☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך

ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3840

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 10:51 am

· #116337
ס׳פארדרייט געווארן אן אשכול ? אריין דא דער פאדרייטער המשך
אזוי ווי איך זעה אז מיר האבן דא אסאך חשובע ניקס וואס זענען מורא׳דיג מקפיד פאר א חשש ספק ספיקא פון א נט בר נט בליעת איסור ד׳פארדרייען אן אשכול ח״ו היה לא תהיה (קלאפ מיין מיין מויל יעצט דריי מאל). ועל אף מ׳האט שוין געווארנט געסטראשעט פארשעמט סיקירט פאר׳חרם׳ט די חברא מיט וואוילן אין מיט בייזן איז נאך אלץ לא מסתיימו מילתא, און זיי גייען אן בתוקף ווי דער פרוכט צווייגעלע זייט בריאת העולם.(אינספייערד ביי יואב).
האב איך למען השלום ולמען האחדות פונעם שטיבל באשטימט אן אשכול ספעציעל פאר ווער ס׳האט אן ערדש צו דיזע געמיינקייטן דא וועט ער זיך קענען אויסגעבן אן די שרעק ווארפענדע מגיבים וואס רייסן זיי אראפ יעדעס מאל זיי פאלן נעבעך דורך. דא וועט פארדרייט ווערן א יעדע נושא וואס די נושא פארדרייערס האבן נאכנישט געהעריג עספייעט צו פארדרייען די קעגנערס וועלן דאס מוזן פארדייען און אפילו זיי ווייטער פארדרייען.

אבער איין זאך ביטע!!! נישט פארדרייען (דהיינו לאזן די זעלבע נושא פון איין תגובה צום צווייטען) דעם אשכול...

ברעט מענינג » דינסטאג מאי 21, 2013 11:03 am

· #116341
אקעי ווער הייבט אן?

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 11:06 am

· #116344
די האסט שוין אנגעהויבן רעדן מן הענין. אאפס!! איך אויך.. שוין צום נושא, ר׳ הערשעלע ליסקער איז געווען אן ערליכער איד....

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג מאי 21, 2013 11:08 am

· #116346
אן עזות! מילא ס'מאכט זיך עמיצער פאלט דורך און פארדרייט דעם אשכול, נו, איז ער דאך פארט א בשר ודם. אבער לכתחילה, בשאט נפש, אנהייבן אן אשכול מיט'ן חשבון מעיקרא פון פארדרייען?

צוריק צום ענין...

ברעט מענינג » דינסטאג מאי 21, 2013 11:14 am

· #116348
סא מאל געווען א קעניג וואס סיין זין האצעך פארזינדיגט...

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 21, 2013 11:15 am

· #116349
וואס דעם מאטלען פאלט אלס איין.. מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי.
איך טו דיסעגריען מיט רעספעקט, כאטש דו קומסט אריין זייער נישט קלאר.
אוועק פון ענין..

מאטי » דינסטאג מאי 21, 2013 11:16 am

· #116351
@פשוטקאם
די ביסט פון די וואס האלטן אז מ׳קען פייטן דעם אינטערנעט ווייל א ביזנעס קען בעצם ראנען נאר מיט אימעיל און אמירה לעכו״ם, הא!!
איך טו וואס מוטה פראנק טוט מיט פייס בוק.. איף יא קענט פייט דעם דזשוין דעם....

צוריק צום ענין..הגם יא אביסעלע פארדרייט אבער דאך..

MickyMouse » דינסטאג מאי 21, 2013 11:45 am

· #116365
איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

א בראך אויף מיר, אן ענטפער דא וועט פארדרייען דעם אשכול.
אה וועל, איך האב עס עכט נאר געשריבן פאר די הומאר. 😂

יידל » דינסטאג מאי 21, 2013 4:16 pm

· #116469
MickyMouse
איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

נאכנישט געווען אויף א קרוז, אבער א כשר'ע קרוז איז זיך ווערד דאס געלט.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 21, 2013 6:56 pm

· #116565
לאל.

לענינינו, מיט דעם פלעגן צדיקים טייטשן, תחת אשר לא עבדת את ה"א בשמחה, ווילסט נישט פאלגן, פאלג נישט, אבער בשמחה ובטוב לבב, מאכן א לשם יחוד עובר צו זיין בריש גלי ברתת ובזיע? אויף דעם קומט שוין פעטש.

petergrifin » דינסטאג מאי 21, 2013 11:49 pm

· #116658
חלילה! הײנט טאר מען קײן פאטש נישט געבן סקען נעבעך פירן צי otd..

קאווע טרינקער » דינסטאג מאי 21, 2013 11:51 pm

· #116660
צדיקים פלעגן פארטייטשען די תוכחה פאר ברכות גאר. למשל, OTD פלעגן זיי מפענח זיין ON THE DERECH

ידען » מיטוואך מאי 22, 2013 12:27 am

· #116674
<a class="postlink" href="/topic/1087">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=1087</a>

משה געציל » מיטוואך מאי 22, 2013 12:31 am

· #116677
מען מעג פארדרייען אדער מען ברויך פארדרייען?
מנהלים, אויב מען ברויך פארדרייען, פארמעקט מיין הודעה.

טאמבל סאס » מיטוואך מאי 22, 2013 12:35 am

· #116679
וויפיל קאסט א מעלאנע אין די זומער? חברה!

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 22, 2013 1:49 am

· #116694
איך זעה נישט פאר קיין אריכות ימים פאר דעם אשכול אן אונזער אלעמען באליבטן זר זהב

קאווע טרינקער » מיטוואך מאי 22, 2013 8:01 am

· #116712
9 איז שוין דא. מ'ווארט פאר 10טער.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 22, 2013 9:30 am

· #116722
גראדע זע איך יא א שטיקל דערהער אין קאך לעפל'ס טענה אז א מענטש זאל זיך האלטן צו די רביים ענדערש ווי משפיעים.
ער מיינט לכאורה נישט די גברא, דער קלענסטער משפיע איז בפשטות מער ווי דער גרעסטער רבי, ער רעדט פון די התנהגות.
די גרויסע חסידית'ן זענען געווענליך קאנסיסטענט און נארמאל, משא"כ די משפיעים קענען אויפקומען מיט אלע מיני צודרייטע התנהגות'ן.
רבי יעקב קאמענעצקי האט געזאגט 'ס'וועט קומען א משפיע און זאגן מ'זאל שלאפן ביינאכט און לערנען בייטאג וועט ער נישט האבן קיין מנין, וועט ער אבער זאגן מ'זאל שלאפן בייטאג און לערנען ביינאכט וועט אים יעדער נאכלויפן.

חזנים » מיטוואך מאי 22, 2013 3:54 pm

· #116834
מאראנצןזאפט
גראדע זע איך יא א שטיקל דערהער אין קאך לעפל'ס טענה אז א מענטש זאל זיך האלטן צו די רביים ענדערש ווי משפיעים.
ער מיינט לכאורה נישט די גברא, דער קלענסטער משפיע איז בפשטות מער ווי דער גרעסטער רבי, ער רעדט פון די התנהגות.
די גרויסע חסידית'ן זענען געווענליך קאנסיסטענט און נארמאל, משא"כ די משפיעים קענען אויפקומען מיט אלע מיני צודרייטע התנהגות'ן.
רבי יעקב קאמענעצקי האט געזאגט 'ס'וועט קומען א משפיע און זאגן מ'זאל שלאפן ביינאכט און לערנען בייטאג וועט ער נישט האבן קיין מנין, וועט ער אבער זאגן מ'זאל שלאפן בייטאג און לערנען ביינאכט וועט אים יעדער נאכלויפן.


יעצט האט איר שוין זיכער פארדרייט די אשכול
גערעדט אביסעל צום זאך.

בדחן » מיטוואך מאי 22, 2013 4:15 pm

· #116845
יידל
MickyMouse
איך האלט אינמיטען פלאנירן מיין קומענדיגע וועקאציע.
איז איינער שוין געווען אויף א קרוז? איז א כשר קרוז ווערט דאס געלט?

נאכנישט געווען אויף א קרוז, אבער א כשר'ע קרוז איז זיך ווערד דאס געלט.


א כשר׳ע קרוז, מה זה?

אויב איז עס מיט נאך צוואנציג אידן איז עס מן הסתם זיכער נישט ווערט, אבער וואס מיינט א כשר קרוז? שיף קאפיטאן איז א חרדי?

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 22, 2013 4:32 pm

· #116850
אז די עסן האט א OU