☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טעראר אטאקע אין לאנדאן

טעראר אטאקע אין לאנדאן

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3857

לאליפאפ » מיטוואך מאי 22, 2013 3:29 pm

· #116821
טעראר אטאקע אין לאנדאן
א שרעקליכע אטאקע איז פארגעקומען געציילטע שעות צוריק אויף די גאסן אין Woolwich אין דרום מזרח לאנדאן.

א בריטישער סאלדאט האט ארויסשפאצירט פון זיין באראקן באזע אין לאנדאן. וואו עדות געבן אן, האבן די צוויי שווארצע חברה קודם אראגעהאקט דעם סאלדאט מיט זייער קאר, און דערנאך זענען זיי ארויסגעשפרינגען מיט לאנגע מעסערס און א האנט ביקס, נעמנדיג זיך שטעכן דעם סאלדאט וועלכע איז געווען אין זיינע צוואנציגער יארן. זיי האבן געשניטן שטיקער אין זיין גאנצן קערפער און אין זיין האלדז, וואו איינער פון די ביישויער האט זיך אויסגעדריקט ״וואו ער וואלט געווען א שטיקל פלייש״. פארשטייט זיך אז ער איז אומגעקומען אויפן ארט, און די פאראמעדיקס פון די העליקאפטער האבן שוין נישט געהאט וואס צו טון. בי בי סי האט באריכטעט אז די אטאקירער האבן געשריגן ״אללא אקבאר״ בשעת די אטאקע. ווען זיי זענען פארטיג געווארן מיט דעם סאלדאט האבן זיי זיך גענומען ארומלויפן אויפן גאס, בעטנדיג די דורכגייער צו נעמען בילדער ווי זיי פאוזן מיט די מאטשעטן נעבן דעם צוקאליעטשטן קערפער. אזוי האבן זיי געטון ביז די פאליציי איז אנגעקומען. ווען די ערשטע פאליציי קאר איז אנגעקומען אויף די סצענע, זענען זיי צוגעלאפן מיטן ביקס און מיט די מאטשעטן מעסערס אין ריכטונג פון די הילפסלייט, ווי פארשענדליך זענען זיי באלד דערשאסן געווארן צום טויט.

פרעמיער דעוויד קאמאראן האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענץ אז ענגלאנד וועט דאס באהאנדלען ווי טעראר. און די פרעמיער קערט זיך יעצט אום מיט זיין פליגער קיין לאנדאן לאור די אטאקע. סאיז מיר נישט באקאנט ווי ער איז געווען.

sefish » מיטוואך מאי 22, 2013 3:34 pm

· #116823
The idiotic Britians give home to millions of fanatic Muslims
Its good when they eat their own ****

וועפערייזער » מיטוואך מאי 22, 2013 3:51 pm

· #116830
נישט צום טויט!
ערנסט פארוואונדעט. אומשעדליך געמאכט אין אידיש. מ'האט זיי אוועקגעפירט מיט א פאליצייאישע העליקאפטער.
די 72 מיידלעך אויבן וועלן מוזן ציווארטן.

שלשלת » מיטוואך מאי 22, 2013 4:10 pm

· #116843
איינע פון די רוצחים נאכן אטאקע, איידער פאליציי איז אנגעקומען, האנלטנדיג אין זיין בלוט פארשמירטע הענט, א מעסער און א מעשעטי.

אין איינע פון זיינע סטעיטמענטס וואס איז רעקארדירט געווארן אויף ווידיאו, אנטשולדיגט ער זיך פאר די אנוועזנדע פרויען וואס האבן געדארפט צוקוקן אזא שוידערליכע סצענע. "אבער אין אונזער לאנד דארפן די פרויען צוזעהן דאס זעלביגע"!

"אונז מוז מען פייטן, ווייל מפייט אקעגן אונז. א ציין פאר א ציין און א אויג פאר אויג".
UK.jpg

שלשלת » מיטוואך מאי 22, 2013 4:38 pm

· #116851
א העליקאפטער-אמבולאנס לאנדעט ביים סצענע
UK2.jpg

ריינער » מיטוואך מאי 22, 2013 6:54 pm

· #116901
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז "ענגלאנד".....
זי גייען אי"ה מארגן כאפן וואס איז געשען..

אויס מענטש » מיטוואך מאי 22, 2013 7:46 pm

· #116916
ווי פארפירעריש די מידיא קען זיין
אין געוויסע צייטונגען ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט אז דאס איז געווען א סאלדאט,
נאר א פארבייגייער
דא

דבילה » מיטוואך מאי 22, 2013 7:50 pm

· #116917
[ציטאט אראפגענומען]


וואס קענען דורכגייערס טון מיט באוואפענטע טעראריסטן?

אךשמח » מיטוואך מאי 22, 2013 9:18 pm

· #116953
פאדערשטע זייט פון ענגלישע צייטונגען.
📎 צייטונגען.jpg

לאליפאפ » דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:10 am

· #117052
ריינער
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז "ענגלאנד".....
זי גייען אי"ה מארגן כאפן וואס איז געשען..

איך ווייס נישט ווער דו ביסט! אבער שטייט ביסטו מער ווי עני ענגלישע וואס איך האב נאר אנגעטראפן...
ער פרעגט אנעסט פארוואס מהאט אים נישט צושלאגן, די תירוץ איז: ווייל איך אמעריקאנער וואלט אפגעטראגן פון אזא סצענע אפילו איך ווייס אז דאס גייט פאסירן פון א טאג פריער!

וועפערייזער » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:34 pm

· #117232
א בלאַקי לייגט אראפ די שוידערליכע ספעקטאקל אין סלענגיש.
BK4NxU9CYAAcEf3.jpg

לאליפאפ » דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:36 pm

· #117308
בילד פון דעם סאלדאט, א פאטער פון א 2 יעריג קינד, און האט געטריי געדינט זיין לאנד אין אפגאניסטאן און אין נאך ערטער.
📎 image.jpg

לאנדאנער » מיטוואך פעברואר 26, 2014 8:32 pm

· #187007
פסק דין
היינט איז פארגעקומען די סענטענסינג פון די צוויי קאלטבלוטיגע מערדער פונעם בריטישן סאלדאט לי ריגבי.
מייקל אדעבולאזשוי 29 יאר אלט האט באקומען צו פארענדיגן די איבריגע יארן פון זיין לעבן אין טורמע (Whole life tarif). מייקל אדעבעוואלע 22 יאר אלט האט באקומען צוגעטיילט א מינימום פון 45 יאר אין טורמע.
ווען דער שופט אינעם לאנדאנע Old Bailey געריכט האט אנגעהויבן רעדן איבער די צוויי'ס ראדיקאלע אנשויאונגען האט אדעבולאזשוי אנגעהויבן שרייען און זיך ארויסרייסן פון זיין בענקל, און אדעבעוואלע האט נאכגעפאלגט שרייענדיג 'אלאהו אקבער' מיט שטארקע קריגערייען צווישן די מערדער און די וועכטער, די צוויי זענען געווארן צוריקגעדראפעט צו זייערע צעלן דורך די פאליציי.
דער שופט מר. סוויני האט זיך אנטשולדיגט פאר דער אומגעקומענער לי ריגבי'ס פאמיליע אז זיי האבן געדארפט צוזעהן דעם שוידערליכן סצענע, און איינע פון די פאמיליע האט גאר געדארפט צוקומען צו מעדיקעל הילף אינמיטן די געשלעגן.
באלד נאכן ארויסגעבן די אורטייל זענען די צוויי געפירט געווארן א וועג פון צען מייל צוריק צו דעם טורמע ווי זיי זענען ביז יעצט געזעסן מיט א שווערע פאליצייאישע באגלייטונג.
די משפחה האט אין א סטעיטמענט צו די מידיע געזאגט אז די מערדער האבן באקומען "ריכטיגע טורמע טערמינען" און אז "יוסטיץ איז געטוהן געווארן פאר לי".