער געטון, דאס מיינט איינער האט זיך ערנסט ארומגעפארעט דארט, ואס טוט זיך מיט פינגער פרינטס?

לעיקוואד » דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:46 am

· #117152
ליינטס איבער די לינק וואס יאנקל האט געשיקט, עס קוקט אויס אסאך מער קראנט און מיט נאנטע מקורות ווי די אופן ווי מרנצז"פ האט עס פארציילט מפי השמועה.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:10 am

· #117165
אויף די קאמענטס אויף וואס איז נייעס פארציילט איינער אז א פוילשער גוי וואס האט געראבעט אין ישיבה איז צוריק אהיימגעפארן דעם נעקסטן טאג.
איך האב אויך אזוי געהערט.
בנוגע דעם לעכטל איז דא דארט א מחלוקת צווישן עידי ראי'.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג מאי 23, 2013 6:02 pm

· #117376
איך ווייס שוין וואס נחומ'ס שמועס קומענדיגע וואך גייט זיין.


(אה, פארגעסן... ס'איז נישט א חסידי'שע ישיבה... נעווער מיינד - ס'איז פארט ניבול.)

ניו יארק » דינסטאג מאי 28, 2013 7:58 pm

· #119059
וואס איז יעצט געשען אז מען עפענט צוריק די קעיס? האבן זיי עפעס באקומען פרישע ליעד'ס?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג מאי 28, 2013 8:17 pm

· #119071
גיפטער, דער נייעס רעפארטער/פאטאגראפער מעלדט אויף טוויטער אז עס איז דא א דורכברוך אין די די ען עי

זר זהב » דינסטאג מאי 28, 2013 9:16 pm

· #119094
ברוך השם!

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 29, 2013 12:34 am

· #119133
זר זהב
ברוך השם!

ביסט זיכער אז דאס אויפדעקונג וועט ברענגען גוטס?
אולי איז בעסער מ'זאל קיינמאל נישט געוואר ווערן.

נישט אז איך ווייס עפעס, נאר פשוט מ'דארף זיין גרייט אויף אלעם.

שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 12:39 am

· #119134
און אז מ'וועט געוואר ווערן אז ח"ו יד ישראל באמצע, יא כ'וועל מיך שעמען ארויסצוגיין אין גאס, אבער גערעכטיגקייט וועט געטאן ווערן.
כ'קען קוים ווארטן אויף די דעטאלן

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 12:41 am

· #119135
איר זענט ביידע גערעכט

לאליפאפ » מיטוואך מאי 29, 2013 1:14 am

· #119146
שעפטל
און אז מ'וועט געוואר ווערן אז ח"ו יד ישראל באמצע, יא כ'וועל מיך שעמען ארויסצוגיין אין גאס, אבער גערעכטיגקייט וועט געטאן ווערן.
כ'קען קוים ווארטן אויף די דעטאלן

לכאורה זיין זארג איז טאמער עפעס וועט ארויסקומען נישט אזוי גלאטיג מצד דעם נרצח אדער זיין פאמיליע?!

זר זהב » מיטוואך מאי 29, 2013 1:23 am

· #119149
רוצח לכאורה

בלויע רעקל » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:06 pm

· #334705
זענען זיי חושד חברים אדער סטעף פון די ישיבה?

איך אויך » דאנערשטאג מאי 26, 2016 9:53 pm

· #334803
בלוי עז אין NYPD?

כלבאשבוע » מיטוואך אפריל 4, 2018 12:40 am

· #398917
<a class="postlink" href="http://pix11.com/2018/04/03/nassau-homicide-commander-tips-still-coming-in-on-1986-yeshiva-dorm-murder/">http://pix11.com/2018/04/03/nassau-homi ... rm-murder/</a>

איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 4, 2018 1:23 am

· #398921
שאקירנדע אויפדעקונגען!

ווער ס'האט נאר אמאל געלערנט אין א ישיבה האט שוין בייגעוואוונט אזוינע סיטואציעס....

קל וחומר » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 11:47 am

· #399007
Re: די מיסטעריעזע מארד פון הבחור חיים ווייס הי"ד, תשמ"ז
לויט וואס דער דאקטאר האט באשטעטיגט אז די מארד איז געווען כמעט אידענטיש צו צוויי אנדערע מארדן אינעם געגנט, איז די פראגע ווער איז געווען פאראנטווארטליך פאר יענע מארדן?
די טעאריע פון מאפיע קען מען אננעמען אלס חשש אויב וועט מען זאגן אז זיי האבן געצאלט דעם דשעניטער צו אויספירן דעם מארד, אדער עכ"פ צו געבן גענוג אינפארמאציע און עקסעס צום בנין אז זיי זאלן עס קענען טוהן אומגעשטערט.
עס בלייבט נאר איבער צו וויסן אויב מען האט בכלל אויסגעפרעגט דעם גוי און צו ער האט בכלל געקענט די בחורים ביי די נעמען וכדו'.

(די סיבה וואס מאכט מיך קלערן אז ס'נישט געווען א סיריעל קילער סטיל מארד איז, וויבאלד דאס קומט געווענליך מיט מיט סעקסואלע אביוס וואס איז נישט געווען א פאקטאר אינעם פרשה.)

דאס אז א משגיח איז געווען אביוסיוו ברויך אויך גענומען ווערן ערענסט. ס'מעגליך אז דער משגיח האט אים נישט געמיינט צו הרגענען, נאר קודם גוט געשעדיגט, און נאכן זעהן וואס ער האט אפגעטוהן אויס מורא אז ער וועט אים פארמסר'ן האט ער אים געפארטיגט. (די שרייערייען זיינע זאגט נישט גארנישט, דאס קען קומען פאר פחד פון אנטדעקט ווערן).

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:10 am

· #399128
😲 קל וחומר: ביז די לעצטע שורה ביניך מסכים מיט דיר. די לעצטע שורה איז עפעס מיסטעריעז. ווער האט געשריגן...?! וואס מער מ'טיעפט זיך אריין אין דעם קעיס באקומט זיך דער איינדרוק אז איינער פון די סטעף וועלכער האט געהאט צוטריט און א מאטיוו איהם צו הרגנ'ען, ר"ל, האט געטון דעם דזשאב. און יעצט גייט אן א קאווער-אפ. ווארשיינליך צוליעב די ..."חשיבות"... פון דעם פארשוין...!

בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

ס'איז אינטרעסאנט אז די געלערענטע גויים, ווען זיי ווילן זאגן אז איינער ציעט זיך ארויס פון נעמען די שולד פאר עפעס אויף זיך, זאגן זיי אז ער האטציך ..."געוואשן"... די הענט פון דעם...!

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:12 am

· #399129
איסר האטלקי
שאקירנדע אויפדעקונגען!

ווער ס'האט נאר אמאל געלערנט אין א ישיבה האט שוין בייגעוואוונט אזוינע סיטואציעס....

ווענדט זיך וועלכע ישיבה. כל ימי גדלתי בין כותלי ישיבה און כ'האב נישט בייגעוואינט מיטאמאל בדומה לו

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:20 am

· #399132
berlbalaguleh


בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

ס'איז אינטרעסאנט אז די געלערענטע גויים, ווען זיי ווילן זאגן אז איינער ציעט זיך ארויס פון נעמען די שולד פאר עפעס אויף זיך, זאגן זיי אז ער האטציך ..."געוואשן"... די הענט פון דעם...!

טאקע אינטערעסאנט. כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט די אויסדריק

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:22 am

· #399134
berlbalaguleh

בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

וואס עפעס נאר בזמן הבית?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:24 am

· #399135
שמעון וואלף: איך האב עס שוין א סאך מאל געליינט אדער געהערט אלס אן אויסדרוק..."He washed his hands of the situation"...!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:27 am

· #399138
רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh

בימי הבית וואלט מען געדארפט ברענגען אן עגלה ערופה...!

וואס עפעס נאר בזמן הבית?

רביה"ק זי"ע: דו האסט שוין געהערט אז אין די לעצטע 2,000 יאר זאלל מען ברענגען אן עגלה ערופה...? אויך. דער פסוק רעדט ווען מ'טרעפט א חלל אינמיטן וועג. נישט אין א הויז...זאגט די גמ' ווייל די שטאט מענטשן זענען יא א טייל שולדיג. מ'וואלט דעם מענטש געדארפט צו באגלייטן...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:34 am

· #399140
ס'שטייט אז עגלה ערופה גייט נאר אן אין ארץ ישראל, אבער אז ס'האט מיט'ן בית המקדש צוטון האב איך קיינמאל נישט געהערט.

ס'שטייט אויך אז נאכן אפהאקן די קאפ פון דעם אייזל קריכן ארויס פון די נבילה מאסן ווערים און זיי קריכן ביז'ן רוצח. איך בין נאר נייגעריג וואס ס'וועט געשען ווען מ'וועט עס טון... ... ... וואס וועלן זיי דעמאלטס זאגן?

פאלאצ'ינטא » מאנטאג אקטאבער 31, 2022 9:48 pm

· #511006
[ציטאט אראפגענומען]
וואס באהאלטען זיי? ביידע ווילן נישט רעדן? עפעס שמעקט נישט גוט דא. איך האב מורא אז נ. ר. איז גערעכט. מען האט איהם ליידער(ל"ע) ג'הרגט ה"י

דער אמת וועט אמאהל ארויסקומען און עס גייט זיין ביטער

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 7:11 pm

· #532737
שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.
📎 20230801_170859.jpg

שמן למאור » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 9:36 pm

· #532764
האסט א פעטיש צו שפאצירן צווישן טויטע?

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 10:20 pm

· #532768
נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.

קהל'ס נער » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 3:03 am

· #532805
ונבנתה העיר
נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.
דורש אל המתים?

אבזערווירער » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 8:02 am

· #532808
ונבנתה העיר
שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.
📎 une_chaim_weiss4.jpg

אבזערווירער » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 8:08 am

· #532810
ונבנתה העיר
שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.
📎 une_chaim_weiss2.jpg

אבזערווירער » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 8:10 am

· #532811
אבזערווירער
ונבנתה העיר
שפאצירנדיג היינט צווישן די טויטע, האביך זיך אנגעטראפן אין זיין קבר.
📎 une_chaim_weiss1.jpg

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 2:45 pm

· #532834
קהל'ס נער
ונבנתה העיר
נו ודאי, זיי האבן אסאך צו דערציילן.
דורש אל המתים?
ציו"ן היא, דורש אין לה, מכלל דבעי דרישה.

-----------

אויף די מצבה שטייט 'שבת קודש היה', על משקל 'יום ערב שבת היה' פון די קינה אויף די עשרה הרוגי מלכות.

חמלה גדולה » מיטוואך אוגוסט 2, 2023 6:06 pm

· #532846
@אבזערווירער
these are not real pics they r from a tv program
episode 25
https://www.amazon.com/gp/video/detail/B06Y43QV7Q/ref=atv_dp_season_select_s4