☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אייפאון הילף

אייפאון הילף

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3829

לעמיל » מאנטאג מאי 20, 2013 12:07 pm

· #116032
אייפאון הילף
ווייסט איינער אויב איך באקום פון איינעם א Audio note וואו עס ווערט געסעיווט?

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 5:59 pm

· #116140
וואס הייסט וואו? דו האסט דען פייל סיסטעם אקסעס?

לעמיל » מאנטאג מאי 20, 2013 6:12 pm

· #116145
איך בין א עם הארץ און דעי זאכען וואו טרעף איך פייל סיסטעם אקסעס?

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 20, 2013 6:22 pm

· #116149
איך מיין אז אין אייפאון האסטו נישט קיין אקסעס, כ'בין נישט די גרויסע אייפאון מבין, אפשר וועלן די עפל פענ'ס דיר קענען בעסער העלפן, אבער זיי מסביר וואס דו ווילסט טוהן? דו ווילסט עס קענען אריבער לייגן צו א קאמפיוטער?

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 20, 2013 6:23 pm

· #116150
ווי געפילטע זאגט, עס איז נישט געמאכט צו טרעפן. איינע פון די חסרונות (אדער מעלות, לפי א טייל) פון עפל איז אז זיי געבן נישט עקסעס צו אלעס נאר צו די בילדער און קליפס. אדער מוזיק דורך אייטאנס.
לאזן די אייפאנס מבינים אהערקומען געבן א עצה.

ברעט מענינג » מאנטאג מאי 20, 2013 7:57 pm

· #116181
עס איז דא עפפ אין די עפפ סטאר, וואס עס סעיווט יו טוב קליפ'ס,
דאס טייטש אז איינמאל עס איז געווארן געסעווט, קענסטו עס איבער קיקן אפילו די ביסט נישט קאנעקטעט צי אינטערנעט.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 8:41 pm

· #118189
איך האב געקויפט אן איי פאון ביי vergin mobile
אין איך וויל בקרוב אוועק פארן קיין ישראל למעשה בין איך אריין אין א געשעפט אין געבעטן א סים קארטל פאר א''י, זאגט מיר דער יעניגער אז מיין פאון איז געלאקט דורך ווערדשין אין סעאיז אימעגלעך עס צו פלעשן, יעצט איז די שאלה וואס קען איך טוהן מיט מיין פאון סעזאל ארבייטן אין די א''י? האט איינער זיך שוין אנגעשטויסן אין דעם פראבלעם, אין אויב יא וויאזוי האט איר זיך אן עצה געגעבן דערמיט?

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 8:43 pm

· #118190
האסט פראבירט צו רופן ווירדזשין מאביל? אויף אנדערע קאמפאניס ווייס איך אז אויב איז מען א גוטע קאסטאמער וואס צאלט צייטליך געבן זיי די אנלאק קאוד.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 8:55 pm

· #118198
איך בין א פריפעיד קאסטומער ממילא איז נישט שייך קיין גיטע קאסטומער,
איך האב היינט גערעדט מיט זיי אין זיי זאגן מיר אז זיי קענען מיר נישט געבן די קאוד וואס טוט מען דא?

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 9:17 pm

· #118207
דא שטייט אז זיי עפענען עס יא.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 9:29 pm

· #118213
שכויעך פאר דיין העלפ איך זעה וואס די שרייבסט , אבער למעשה האב איך מיט זיי היינט גערעדט אין זיי האבן מיר נישט געזאגט קיין ווארט איבער $80 ריטשארדשען, זיי האבן מיר געזאגט בסה''כ אז א פאון וואס ווערט געקויפט ביי זיי קען מען נישט ניצן אין אן אנדערע לאנד אגב, איך האב גערעדט היינט מיט א סופערווייזער ממןהסתם זיצט ער יעצט אין מעקסיקא אין עסט מארכיוואנא בלעטער ער ווייסט נישט וואס פליט!

געפילטע פיש » זונטאג מאי 26, 2013 9:32 pm

· #118214
אסאך מאל וואס די חברה וואס הייבן אויף די פאון ווייסן נישט וואס טוטצעך, רוף די נומבער וואס ווערט דערמאנט דארט.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 9:42 pm

· #118216
דאנקע שיינעם איטס ריללי עפרישיעיטעד

שמעקעדיג » זונטאג מאי 26, 2013 9:44 pm

· #118218
עז עי סייד נאוט,
זאלסט מצליח זיין אין ארץ ישראל מיט אלעם גוטן, און האבן א געשמאקן ראונד טריפ.

פסיכאלאג » זונטאג מאי 26, 2013 9:51 pm

· #118221
איך וועל דיר אינזינען האבן שמעקעדיג איז דאס דיין גאנצע נאמען,
אדער די האסט אויך א מיטעלע ווי למשל אינזער זר זהב. אדער געפילטע ...וכו

הויזן טראגער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:30 am

· #196999
לעמיל
ווייסט איינער אויב איך באקום פון איינעם א Audio note וואו עס ווערט געסעיווט?

אויב איז דיין אייפאון דזשעילבראקען קענסטו האבו פייל עקסעס דורך IFILE, אויב ווילסטו נישט דזשעילברעיקען זאג מיר ווי די האסט די אודיו נאט אין וואס די וויסט טון מיט דעם אין איך וועל דיר פראבירן צו העלפן