☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » פראנז קאפקא - The Metamorphosis

פראנז קאפקא - The Metamorphosis

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3837

הוגה » דינסטאג מאי 21, 2013 1:55 am

· #116280
פראנז קאפקא - The Metamorphosis
פראנז קאפקא ווערט פארעכנט אלץ איינער פון די בעסטע שרייבער און נאוועליסט פון די צוואנציגסטער סענטארי. ער איז א געווען א דייטשע איד, און ער האט געוואוינט אין פראג.

ער האט געשריבן עטליכע מעשיות און ביכער בחייו אבער רוב פון זיינע ביכער זענען געדרוקט געווארן לאחר מותו.

זיינע ביכער זענען איבערגעטייטשט געווארן צו מערערע שפראכן און זיי זענען פארקויפט עד היום הזה אין די מיליאנען.

זיינע מעשיות זענען געשריבן מיט א געוואלדיגע אייגנארטיג סטייל וואס ווערט היינט צוטאגס אנגערופן (אן עמטליך ווארט) אין ענגליש, Kafkaesque.

זיין מערסט באקאנטע בוך איז די ווערוואנדלונג, אין די דייטשע שפראכן. איבערגעטייטשט אויף ענגליש אלץ The Metamorphosis. פארשטייט זיך אז ווי נאר הוגה הערט איבער א בוך וואס ווערט געלאדעט אלץ איינער פון די טאפ צען מעשיות פון די לעצטע הונדערט יאר, געשריבן דורך א איד וואס ווערט פארעכנט אלץ איינע פון די בעסטע שרייבער, מיט א שטארקע השפעה אויף אסאך פון די היינטיגע דענקער און שרייבער, האב איך מיך באלד פארשאפט די בוך.

וואס זאל איך אייך זאגן, ווי נאר איך האב אנגעהויבן די בוך האב איך עס נישט געקענט אראפלייגן. איך ווייס אליינס נישט פונקטלעך פארוואס עס איז געווען אזוי ציענד. עס האט געפילט בשעת'ן ליינען ווי קאפקא האט אריינגעלייגט צווישן די שורות עפעס אן אדיקטיוו דראג וואס איז מושך מיינע אויגן איבער די שורות. און איך בין געלאפן מיט א געיעג צו די ענדע פונעם מעשה מיט א ביליף אז דארט ליגט עפעס באהאלטן אן אוצר.

ווי נאר איך האב געענדיגט די בוך האב איך מיך געפילט עפעס אזוי אנגעפאטשט. איך האב געפילט דיזי, און ווי א גרויסע נער. איך האב נישט קיין אהנונג וואס די מעשה טוט באדייטן.

די מעשה איז איבער א סעילסמאן, גרעגאר, וועלכער וועקט זיך אויף איין צופרי און טרעפט זיך אלץ א מאדנע חיה משונה, א מאנסטער. און די מעשה גייט ווייטער אן צו פארציילן ווי אזוי ער און זיין משפחה האבן זיך געספראוועט דערמיט. די מעשה ענדיגט זיך נישט אז עס איז געווען א חלום, אדער א משל. דאס איז די מעשה, אן קיין שום סורפרייזעס.

איך האלט יעצט צוויי יאר נאכן ליינען די בוך, און איך ווינדער מיך אלץ, דיד איי מיס סאמטינג? איז דא עפעס אין די מעשה וואס איך האב נישט געכאפט?

דאנט געט מי ראנג, די מעשה - אלץ באבע מעשה - איז א מייסטערווערק. און די שרייבן איז געוואלדיג און ציענד, כנ''ל.

איך האף נאר אז בין החברה דא אין שטיבל וועט איינער קענען מער מאיר/מעיר זיין בנוגע דער בוך, ווי אויך איבער קאפקא און זיינע אנדערע ביכער.
41qx7z55CIL._SX300_.jpg 150px-Metamorphosis.jpg

הוגה » דינסטאג מאי 28, 2013 12:37 am

· #118735
עס איז גאר אינטערעסאנט אז 'קאפקאעסק' איז באזירט ווארשיינליך אויף זיין מערסט באקאנטע מעשה, די מעטימארפיסעס, טראץ דעם וואס ער האט געשריבן אזוי פיל.

למעשה, וואס איז טאקע די הסבר אז דער מעשה איז אזוי שטארק אויפגעכאפט געווארן? וואס האט דער מעשה מער ווי עני באבע מעשה, ווי למשל 'שלשה אחים'?

יישר כח פאר די לינק צום בריוו וואו ער שרייבט איבער די בעלזער רב. שטומען די דעטאלן מיט די היסטארישע פאקטן? למשל, איז די בעלזער רב געווען בלינד אויף איין אויג?

פידלער » מיטוואך מאי 29, 2013 9:03 pm

· #119447
The Metamorphosis
איך האלט יעצט צוויי יאר נאכן ליינען די בוך, און איך ווינדער מיך אלץ, דיד איי מיס סאמטינג? איז דא עפעס אין די מעשה וואס איך האב נישט געכאפט?


איך מיין אז די האסט פארשטאנען די עצם מעשע, אבער צו פארשטיין פארוואס די ליטערערי וועלט איז אזוי איבערגענומען מיט "The Metamorphosis" מיז מען קענען אביסל היסטוריא פון ווי אזוי ליטעראטור האט זיך דעוועלעפט. קאפקע האט אריין געברענגט א נייע סארט absurdist literary style, און דאס איז א חלק פון די מעשה'ס חשיבות.

איך מיין אז ס'דארף יעצט ארויסקומען א נייע טראנסלעישען דורך Susan Bernofsky. דאכט זיך אז עס וועט האבן א גרונטליכע הקדמה דורך א קאפקע scholar.

הוגה » מיטוואך מאי 29, 2013 11:31 pm

· #119476
ווי איך האב אויבן געשריבן, בין איך געווען פארגאפט פון די בוך, סיי פון די מעשה און סיי פון די שריפט (די טראנסלעיטאר האט געמאכט א הערליכע ארבייט). מיין שאלה איז נאר געווען אויב עס איז דא אן underlying message, כעין די ביכער פון ארוועל וכדומה, אדער איז די מעשה געשריבן געווארן אן קיין מעסעדזש, נאר לשם ארט.

אגב, כ'האב אמאל געליינט ערגעץ אז שלום אויסלאנדער'ס בוך, hope a tragedy, איז אינפלוענסד פון קאפקא, איך קען זעהן די צושטעל.

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:50 am

· #119550
[
quote="הוגה"]ווי איך האב אויבן געשריבן, בין איך געווען פארגאפט פון די בוך, סיי פון די מעשה און סיי פון די שריפט (די טראנסלעיטאר האט געמאכט א הערליכע ארבייט). מיין שאלה איז נאר געווען אויב עס איז דא אן underlying message, כעין די ביכער פון ארוועל וכדומה, אדער איז די מעשה געשריבן געווארן אן קיין מעסעדזש, נאר לשם ארט.

אגב, כ'האב אמאל געליינט ערגעץ אז שלום אויסלאנדער'ס בוך, hope a tragedy, איז אינפלוענסד פון קאפקא, איך קען זעהן די צושטעל.
[/quote]

איך בין נישט קיין קאפקע סקאלער, אבער איך וועל שרייבן וואס איך ווייס. עס זענען דא מער glosses און opinions אויף די מעטאמארפאסיס ווי אויף א שווער שטיקל גמרא, אבער רוב דעה זאגערס האלטן אז עס פארמאגט פיל underlying messages. זיי רופן עס אבער מיט אנדערע ווערטער: thematic concerns, symbolism וכו'. קאפקע'ס מעשיות בכלל זענען נאוטאריאס פאר זייער פאנדארע'ס באקס פון סימבאלן און מעטאפאר, אבער וואס דאס אלעס באדייט קענען נישט די סקאלערס מסקים זיין. אייגנטלעך, ambiguity איז אויך א גרויסע טעמא אין קאפקע'ס ווערק, און ווי ווייט איך ווייס זענען אלע סקאלערס מסקים אז די ambiguity איז intentional. דאס איז זיכער די פאל ביי די ווערטער ungeheures Ungeziefer, וואס האט נישט קיין קלארע באדייט. עס מיינט א monstrous vermin of some sort, און יעדער טייטשט דאס אויס ווי אזוי זיין פאנטאזיע זעעט עס -- cockroach, insect א.ד.ג.

די עיקר טעמאס וואס ווערן דיסקוטירט לגבי די מעטעמארפאסיס זענען 1. Freudian (מ'טרעפט א שייכות צו קאפקע'ס לעבן און זיין רילעשענשיפ מיט זיין טאטע'ן פון וועם קאפקע האט זייער מורא געהאט. טייל סקאלערס האלטן אז קאפקע האט געפילט אסאך guilt.)
2. רעליגיעזע, ספעציעל די טעמא פון sainthood.

נאבאקאוו (שרייבער פון לאליטע) ווענדט אפ די אויבן דערמאנטע אנאליסיס. ער האט א גאר אינטערעסאנטע מיינונג אויף די מעטאמארפאסיס בכלל, וואס איך וועל דא לינקן אנשטאט פאראפראזן.

<a class="postlink" href="http://www.kafka.org/index.php?id=191,209,0,0,1,0">http://www.kafka.org/index.php?id=191,209,0,0,1,0</a>

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:52 am

· #119551
אין באציונג צו אויסלענדער האב איך נישט קיין מיינונג ווייל איך האב נישט געלייענט דעם ביך.

הוגה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:24 pm

· #119719
קודם כל, איך קום אייך א שלום עליכם, הרב פידלער. בריך מתיך לשלם.

איך זעה אז מיר וועלן דא האבן אסאך צו שמועסן בעז''ה.

הוגה » דאנערשטאג מאי 30, 2013 4:30 pm

· #119723
נאבאקאוו שרייבט אזוי צומישט אז איך קען נישט פארשטיין וואס ער שרייבט.
(אגב, איינער האט מיר לעצטענס רעקאמענדירט 'לאליטא', האסט עס געליינט? איז עס גוט?)

איך האב ארום גע'גוגל'ט און געטראפן אינטערעסאנטע באלערנדע ארטיקלן וואס גייען אריין אין אין די מאטיפס, טעמעס און מעסעדסשעס פון די מעשה.

עס איז שטארק מעגליך אז קאפקא האט געשריבן די מעשה פראסט און פשוט, און קיין כוונות. גרעגאר איז גרעגאר, די מאנסטער אינסעקט איז נאר דאס וכו'. אבער עס איז אסאך געשמאקער און עס לייגט זיך גאר שטארק אויפן שכל אז קאפקא האט יא באהאלטן כוונות, עכ''פ זיין ארטיסטישע קאפ איז געפארן מיט עפעס אן אגענדע. פונקט ווי די אנדערע גרויסע שרייבער פון יענע תקופות, אזוי ווי עין ראנד, ארוועל, נאבאקאוו, טאלסטוי, און אפילו העמינגוועי. אלע זענען געווען אינפלוענסד ביי געוויסע אגענדעס, און ס'כמעט נישט מעגליך נישט צו זיין אינפלוענסד, און אז עס זאל האבן א השפעה אויף די שרייבווערק, חוץ אויב דו שרייבסט סתם א באבע מעשה.

למעשה מוז אבער אויך גענומען ווערן אין באטראכט, אז ווען מען טייטשט אויס א מעשה, ליגט אין די אויסטייטש א גרויסע פראצענט פרעסעפשאן פון די ליינער. לדוגמא איינער וואס ליינט היינט צו טאגס
די ארט אוו וואר
פון די פארצייטישע גענעראל Sun Tzu
וועט עס ליינען און אפטייטשן אינגאנצן אנדערש ווי דער וואס האט עס געליינט פאר צוויי טויזנט יאר צוריק. און א ביזנעס מאן וועט ארויסנעמען אן אנדערע מעסעדזש פונעם בוך ווי א גענעראל.

די זעלבע איז דא מיט 'די מעטעמארפיסיס'. די אלע וואס ברענגען ארויס די כוונות פון קאפקא, לייגן אויך אריין זייערע אייגענע פרעסעפשאן. און דאס איז אקעי, ווייל דאס מאכט אז א בוך זאל בלייבן timeless.

אם כן, האב איך דאך אויך א רעכט צו ארויסנעמען מעסעדסשעס פון די מעשה אזוי ווי איך זעה עס. איך וועל נאר אנכאפען אפאר קלייניגקייטן דערווייל, וויפיל די צייט ערלויבט.

איינס, ווי דו האסט שוין דערמאנט איז א שטארקע טעמע אינעם מעשה די אויסשטעל פון די משפחה. די טאטע איז א קאלטע, שטרענגער, און אפילו א שלעגער צומאל. די מאמע, טראץ איר צוגעלאזנקייט און רחמנות, וועט זי נישט קאנטרעדיקטן איר מאן, אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען אין יענע צייטן. אפילו די יונגערע שוועסטער וואס גייט אויס פאר רחמנות אויף גרעגאר, דאך וועט זי אים נאר העלפן ווען קיינער זעהט נישט. דאס איז א טעמע וואס מען דארף מער אנאליזירן נאך מיין קומענדע (וויכטיגסטע) אבזערוואציע.

צוויי, גרעגאר וועקט זיך אויף און ער טרעפט זיך אין א מאדנע סיטואציע, פון אויבן אויף זעהט ער אז ער איז א קאקעראוטש. אבער ער ווייסט אז ער איז נישט א קאקעראוטש נאר ער איז גרעגאר, די געטרייע זון, די איבערגעגעבענע סעילסמאן, און די ליבליכע עלטערע ברודער.

וואס טראכט גרעגאר? קודם טראכט ער, אז אפילו איך זעה אויס ווי א קאקעראוטש, בין איך ווייטער די זעלבע. דערנאך טראכט ער (מיט רעכט) אז א יעדער איינער וועט אים זעהן און זיי וועלן מיינען אז ער איז א קאקעראוטש און נישט גרעגאר. דערנאך טראכט ער אז אפשר זענען זיי גערעכט? אפשר איז ער טאקע א קאקעראוטש, און עס איז בלויז זיין איינרעדעניש אז ער איז בעצם גרעגאר.

למעשה איז ער מחליט אז ניין, ער איז גרעגאר און דאס איז עס. ער וועט צוריק גיין שלאפן און ווען ער וועט זיך אויפוועקן וועט ער זיין צוריק, אינערליך און אויסערליך די זעלבע גרעגאר.

ער וועקט זיך אויף אפאר שעה שפעטער, און ער טרעפט זיך אויסזעהן ווידער ווי א קאקעראוטש. ער וויל זיך משכנע זיין אז עס איז בלוז א דמיון, אבער ער פאלט באלד אראפ. די מציאות פראסקעט אין פנים, דו ביסט א קאקעראוטש.

ער וויל זייער שטארק מסביר זיין פאר א יעדעם אז בעצם איז ער גרעגאר, ער וויל עס זאגן פאר זיין טאטע, מאמע, שוועסטער, ארבייטסגעבער, אבער ער קען נישט רעדן. נאר קולות משונות קומען ארויס פון זיין מויל. און זיי האלטן אים ווייטער פאר א קאקעראוטש.

גרעגאר גיבט אבער נישט אויף, ער האט ווייטער געמוזט אזוי לעבן וויסנדיג אז אפילו זיינע נאנסטע ווייסן נישט ווער ער איז באמת. ער האט אבער זיך פארלאזט אז איין טאג, אפשר ווען ער וועט זיין אכציג, אפשר נאך זיין טויט וועט די וועלט איינזעהן אז בעצם איז ער נישט געווען א קאקעראוטש, נאר גרעגאר.

דריי, גרעגאר שטארבט און די גאנצע וועלט מיינט נאך עד היום הזה, אז ער איז געווען א קאקעראוטש. לכאורה האט מען געמאכט זיין לוי' ביי ריסעס אין די בעקיארד פון חדר.

דאס איז אין מיינע אויגן די עיקר טעמע פון די מעשה. והמבין יבין. עס ליגט אין דעם א שטארקע מוסר השכל.

לגבי וואס דו שרייבסט אז די מעשה איז עמביגיואיס, כ'האב געטראכט אמאל אז עס איז מעגליך אז מיר האבן בכלל נישט פארשטאנען די מעשה. אפשר איז גרעגאר בעצם אויסערליך געבליבן די זעלבע גרעגאר. נאר אין זיין מח (קאנטשעס) האט ער זיך געזעהן אלץ קאקעראוטש. זיין משפחה, אויס ליבשאפט זענען גרייט געווען מיט צו שפילן מיט אים, זעהנדיג אז די רוח שטות איז צו שטארק צו קענען ארויסגעהאקט ווערן פון זיין קאפ.

הא? וואס זאגסטו צו דער טעאריע?

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:06 pm

· #119730
ס'געפעלט מיר שטארק די טעאריע. ס'איז זיכער אזוי גוט אויב נישט בעסער פון נאביקאוו'ס, וואס האלט אז אין אמת'ן איז גרעגאר די מענטש און זיינע משפחה גלידער זענען די parasitic מאריטשקעס. ער בויעט זיין טעאריע טיילווייז אויף די פאקט אז ווען גרעגאר וועקט זיך אויף, דרוקט אים נישט בעיקר זיין cosmic predicament נאר די זארג אז ער וועט זיין שפעט צו די ארבעט. אוודאי איז דעס איינע פון די קוואליטעטן וואס מאכט "די מעטאמארפאסיס" אזוי absurdist, אבער נאבאקאוו זעעט אין דעם פשט אז גרעגאר איז די איינציגסטע אמת'ע מענטש. דרך אגב, איך האב נאך נישט געפונען די מענטש וואס פארשטייט פונקטליך וואס נאבאקאוו זאגט אין זיין לעקציע אויף "די מעטאמארפאסיס", אפילו נישט געעהרטע scholars. ביסטו אין גוטע קאמפאני.

וועגן לאליטע -- יא, איך רעקאמענדיר עס זייער. נאבאקאוו האט מסתם נישט אויסגעטראכט די מעשה, אבער ער באשרייבט עס אזוי וואונדערבאר אז די ליטערערי וועלט באשולדיגט אים נישט אויף זיין מעגליכע plagiarism.

יידל » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:08 pm

· #119732
וואס הייסט נאבאקאוו האט נישט אויסגעטראכט לאליטע? ווער דען?

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:11 pm

· #119735
איך געדענק נישט די נאמען. כ'וועל שוין גאגלען. איך האב געלייענט וועגן דעם אין Jonathan Lethem's "Ecstasy of Influence" essay

פידלער » דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:17 pm

· #119736
גאגל האט טויזענטער ליסטינגס איבער די טעמע.

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.dw.de/german-scholar...nabokov-plagiarized-lolita/a-1162961">www.dw.de/german-scholar...nabokov-plag ... /a-1162961</a><!-- w -->‎


<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.nytimes.com">www.nytimes.com</a><!-- w --> › COLLECTIONS › VLADIMIR NABOKOV‎

הוגה » מוצ"ש יוני 29, 2013 11:55 pm

· #129051
אנאנים, יישר כח פארן מיטטיילן איבער דער געוואלדיגע ארטיקל. איך האב עס יעצט געליינט און עס ענהאלט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע און איידיעס.

איך מיין אבער אז דו האסט אווער - סימפלעפייד עפשטיינ'ס אנאליז איבער קאפקא. פאר מיר פערזענליך איז אביסל שווער צו מגיב זיין, after all איך האב נאר געליינט מעטימארפעסיס. דער ארטיקל קאמפעלט מיך יעצט צו ליינען די בוך פון קורצע מעשיות פון קאפקא המונח תחת ידי פאר א שטיק צייט.

צוריק צו עפשטיינ'ס אנאליז. זיינע רייד האבן פארשטערקערט מיין conviction אז די הצלחה פון א בוך קען געמאסטן ווערן לויט וויפיל פארשידנאטיגע אויסטייטשן עס זענען דא דערויף. עפשטיין ברענגט מערערע שרייבער וואס פרובירן צו ערקלערן קאפקא'ס פערסענאלעטי און די כוונות פון זיינע מעשיות. און איך זאג אז א יעדער טייטשט אים/עס אויס לויט זייערע לעבן און זייערע עקספיריענס.

לדוגמה, ער ברענגט אראפ ווי שאול פרידלאנדער ברענגט ראיות מתוך קאפקא'ס שרייב ווערק אז קאפקא איז געווען א הומוסעקסואל. און איך זאג, ''כ'ווייס נישט אויב קאפקא איז געווען א הומוסעקסואל אדער נישט, אבער פרידלאנדער איז זיכער געווען איינס''. 😃

פידלער » זונטאג יוני 30, 2013 2:40 am

· #129171
יענקל, א דאנק פאר די ארטיקל רעקעמענדאציע. הוגה, א דאנק פאר די לינק. איך האלט מיט עפשטיין אז סיי מארקי די סאד און סיי קאפקע זענען נישט געאייגענט פאר א pleasant read with one's morning coffee. אבער דאס איז ווי ווייט מיין agreement גייט. פונקט ווי ווען מ'הערט אינפארמעישען ביי א שידוך דארף מען זיךרעכענען ווער די זאגער איז צו וויסן וויאזוי אויפצונעמען זיין אינפארמעישען, אזוי דארף מען קענען א קריטיק'ס אייגענע aesthetic צו וויסן וויאזוי אויפצונעמען זיין קריטיק. עפשטיין'ס מעשיות זענען בדרך כלל זייער tidy. אלעס ווערט פארענטפערט, די ענדעס זענען מערסטנס feel-good, און די עצם מעשה איז פרעזענטירט ווי א שיינע gift box tied with a bow. ס'איז נישט קיין וואונדער אז ער האט פיינט קאפקע'ס messy, absurdist, often impenetrable מעשיות.

איך פערזענליך וואלט גענומען קאפקע'ס ווערק איבער עפשטיין'ס עניטיים. ווען איך לייען קאפקע ברענגט עס מיך צו נייע וועגן פון טראכטן און צו א heightened sense of observation and awareness. ס'מאכט נישט אויס אז איך פארשטיי נישט אלעס פונקטליך (און ס'גייט מיך ווייניג אן וואס זיין סעקסואל אריענטעישען איז געווען.) וואס איך appreciate איז אז אין א קליינע וועג פיל איך מער alive/aware ווען איך לייען קאפקע.

אגב, איך האב אמאל געלייענט "Super Glue," א קורצע מעשה פון Etgar Keret. די מעשה איז היפש absurdist (אין אן אנדערע וועג ווי קאפקע'ס). א גאנצן טאג האב איך געלאכט צו מיר ווען איך האב מיך נאר דערמאנט אין די מעשה. איך וואלט נישט געקענט ערקלערן וואס די פונקטליכע חכמה פון די מעשה איז, אבער איך ווייס וויאזוי ס'האט מיך געמאכט פילן, און דאס איז גענוג.

בן תמליון » מאנטאג יולי 8, 2013 11:45 am

· #131427
איך האב שנעל געליינט דעם בוך דא אנליין. ווי הוגה זעה איך אויך נישט פארוואס דער בוך איז עפעס אויסערגעווענטליך אבער פאר די פראגע וואס דער מוסר השכל פון די מעשה איז, לערן איך עס לכאורה פשוט. די גרעגאר סומאטוכע, וואס איז געווען דער ברויט פארזארגער פאר די גאנצע משפחה און א סוקסעפולער לעבעדיקער אינגערמאן, אויפאיינמאל ווערט ער פארוואנדלט אין א אומנוצליך שטיק דרעק, דאס ברענגט אונז צו פארשטיין ווען א ראש המשפחה ווערט פלוצלונג אן אינוואליד, געשלאגן מיט ALS אדער אלדסהיימערס. פון א פראוויידער ווערט ער א אנגלייגטער משא אויף די פאמיליע. און ווי גרעגאר וואס פארשטייט אלעס און חליש'ט פאר אביסל פארשטאנד און ווארעמקייט פון זיינע עלטערן און שוועסטער אבער באקומט נישט, קענען מיר זיך אריינלייגן אינעם געדאנק פון איינעם אין אזא מצב. מיר האט געכאפט ווי ער באשרייבט ווען זיי האבן געוואלט ארויסטראגן זיינע פורניטשור מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן און פילט ווי מען בארויבט איהם פון זיין יונגט און לעבן און וויי זיי הייבן נישט אן איהן צו פארשטיין, אזוי איז ווען מען באשליסט צו ענדליך אריינטראגן דעם אלטן מיט אלדסהיימערס וואס ווייסט שוין נישט בחייכון וביומיכון אין א נערסינג האם און חסל מיט דעם אנלייגעניש, בעת וואס זיינע אויגן בעטן וואס בארויבסטו מיר פון מיינע פורנישטור, מיין בעט און זכרונות ווי איך בין אויפגעוואקסן. ער איז טאקע נישט באזעך אבער ווי גרעגעאר קוקט שטום און זיין הארץ פארשטייט און בלוטיקט.

הוגה » מאנטאג יולי 8, 2013 10:53 pm

· #131650
@בן תמליון, זייער א שיינע און קריעיטיוו מוסר השכל. אבער עס דאכט מיר אז איר האט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן אין מיין ערשטע הודעה. איך האב גוט פארשטאנען די גרויסקייט פונעם בוך; די רייכע שפראך, די וועג ווי קאפקא נעמט אונז אלע אויף א רייד אין זיין עולם הדמיון ועוד. כ'האב פשוט בשעתו געפילט א שטארקע צימישעניש, כ'האב געפילט אז עס איז דא דא זאכן אינעם מעשה וואס איך האב נישט מכיר געווען. נאכן עס איבער גיין מיט די חברים דא זענען זאכן געווארן אסאך קלארער.

הוגה » מאנטאג יולי 15, 2013 5:36 pm

· #133855
זייער אן אינטערעסאנטע באמערקונג. בשעת איך האב דאס געליינט (בן זומא'ס באשרייבונג) האב איך מיך דערמאנט אז בשעת'ן ליינען די בוך האט מיר אויך געווינדערט די אי-ערשיינונג פון שאק און אויפברויז. איך האב אבער ווייטער נישט אריינגעטראכט דערין און אוודאי בין איך נישט אנגעקומען צו די אינטערעסאנטע מסקנות.


יישר כח @אנאנים פארן אהער ברענגן די ארטיקל, אפשר נעקסטעמאל קענסטו מיט ברענגן די שרייבער אויך, זאל ער אפנעמען די קרעדיט וואס קומט אים.

הוגה » מאנטאג יולי 15, 2013 8:53 pm

· #133884
[ציטאט אראפגענומען]


מי הוא זה ואיזהו, און וואס איז זיין פיין און אנגסט?

פידלער » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:42 pm

· #169041
די נייע קאפקע איבערזעצונג דורך Susan Bernofsky גייט זיין אין די געשעפטן January 20th. די דעקל איז הערליך! איך וואלט עס געקויפט פאר דעם אליין.

<a class="postlink" href="http://www.keenandesign.com/keenan%20usf13.html">http://www.keenandesign.com/keenan%20usf13.html</a>
K.gif

פידלער » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:47 pm

· #171493
נאך א געלונגענע בילד.

"A non-writing writer is a monster courting insanity."
Franz Kafka, Letters
kafka.jpg

פידלער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:12 pm

· #176744
<a class="postlink" href="http://www.newyorker.com/online/blogs/books/2014/01/on-translating-kafkas-the-metamorphosis.html">http://www.newyorker.com/online/blogs/b ... hosis.html</a>

זייער אינטערעסאנט, אין מיין אפיניען.

הוגה » פרייטאג יאנואר 24, 2014 11:03 am

· #179019
אזוי ווי עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין דער אשכל, האט דער מעשה גאר אסאך ענגעלס. יעדעס מאל מען ליינט איבער די מעשה אדער ווען אימער מען טראכט נאר דערפון קען מען טרעפן נייע motifs און נייע אונטערגרונדישע מעסעדזשעס, ספעציעל ווען מען ליינט אנדערע translations, וואס אסאך מאל קען אפילו איין ווארט טוישן א מיינונג פון א גאנצע קאפיטעל. איך וויל דא שרייבן נאך אפאר געדאנקן פון די מעטעמארפעסיס.

לאמיר אריינטראכטן אביסל אין די מעטעמארפעסיס פון גרעגאר סאמסא צו א שרעקליכע אינזעקט. איז מעגליך בכלל אז human being זאל פארוואנדעלט ווערן אין עפעס אן אנדערע באשעפעניש למשל א אינזעקט אדער עני חיה ובהמה? די ענטפער איז יא, פאקטיש געשעהט עס מיט כמעט א יעדער איינעם. איר מיינט אודאי אז איך בין משוגע געווארן. ווער האט דען אמאל געזעהן א מענטש פארוואנדלט ווערן אין אן אנדערע סארט בעל חי? לאמיר קודם ערקלערן גרינגערע דוגמאות און דערנאך וועלן מיר גיין צו מיין ריכטיגע כוונה.

עס מאכט זיך אז א מענטש באקומט די אלדזהיימער׳ס קרענק, ער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום זיך, ער ווייסט נישט אויב עס איז שבת אדער תשעה באב, אויב עס איז טאג אדער נאכט, אויב ער שטייט יעצט פארן פרעזידענט אדער ער זיצט אין טוילעט. וואס איז דא געשעהן? נעכטן איז ער געווען די קלוגסטע געשמאקסטע מענטש אויפן וועלט, און היינט? איז דאס נישט א מעטעמארפעסיס? וואס איז מיט א מענטש וואס האט פארקעסינ׳ס קרענק - זיין גאנצע גוף שאקלט זיך און ווארפט זיך און ער קען נישט שטיין גראד, געווארן פאריליזירט, געכאפט א נערוון בראך, אדער איינער מיט סטעידזש 4 קענסער וואס איז אויף קימאו און רעדיעישאן טעראפי, האט נישט קיין אפעטיט אדער מוט, א.א.וו. מען זעהט דא קלאר א מעטעמארפעסיס פון די human being - עכ״פ אין די פארם וואס מיר קענען איר, צו עפעס אן אנדערע סארט באשעפעניש.

אבער בעצם דארפן מיר נישט גיין אזוי עקסטרעם. כמעט א יעדע מענטש גייט אדורך קלענערע פארוואנדלונגען דא און דארט במשך דאס לעבן. לדוגמא, א מענטש וואס גייט אדורך שוועריגקייטן צוליב פרנסה אדער שלום בית איינגעלעגהייטן און איז נישט זיין געווענטליכע זעלבסט. איינער האט א שווערע בעל הבית וואס דערגייט אים די יארן, דער איז ביי די ארבייט אן אנדערע סארט (צוריקגעצויגן און פארמאכט) מענטש. יעדער איינער קען טרעפן ביי זיך דוגמאות וואס זענען שייך פאר אים.

פלוצלינג זעהט די געדאנק פון מעטעמארפיסיס מער נישט אויס אזוי מאדנע און ווילד.

וואס טוט גרעגאר ווען ער שטייט אויף און ער באמערקט וואס עס איז געשעהן צו אים. ער האט א גאר מאדנע רעאקציע. אנשטאט ווערן היסטעריש צוליב וואס עס געשעהן צו אים, אדער אנשטאט מאכן לאגישע חשבונות ווי אזוי זיך ארויס צו זעהן פון זיין predicament, אנשטאט אנהייבן צו טראכטן ווי אזוי ער וועט קענען לעבן און סורווייווען אין זיין נייע מציאות, גייט ער אן מיט א שרעקליכע denial. זיין איינציגסטע דאגה איז אז ער איז שפעט פאר די ארבייט, זיין בעל הבית וועט אים אנשרייען, ווי אזוי וועט זיין טאטע react'ןו כו׳. Seriously? דאס איז דיין פראבלעם? אז דו וועסט זיין שפעט צום ארבייט? ווי אזוי וועסטו עסן, רעדן, וואקן, קאמוניקירן אדער אפילו בלייבן לעבן איז נישט וויכטיגער?

איז אזא response דען אזוי מאדנע? טוען מיר אלע דען נישט די זעלבע מיט אונזערע קליינע מעטעמארפיסיס? ווען מיר גייען אדורך אונזערע periodical פארוואנדלונגען זענען מיר אויך בעיקר פאר׳דאגה׳ט פון אזעלכע trivial פראבלעמען ווי למשל ארבייט, מאכן אסאך געלט, די appearance וכדומה. יא, קאפקא האט גוט פארשטאנען צו די מעטשליכע idiosyncrasies.

קאפקא האט געשריבן די מעשה פון גרעגאר׳ס שטאנדפונקט. מיר האבן אן אדוואנטידזש אז מיר ווייסן פונקטליך וואס גרעגאר טראכט און פילט טראץ דעם וואס ער קען נישט רעדן. די סאמסא משפחה האבן אבער נישט דער אדוואנטידזש, פון זייער שטאנדפונקט איז גרעגאר א געהעריגע אינזעקט וואס (ווי ווייט מיר ווייסן) האט נישט קיין מחשבות און געפילן, אן אינזעקט וואס מען דארף צוטרעטן און פארטרייבן. גרעגאר פארשטייט דאס אויך. ער פארשטייט אז זיין משפחה האט נושט קיין אהנונג אז ער איז נאך אלץ די זעלבע גרעגאר זייער זון און ברויט-געבער, און דאס איז זיין גרעסטע פיין. ער וויל אזוי שטארק ארויסשרייען און וויינען פארוואס זיי זעהן נישט איין איז נאך אלץ א ברודער און א מעטש מיט געפילן. אבער אנשטאט ווערטער קומט ארויס עפעס א מאדנע שרעקעדיגע קול פון זיין מויל וואס דערשרעקט זיין משפחה מער און מאכט נאר ערגער די מצב. זיין משפחה זעהט דא נאר א שרעקליכע אינזעקט, עפעס וואס מען דארף זיך שעמען דערמיט, קיינער טאר נישט וויסן דערפון, (פונקט ווי מען שעמט זיך ווען מען האט מייז אין שטוב) און מען דארף זיין פארזיכטיג עס נישט צו agitate׳ן. נאר די איינע געטרייע שוועסטער קוקט אים נאך אלץ ווייטער אן ווי די זעלבע אלטע גרעגאר און באהאנדלט אים עטוואס מיט מענטשליכע געפילן. איך זאג נישט אז מיר קענען האבן טענות צו די עלטערן פארן אים אזוי באהאנדלן, מיר האבן אבער היינט - אדאנק קאפקא - מער אינפארמאציע צו קענען וויסן וואס איז באמת פארגעקומען און מיר קענען פארשטיין גרעגאר'ס זייט פיל בעסער.

ממש אזוי איז ביי אונזערע פארוואנדלונגען. די אויסערליכע מענטשן זעהן און פארשטייען נישט אז אינערליך איז מען געבליבן די זעלבע מענטש ווי פריער, מיר זענען נישט ״דער נעבעך״ אדער ״דער רחמנות״ וואס מענטשן מיינען מיר זענען. מיר זענען די זעלבע human being מיט געוויסע אויסערליכע און מעגליך צייטווייליגע שינויים.

די זעלבע איז ווען א human גייט אדורך א רוחניות׳דיגע מעטעמארפיסיס. ״זיי״ מיינען אז דער איז געווארן א שרעקעדיגע אינזעקט, אבער עס איז די זעלבע פיינע מענטש מיט די זעלבע געפילן. ער וויל ארויסשרייען, קוקטס מיר אן ווי א מענטש און נישט ווי עפעס א ווילדע חיה. באהאנדלט מיר ווי א מענטש, treat מיר ווי א מענטש. די פארוואנדעלטע שרייט "איך ווייס אז איך זעה אויס ווי א מאדנע בריאה מיט לאנגע האר, קליינע פאות, אפשר אפילו א שרעקעדיגע לעדערנע מאנטל, אדער אפשר גיי איך מיט nail polish, אן אויפגעדעקטע שייטל, אדער גאר מיט הויזן, אבער דאס איז נאר אן אויסערליכע מעטעמארפיסיס, אינעווייניג בין איך די זעלבע גרעגאר, דער וואס האט געהאט די גוטע הארץ צו ארבייטן שווער צו ברענגן ברויט פאר די גאנצע משפחה. אינעווייניג בין איך די זעלבע ווי אייך, איך וויל סך הכל שלאפן, אויפשטיין, ארבייטן, מאכן געלט, האבן קינדער און זיין פארנומען מיט די זעלבע שטותים ווי איר זענט פארנומען, אדער ענליכע עכ"פ". מיר הערן און ווייסן אבער נישט וואס עס גייט פאר אינעווייניג, מיר האבן די טענדענסי צו זעהן נאר וואס עס טוט זיך אינדערויסן. אויב זעהט עס אויס ווי א מאנסטער איז עס א מאנסטער. די אינערליכע ווייטאג איז גאר שטארק, און נאר דער וואס קען זעהן דורך די אויסערליכע טויש, און איז גענוג קלוג צו מיטהאלטן און פארשטיין וואס גייט פאר פון אינעווייניג קען דאס דערהייבן. דאס איז די genius פון קאפקא. די ענדע פון די מעשה ווייסן מיר אלע אז גרעגאר איז געשטארבן, ויש אומרים אז ער האט commited suicide by hunger צוליב די אויבנ-דערמאנטע פיין.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי קאפקא לייגט אראפ די ריעקשאן פון גרעגאר'ס טאטע און מאמע. בשעת וואס ביידע זענען אויפגעציטערט, דערשראקן, פארשעמט און באזארגט, טוען אבער ביידע אויסערליך ריעקטן גאר אנדערש. די טאטע ווערט ווילד און באווארפט גרעגאר מיט עפלעך אדער עפעס ענליכס, בשעת די מאמע ראנגלט זיך מיט אים צו האלטן רואיג. דא ווידער זעהן מיר נאר די מעשה פון גרעגאר'ס שטאנדפונקט, ווי א קינד זעהט און פארשטייט די געראנגלן צווישן זיין פאטער און זיין מוטער, און עס איז גאנץ אקוראט אראפגעלייגט די figurative מוטערליכע און פאטערליכע קעגנזייטיגע רעאקציעס און התנהגות. (זאל איך אריינגיין דא אין די motif פון אבא ואמא עילעא? 😲 ) קאפקא צייגט אונז אז קינדער כאפן אויף און פארשטייען פיל מער ווי מיר געבן זיי קרעדיט.

נאך אן אינטערעסאנטע באמערקונג איז דא אין די לעצטע פאראגראף וואס איך וויל דא ציטירן:
With all the worry they had been having of late her cheeks had become pale, but, while they were talking, Mr. and Mrs. Samsa were struck, almost simultaneously, with the thought of how their daughter was blossoming into a well built and beautiful young lady. They became quieter. Just from each other's glance and almost without knowing it they agreed that it would soon be time to find a good man for her.

באמערקט ווי זייער זון גרעגאר איז יעצט אדורך א געוואלדיגע מעטעמארפיסיס און פון דעם איז ער ליידער געשטארבן, עס איז נאך נישט אדורך קיין צייט אבער מען דאגה'ט שוין חתונה צו מאכן די טאכטער, אולי וועט זי אונז געבן נחת. food for thought.

(באזירט אויף די ליטעראטור lectures פון פראפעסאר ארנאלד וויינשטיין פון ברוין יוניווערזיטעט, תשחח"ל.)

.

הוגה » פרייטאג יאנואר 24, 2014 11:06 am

· #179020
א גרויסע יישר כח פאר ידידינו הרב @וואסדען, פארן אריינשוקן א גאר אינטערעסאנטע נו יארק טיימס ארטיקל איבער די לאנג פארצויגענע געריכטליכע פראצעדורן בנוגע די געפעכט איבער דאס בעלות פון די מערערע פארבליבענע (נאך נישט פובליצירטע) קאפקא ווערק.


.

פידלער » מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:05 pm

· #179092
@הוגה

In light of your analysis, this might be worth thinking about:

“Gregor has only himself to blame for the wretchedness of his situation,” Bernofsky writes in a cogent afterword, “since he has willingly accepted wretchedness as it was thrust on him.” The implications couldn’t be more clear. This is the genius of “The Metamorphosis,” indeed, of all of Kafka: that it is not the situation that condemns us but our response to it, that we are all always part of the problem


<a class="postlink" href="http://www.latimes.com/books/jacketcopy/la-et-jc-david-cronenberg-kafka-connection-20140122,0,1668084.story#ixzz2rSi2XGnj">http://www.latimes.com/books/jacketcopy ... z2rSi2XGnj</a>

יאיר » מאנטאג מערץ 31, 2014 9:37 pm

· #193875
דעם וויקענד האב איך דורכגעליינט קאפקא'ס "די פארוואנדלונג" צום ערשטן מאל, און עס האט מיר באנומען ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. איך האב נישט געקענט גלייבן ווי אזוי קאפקא האט באוויזן צו אריינלייגן אזעלכע טיפע פסיכאלאגישע אפעקטן אין אזא אבסורדאלע מעשה. איך וועל פרובירן צו אראפלייגן דעם איינדרוק וואס איך האב באקומען פון די מעשה. לאמיר אבער קודם קלאר מאכן אז איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די פשט'לעך וואס ליטעראטור פראפעסארן לערנען אריין אין געשריבענע ווערק. א מעשה איז א מעשה, און אזוי לאנג ווי מען האט נישט ראיות ברורות אז דער שרייבער האט געהאט עפעס א טיפע כונה דערמיט איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פארברענגט צו ארויסקוועטשן עפעס א לומד'ישע תורה.
נאר וואס יא, ווען א שרייבער שרייבט א מעשה, אויב איז ער א טיפער מענטש, וועט ער אויספארעמען די כאראקטערס פון די מעשה אויף א טיפער אופן. עס מוז נישט מיינען אז ער האט געמיינט עפעס א זייטיגע לימוד, אבער די וועג ווי אזוי ער שטעלט אים אויס קען אונז זאגן גאר אסאך אויף דעם מענטשליכן פסיכא. אדער מער פונקטליך, אויף די פסיכא פון דעם שרייבער.
אין אונזער מעשה, איז דער וועג ווי אזוי קאפקא לייגט אראפ אונזער גרעגאר אזוי פאכמאניש, אז עס ברענגט ארויס, טאקע אויף א קאריקאטורישע אופן, וואו מען פארגרעסערט אלע מאדנע חלקים פון דעם מענטש, אבער דאך זייער עכט און לעבעדיג, א געוויסע מצב וואו א מענטש קען זיך געפינען. אין דעם מעשה שפיר איך אז דער כאראקטער שטריך וואס באצייכנט דאס בעסטע גרעגאר איז דער געפיל פון פילן ווערדלאז. כדי צו פארשטיין וואס איך מיין וועל איך געבן עטליכע ביישפילן.
גרעגאר איז א סעילסמאן וועלכער ארבעט נישט כדי צו מאכן פרנסה, נאר כדי די פאמיליע זאל נישט דארפן ליידן פון א געוויסן ביזנעס מאן פאר וועמען זייער טאטע איז שולדיג געלט, מוז ער ארבעטן פאר יענעם ביז ער וועט אפצאלן דעם חוב. אז מען טראכט אריין קען דאס אליין מאכן א מענטש פילן ווי א גארנישט. ער ארבעט ווי א חמור (קאפקא לייגט אראפ ווי שטארק ער האט פיינט זיין ארבעט) און ניטאמאל זעט ער א פעיטשעק סוף חודש. און זיין משפחה אפרישיעיט אפילו נישט אז ער ראטעוועט זיי פון אונטערגאנג. יעדער וואס האט שוין אמאל געהאט דעם גוטן געפיל פון באקומען באצאלט פאר א שווערע זשאב זאל זיך פארשטעלן וואס דאס מיינט אז איין וואך באקומט מען נישט באצאלט. יעצט מולטיפלייט עס עטליכע הונדערט מאל, און איר שפירט זיך נידריגער ווי א שמאטע.
גרעגאר ווערט א שרץ. דאס איז לכאורה די נידריגסטע באשעפעניש אויף דער פלאנעט אין מענטשנ'ס אויגן. א פשוט'ער גראז האט מער חשיבות ביי א מענטש ווי א שרץ. דאס איז נאך אן אנדייטונג אז גרעגאר איז בעצם א גארנישט. אין זיך באנוצן מיט א שרץ אלס "די פארוואנדלונג" ברענגט קאפקא אויך ארויס אן עקל. דאס איז מיר געווארן פארשטענדליך נאכ'ן ריסורטשן און ליינען אז קאפקא אליין האט שטענדיג געפילט אז מענטשן וועלן ווערן פארעקלט פון אים. טראכט אריין וואס איר שפירט ווען א שרץ קריכט אויף אייער קערפער. יעצט נעמט דעם געפיל און טראגט עס אריבער צו אייער אייגענעם קערפער.
וויבאלד גרעגאר שפירט אזוי ווערדלאז, איז ער איבערצייגט אז ער איז א שטער פאר יעדן איינעם. כדי צו "מכפר" זיין אויפ'ן זיין א שטער, מוז ער עס קאמפענסעיטן דורך ארבעטן שווער, כדי ער זאל כאטש ברענגען עפעס נוצן פאר די פאמיליע. דאס איז די איינציגע מעגליכע סיבה פארוואס גרעגאר האט קיין איינמאל נישט אריינגערופן צו די ארבעט אז ער פילט זיך נישט גוט במשך די פופצן יאר. ער איז דא צו ארבעטן, און א מאשין וואס ארבעט נישט ווארפט מען ארויס, עס העלפן נישט קיין תירוצים אז דער מאשין פילט נישט גוט. אודאי האט ער זיך נישט געטרויט צו אויפהערן טון זיין תכלית.
איין איינציגער מענטש איז דא וואס האט נאך עפעס א ווייך פלאץ אין הארץ פאר גרעגאר. דאס איז זיין שוועסטער גרעטא. זי איז די איינציגסטע אין די משפחה וואס איז נישט פסיכאלאגיש פאר'סמ'ט, און זי האט ליב גרעגאר. דערפאר, אפילו נאכדעם וואס גרעגאר איז געווארן אן אינזעקט, האט זי אריינגעטראכט אין זיינע באדערפענישן און זיך צוגעשטעלט צו אים. זי האט אים פרובירט צו מאכן די מערסטע באקוועם וואס שייך, ווי למשל אים ברענגען דאס עסן וואס ער האט ליב אלס אינזעקט. (מיט דעם בין איך מחולק מיט הוגה וועלכער זאגט אז זיין משפחה האט אים באטראכט אלס א פשוט'ער שרץ. ווען יא וואלטן זיי אים גלייך ארויסגעווארפן און שוין).
צוביסלעך ווערט דער מצב פארערגערט, און די משפחה פארלירט דאס געדולד צו גרעגאר. וואס מער צייט גייט פארביי, אלס מער ווערט פארלוירן דאס ביסל רעספעקט וואס זיי האבן נאך געהאט צו אים. ביז איין טאג ווערט דער טאטע נערוועז פון אים און באווארפט אים מיט עפלעך. ער קימערט זיך גאנץ ווייניג אז ער גייט אים הרג'ענען אויף דעם אופן. גרעגאר איז אבער בכלל נישט שאקירט, אדרבה, עס זעט עס ווי ער ערווארט עס. וואס דען קומט זיך פאר אזא ווערדלאזע באשעפעניש. זיין איינציגע דאגה איז פראקטיש, ווי אזוי זיך צו ראטעווען פון די עפלעך.
ענדליך ווען ער טרעפט א וועג ארויס פון אונטער זיין ברוטאלער טאטע, בלייבט ער פארוואונדעט פון די אטאקע. אן עפל בלייבט אריינגעזינקען אויף זיין רוקן, ביז עס ווערט פארשימלט און עס ליגט דארט ביז זיין טויט. קיינער קימערט זיך אפילו נישט עס אראפצונעמען. גרעגאר'ס סטאקס האלטן שוין כמעט ביי זערא.
עס איז מיר געווען א גרויסער חידוש אז גרעגאר פילט קיינמאל נישט פארשעמט. ער פילט אומבאהאלפן, דערשראקן, פארלוירן, שולדיג, אבער נישט פארשעמט. דאס איז זייער מאדנע פאר א מענטש וועלכער ווייסט אז ער זעט אויס ווי א שרץ. אבער די סיבה איז לכאורה פשוט. כדי צו פילן פארשעמט דארף מען האבן עפעס זעלבסטווירדע, מען דארף זיך באטראכטן אלס א מענטש וואס פארדינט זיך רעספעקט, און דערפאר, ווען מען געפינט זיך אין אן דיסרעספעקטפול סיטואציע שפירט מען פארשעמט. אבער גרעגאר באטראכט זיך נישט אלס איינעם וועמען עס קומט רעספעקט, ממילא קען ער נישט פילן פארשעמט.
גרעגאר'ס טאטע האט פארדינגען א צימער אין די דירה פאר עטליכע פרעמדע מענטשן. די מענטשן בעטן פון זיין שוועסטער, וועלכע איז א הערליכע מוזיקאנט, צו שפילן אויף איר פידל. זיין שוועסטער הייבט אן שפילן א ציענדע, מעלאנכאלישע (דעם ווארט נוצט קאפקא) מעלאדיע, אבער די מענטשן זענען נישט עכט אינטערעסירט דערין. גרעגאר הערט די זיסע קלאנגען און עס בענקט זיך אים צו הערן אביסל די געזאנגען פון זיין ליבן שוועסטער וואס האט אמאל געהאט טיפע געפילן צו אים.
גרעגאר, וועלכער איז שוין יעצט איינגעטינקען אין שמוץ וואס קיינער קימערט זיך נישט צו רייניגן, הייבט אן שפאצירן לאנגזאם צו דעם צימער וואו זיין שוועסטער געפינט זיך. געווענליך ליגט ער איינגעשפארט אין זיין צימער. ער קען זיך קוים רירן צוליב דעם וואס ער האט נישט געגעסן אין די לעצטע פאר וואכן זינט ער האט פארלוירן זיין אפעטיט. אבער יעצט האט אים דער ניגון פון זיין שוועסטער אזוי שטארק געצויגן, אז עס האט אויפגעוועקט דאס לעצטע ביסל לעבעדיגע געפילן וואס ער האט נאך געהאט אין זיך, און עס האט זיך ערוועקט אין אים א באגער צו הנאה האבן די איין מאל פון א שיין שטיקל מוזיק.
גרעגאר קומט נענטער און נענטער. ער איז שוין ממש נעבן דעם פידל און ער זעטיגט זיך אן מיט די הערליכע קלאנגען. פלוצלינג באמערקט אים איינער פון די מענטשן און ער גיבט א שריי פון עקל. דער גאנצער צימער קערט זיך איבער. גרעטא'ס פידל פאלט ארויס פון אירע הענט. די מענטשן לויפן ארויס. דער טאטע שרייט מיט אומבאנומענע קולות, און די מאמע וויינט.
די לעצטע געלעגנהייט אז גרעגאר זאל פילן ווי עפעס א יש איז צענישט געווארן.
דעם נעקסטן טאג איז גרעגאר אויסגעגאנגען.
גרעגאר איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד. קיינער האט אים אויך נישט גע'הרג'עט. נאר ער האט פשוט פארלוירן יעדן זכות צו בלייבן לעבן. זיין גורל איז געווארן פארזיגלט אלס עפעס וואס מען האט שוין אויסגענוצט ביז'ן מאקסימום און פון יעצט און ווייטער וועט עס בלויז ברענגען שאדן, ממילא איז ער טאקע געשטארבן. און ווען ער שטארבט רופט די דינסט אויס מיט פרייד, "עס איז געשטארבן!" קאפקא חזר'ט איבער דעם ווארט "עס" עטליכע מאל אין פארשידענע זאצן, צו צייגן אז זי גיבט אים אפילו נישט אפ דעם כבוד צו זאגן "ער" איז געשטארבן.
נעמענדיג אין באטראכט קאפקא'ס לעבנס געשיכטע, איז בכלל נישט קיין אויסציה צו זאגן אז "די פארוואנדלונג" איז בעצם א געשיכטע ווי אזוי קאפקא אליין פילט. כ'זאג נישט אז קאפקא האט דאס געמיינט, אבער עס איז קלאר אז כדי צו קענען אראפלייגן די פסיכאלאגישע מציאות אזוי לעבעדיג מוז מען אליין האבן געלעבט אזוי.
עס איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז נאכדעם וואס גרעגאר שטארבט ווערט די גאנצע משפחה פלוצלינג בשמחה. זיי מופן צו א נייע הויז, און ווי הוגה האט שוין דערמאנט, גייט מען שוין זוכן א חתן פאר גרעטא. יעדער איינער איז פרייליך. בעצם האט דאס נישט קיין פשט. ווי אזוי קען זיין אז אן אומבאוועגליכער שרץ וואס ליגט איינגעשפארט אין א צימער האט זיי געשטערט צו זיין פרייליך? נאר דאס איז א חלק פון גרעגאר'ס אילוזיע אז ווי נאר ער וועט שטארבן וועט יעדער ווערן גליקליך. זיין עקזיסטענץ איז לעול ולמשא פאר די גאנצע וועלט.
פארוואס זאג איך עס אייך? כדי איר זאלט וויסן אז עס זענען פארהאן אזעלכע גרעגאר'ס צושפרייט און צוזייט איבעראל. מענטשן וואס שפירן זיך אינגאנצן אויסגעלאשן פון א רוח חיים און אז קיינער דארף זיי נישט האבן. אין רעאליטעט איז דאס בלויז אן אילוזיע וואס שפילט זיך אפ אין מוח. אן אבסורדאלע אילוזיע וואס עקזיסטירט נישט אין ערגעץ אויסער אין דעם אייגענעם נפש און אין פיקציע ביכער. געווענליך קומט דאס צוליב'ן האבן אין לעבן אזא פיגור ווי גרעגאר'ס טאטע, וועלכער באווארפט מיט עפלעך ווען מען שטייט אים אין וועג. און מען דארף וויסן אז מען טאר זיך נישט לאזן פון אזעלכע אילוזיעס, כדי שלא תמות כדרך שמת גרעגאר.

ממרום שלח אש » מיטוואך מאי 7, 2014 7:09 pm

· #199488
א דאנק פאר אלע באטייליגטע אין דיזן אשכול, איך האב פון קאפקא'ן קיינמאל נישט געהערט בעפאר, איך בין אייך אלע דאנקבאר פאר די אנטדעקונג, ספעציעל פארן פותח, מר. @הוגה.

די לינק צו די בריוו איבער בעלז איז לדאבוני מער נישט אקטיוו, אויב איינער האט א אנדערע מקור דערצו, ביטע מיטטיילן.

ווי @יאיר בין איך נישט קיין חסיד פון אריינלערנען קיינע כוונות, אויב האב איך א געדאנק איז דאך א שאד אנצוהענגן און קרעדיטירן יענעם, כקען דאך זאגן בשמי, חוץ ווען אמאל פעלט זיך אויס אז די דברים זאלן נתקבל ווערן וויל מען זיך תולה זיין (בוקי סריקי) אין א אילן גדול, דאס איז שוין א צווייטע מעשה וואס איז סעלף סערווירענד און נישט אויפריכטיג. (איי ייאיר איז גענצליך גרייט אריינצולערנען מאדערנע באגריפן אין ארגינעלע אידישקייט וואס גאט וויינט שוין דערויף (ירמיהו פרק יט)"אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי", איז כדי שלא תהא סתירה מיאיר איאיר וועט מען מוזן צוקומען אז תורה ויהדות שאני, ווי גאט אליין זאגט עטליכע קאפיטלען שפעטער (ירמיהו פרק כג) הלוא כה דברי כאש, נאום-ה' וכפטיש, יפוצץ סלע. וכל מה שתלמוד ותיק עתיד לחדש וכו. כאטש אויב קוקט מען אין קאנטעקסט פון ירמיהו כ"ג "הנני על-ניבאי חלומות שקר, נאום-יהוה, ויספרום ויתעו את-עמי, בשקריהם ובפחזותם; ואנוכי לא-שלחתים ולא ציוויתים, והועל לא-יועילו לעם-הזה--נאום-יהוה" גלייבט זיך אז גאט איז זיך גאר מתמרמר אז זיינע ווערטער ווערן צושטיקעלט אויף ע' פנים, און נישט אז ער געבט לייסענס דערפאר...)

נאר דער אמת איז, אז אמאל איז א געוויסע ווערק אזוי מאכטפול אז ווילאנג מען איז אונטער דעם רושם וויל מען ווייטער אטעמען דערמיט, מען וויל עס איבערשמועסן און איבערטראכטן און אויפקומן מיט נייע אנגלען פשוט מען וויל זיך ווייטער משתשע זיין און נישט אפגעזעגענען, אדער ווייל מען איז אזוי פארגאפט און אנציקט פונעם מחבר אז עס ווילט זיך בעסער פארשטיין און אריינקריכן אין זיין מח, אבער לכאורה איז עס נגד השכל והדעת און א ביטול הזמן און נישט פון קיין שום ערענסטע ווערט.

דוגמא לזה, אמאל תיכף נאך א מאכטפולע פילם זוכט מען אנליין פארשידענע פירושים און טעאריעס איבער די מיין דערפון, אדער אפילו סתם ביהיינד די סין קליפס, ווערטלאזע טריוויע, אינפארמאציע איבער דעם שרייבער, דירעקטאר וכו. אבער אז עס גייט אדורך עטליכע טעג, וועט מען מיט א ניכטערע בליק נישט טראכטן פון פארברענגען נאך צייט דערויף.

פארשטייט זיך אז ליטערארישע ווערק וואס זענען געווענליך טיפער און פארשוואנגערט און געבוירן ביי גרעסערע מחות, איז א מער ווערטפולע ערד ווי עס לוינט מער צו אקערן, אבער שליסליך איז עס די זעלבע בחינה. דער מחבר זאגט וואס ער האט געוואלט זאגן אויב וואלט ער אינזין געהאט וואס דו טראכסט וואלט ער עס ארויסגעשריבן.

לסיום, אקערן און זוכן מיינונגען אין מעשי ידי אדם, איז מער געפיל ווי לאגיק. כנלע"ד.

צוריק צו קאפקא'ן, איך האב געטראפן א מאמר איבער קאפקא און זיין באציאונג צו אידישקייט

<a class="postlink" href="http://chabadstanford.org/article.htm?The-Case-of-Kafka-131">http://chabadstanford.org/article.htm?T ... -Kafka-131</a>

עס איז אינטערעסאנט ווי ער שרייבט אין א בריוו צו א גערער חסיד אין וועמענס טאכטער ער האט זיך פארליבט לסוף ימיו, אז ער זוכט צוריקצוקומען צו אידישקייט.

In this letter he explained that although he was not a practicing Jew in her father's sense, he was nevertheless "a repentant one, seeking 'to return'"


האט נישט געוואלט חתונה האבן ווייל ער פארשטייט נישט דערווייל די תפקיד פון א איד אין די מערב וועלט, וויאזוי קען ער אראפברענגען קינדער צו אזא אומתכליתדיגע צומישעניש (מיין אפטייטש)

דאס זענען די ווערטער

"What I have to do, I can only do alone. Become clear about the ultimate things. The Western Jew is not clear about them, and therefore has no right to marry. There are no marriages for them. Unless he is the kind that is not interested in such things--businessmen for example"

יידל » פרייטאג מאי 9, 2014 2:51 pm

· #199800
איך האב לעצטנס געליינט די מעטאמארפאסיס, און נאכן מיטטיילן מיינע איינדרוקן מיט א חבר, האב ער מיר דערמאנט פון דעם אשכול אין קאווע שטיבל. איך האב זיך געוואלט נעמען שרייבן ווען כ'האב שנעלערהייט דורכגעבליקט דעם אשכול און כ'האב געזען אז זכיתי לכוון לדעתו הגדולה פון בן זומא. עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז קאפקא האט דירעקט געוואלט ארויסברענגן דעם אומאפשיי און אומשאק וואס גרעגאר האט צו זיין נייעם מצב, און זיין עיקר דאגה איז נאר אויף די פראקטישע רעזולטאטן פונעם מעטאמארפאסיס. פארגלייך דאס מיט זיינע עלטערן און זיין שוועסטער'ס שאק, איז עס ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי גרעגאר איז ווי בלינד צו זיין מצב.דאס ברענגט מיר צו א פארקערטע אנאליז ווי הוגה וועלכער טענה'ט אז עס איז אלעס אין גרעגאר'ס דמיון. פונקט פארקערט, גרעגאר כאפט בכלל נישט אז דא האט פאסירט א טראגעדיע, און זיין מוח איז דאס עפעס א טעכנישער פראבלעם וואס קען גרינג געלייזט ווערן, עכ"פ אין אנהייב.

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 3:24 am

· #199873
(איי ייאיר איז גענצליך גרייט אריינצולערנען מאדערנע באגריפן אין ארגינעלע אידישקייט וואס גאט וויינט שוין דערויף (ירמיהו פרק יט)"אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי", איז כדי שלא תהא סתירה מיאיר איאיר וועט מען מוזן צוקומען אז תורה ויהדות שאני, ווי גאט אליין זאגט עטליכע קאפיטלען שפעטער (ירמיהו פרק כג) הלוא כה דברי כאש, נאום-ה' וכפטיש, יפוצץ סלע. וכל מה שתלמוד ותיק עתיד לחדש וכו. כאטש אויב קוקט מען אין קאנטעקסט פון ירמיהו כ"ג "הנני על-ניבאי חלומות שקר, נאום-יהוה, ויספרום ויתעו את-עמי, בשקריהם ובפחזותם; ואנוכי לא-שלחתים ולא ציוויתים, והועל לא-יועילו לעם-הזה--נאום-יהוה" גלייבט זיך אז גאט איז זיך גאר מתמרמר אז זיינע ווערטער ווערן צושטיקעלט אויף ע' פנים, און נישט אז ער געבט לייסענס דערפאר...)

שיינע שטיקל תורה...
לעצם הענין אולי אתה צודק, אבל כבר התירו פרושים את הדבר. (פי' רש"י: פרושים כמשמעו).

יאיר » זונטאג מאי 11, 2014 3:27 am

· #199874
[ציטאט אראפגענומען]

איך מיין אז די ערשטע איז די דינסט, נאר נישט ווען ער שטארבט, נאר גלייך ווען זי זעט אים. זי רופט אים שטענדיג "עס". נאר ביים שטארבן איז זי די ערשטע וואס זעט אים און ווערט פטור פון אים, ממילא קומט דאס ארויס זייער בולט.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 4, 2015 3:27 pm

· #251742
הבחור המפואר.
📎 Kafkaepitaph.jpg

טאמבל סאס » דינסטאג אפריל 26, 2016 9:17 am

· #330655
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
<a class="postlink" href="https://youtu.be/g4LyzhkDNBM">https://youtu.be/g4LyzhkDNBM</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

לאשיצער » דינסטאג אפריל 26, 2016 5:56 pm

· #330695
<a class="postlink" href="https://archive.org/details/nybc209748">https://archive.org/details/nybc209748</a>
קאפקא'ס מייסטערישער ראמאן "דער פראצעס" (The Trial) איבערגעזעצט פון מלך ראוויטש

טאמבל סאס » זונטאג מאי 1, 2016 6:42 pm

· #331211
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
[ציטאט אראפגענומען]


<a class="postlink" href="https://youtu.be/Ms8OlGw38A8">https://youtu.be/Ms8OlGw38A8</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מי אני » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:27 pm

· #437618
יאיר
לאמיר אבער קודם קלאר מאכן אז איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די פשט'לעך וואס ליטעראטור פראפעסארן לערנען אריין אין געשריבענע ווערק. א מעשה איז א מעשה, און אזוי לאנג ווי מען האט נישט ראיות ברורות אז דער שרייבער האט געהאט עפעס א טיפע כונה דערמיט איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פארברענגט צו ארויסקוועטשן עפעס א לומד'ישע תורה.

ווי אזוי איך פארשטיי איז די קאנצעפט פון ״אריינלערנען״ וכו׳ אין ארט, ליטעראטור אד״ג, הגם מ׳קען טענה׳ן אז ״נישט דאס האט דאך דער מחבר געמיינט״, איז ווייל ווי אויסגעשמועסט דא איז ניתן להיאמר אז מחשבה איז העכער, פריער, און אפגעטיילט (צו עפעס אן עקסטענט) פון דיבור. דעריבער, ווען אן ארטיסט (בפרט אויב איז ער באקאנט אלס טיפער מענטש) מאלט אויס עפעס א זאך, שרייבט עפעס וכו׳ אסאך מאל (צו גאר אלעמאל) קען ער/זי זיין אומבאוואוסטזיניג אליין צו זיינע מחשבות אין די נושא און קען דעריבער דאס נישט ארויסברענגען מכח אל הפועל; סיי ווייל דאס איז בעצם העכער ווערטער און סיי ווייל ער/זי אליין איז מעגליך אומבאוואוסטזיניג דערצו [צו זיין אייגענע מחשבות, ביאנד זיין בפירוש׳ע קאנשעס מחשבה].

גראף » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:48 pm

· #437634
Re: פראנז קאפקא - The Metamorphosis
וואו איז טאקע @ישראל קאפקע ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 29, 2019 8:51 pm

· #437640
ער וואוינט אין די פראדזשעקטס. און דאוונט אין קאפיש'ער ביהמ"ד...!

מי אני » פרייטאג מאי 1, 2020 7:09 pm

· #447419
פראנז קאפקא - The Metamorphosis
<a class="postlink" href="https://youtu.be/wkPR4Rcf4ww">https://youtu.be/wkPR4Rcf4ww</a>

דאס קען אויך דינען פאר א לעססאן איבער אונזער געזעלשאפט.

berlbalaguleh » מוצ"ש מאי 2, 2020 10:50 pm

· #447429
מי אני: די הויפט לעססאן וואס מ'קען זיך ארויס לערנען פון פראנץ קאפקא'ס לעבן איז אז כאטש ער איז געווען אן אויסערגעווענלייכער טאלאנטפולער שרייבער איז ער געווען א שטארק אומסטאבילער מענטש אין זיין פערזענליכן לעבן. מ'קען אפשר זאגן אז ער איז אדורך עטליכע סטעידזשעס פון מעטאמארפאוסיס...!