☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קלויזענבורג ת"ת פארשיקט זייער מנהל

קלויזענבורג ת"ת פארשיקט זייער מנהל

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3828

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 20, 2013 11:19 am

· #116013
קלויזענבורג ת"ת פארשיקט זייער מנהל
דער קלויזענבורגער תלמיד תורה אין שפיץ פון זייער "וועד החינוך" (יא, זיי פארמאגן אויך א וועד) אז זייער מנהל רוחני פאר די קינדער איז נישט אזוי פרום, ווי עס פאדערט זיך, אין ער ענפערט נישט אייביג אמן אויף יעדער נערישקייט וואס דער 'וועד' שיסט ארויס, על כן אומר ועושה, נאך ערנסטע אסיפות אין אפהאנדלוגען האבען זיי מחליט געוועהן ארויס צו שטעלן א טייערע יונגערמאן פון זיין פרנסה.

איין זאך האף איך, אז דער וואס עס איז בידו משלח צו זיין דעם מנהל (אין אזוי אויך המשתתפים והעוזרים לדבר) האבן דאס געטוהן בלתי לשם שמים בלי שום פניות עצמיות, ווייל אויב נישט האבן אונז א טאטע אויבן אין הימעל א קל רחום וחנון, וואס הערט די וויי געשריי פון דער משפחה האומללה, והמה עתידין ליתן את הדין.

אבער דער וואס קען קלויזענבורג ווייסט אז יעדע צוויי יאר האבען זיי א נייע מנהל, אבער אין די אנדערע פארגאנגענהייט זענען די מנהלים אוועק מדעת עצמם (צוליב מ'האט זיי נישט געצאלט וכיוצ"ב), אבער דא האבען זיי בידים בשוט נפש פארשיקט דער מנהל וואס איז געוועהן איבערגעגעבען אין ארויס געהאט יעדעס קינד באזונדער, די היושבים בראש האט מורא געהאט אז ער ווערט צו שטארק, האט מען איהם געשיקט ווייטער, בלשונם: "גיי הענג דיך..."

ודי למבין » מאנטאג מאי 20, 2013 11:32 am

· #116014
מה שמו?

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 20, 2013 11:38 am

· #116016
וואלדמאן, (אדער א איידעם ביי וואלדמאן) דאכציך מיר

לעמיל » מאנטאג מאי 20, 2013 12:04 pm

· #116029
ווילי? ב"פ? מאנסי?

בדחן » מאנטאג מאי 20, 2013 12:57 pm

· #116043
דולה ומשקה
האט מען איהם געשיקט ווייטער, בלשונם: "גיי הענג דיך..."


איז דא עפעס שעדליכע אינפערמאציע וואס ער ווייסט און דערפאר ווילען זיי אז ער זאל זיך נעמען דאס לעבן..?? 😮 😮

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 1:04 pm

· #116047
לפי ידיעתי האו קלויזענבורג דריי ת"ת'ס, פון וועלכנ רעדסטו

היימישער » מאנטאג מאי 20, 2013 1:18 pm

· #116052
וואסערע 3 ?

לעמיל » מאנטאג מאי 20, 2013 1:21 pm

· #116054
ווילי ב"פ מאנסי

good news » מאנטאג מאי 20, 2013 1:39 pm

· #116068
I have a friend in Australia, who told me about the director of the education of girls, which the community went her away, because she was a lesbian and did it with other girls. Who knows what was here? - I'm not out here a bad name, God forbid, but I think that may be a link between the story of Australia here ...

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 2:20 pm

· #116080
נו, דולה, אפשר לאזטו זיך הערן

דעת תורה » מאנטאג מאי 20, 2013 2:40 pm

· #116085
good news
I have a friend in Australia, who told me about the director of the education of girls, which the community went her away, because she was a lesbian and did it with other girls. Who knows what was here? - I'm not out here a bad name, God forbid, but I think that may be a link between the story of Australia here ...


נע, קען נישט זיין אז דאס איז די סיבה. כידוע, ביים היימישן עולם וויל מען דוקא גארנישט טון קעגן מאלעסטעישאן. מען וויל דוקא שעדיגן די קינדער. היעלה על הדעת מען זאל ארויסווארפן א איינגעשטעלטער ווייל ער איז א מאלעסטאר? אדרבה, מען נעמט מתחילה נאר אויף אזאלכע מענטשן.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 20, 2013 3:10 pm

· #116093
ער האט נאך אריינגעכאפט א חתימה אויף די תקנות ח"י-פארק.
ווערט יעצט דער קול קורא אן עדות שבטלה מקצתו?

דולה ומשקה » מאנטאג מאי 20, 2013 3:52 pm

· #116100
קלויזענבורג בארא פארק תלמוד תורה תחת נשיאותו של האדמו"ר רבי שמואל דוד שליט"א

היימישער » מאנטאג מאי 20, 2013 4:14 pm

· #116104
ווי אלט איז די מנהל ? נישט אז עס איז א תריץ צו ווארפן אלטע מנהלים, אבער אויב עס איז אזוי קען מען אביסל פארשטיין

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 5:05 pm

· #116126
ווער איז מנהל?

לעמיל » מאנטאג מאי 20, 2013 5:24 pm

· #116130
ער איז מנהל און וויליאמסבורג

בערל_פרוכטבייסער » מאנטאג מאי 20, 2013 9:22 pm

· #116206
אלץ אזא איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך מיט די פרשה, גראדע דורכ'ן זיכן אינפאו אויף דעם אפגאזאגטן מנהל, אויך אן אנדערן זשאב, וויל איך ארויסברעגנען אפאר פונקטן
1. דער מנהל א איגערמאן א צדיק, קיין שום חשד פון...
2. די הנהלה און וועד, א.ד.ג. האבן געארבעט לפנים משורת הדין.

יעצט צום פונקט די הנהלה האט פון די מנהל נישט געהאלטן, פראם דעי וואן!
זיי האבן אים אריינגענומען ווייל אזוי האט דער אדמו"ר באפוילן פאר פיהר יאהר צוריק, נאך א טענה פון די מנהל אז מען האט אים שוין געזאגט אז ער גייט זיין מנהל.

פון דא און ווייטער האט זיך געמאכט פראבלעמען, אויף וועלכער די מנהל איז שולדיג געוועהן (איך גיי נישט אריין די פרטים, און איך וויל קלאר זאגן אז די מנהל קען זיין א גוטע מנהל, ספעציפיש דא, האט זיך געמאכט א פרבלעם) ובפרט אויף די נושא פון חינוך מיוחד.
מען האט אריינגעברענגט א ספעציעלע סטעף פון אינגעלייט וואס האבן געבויעט אן עקסטערן אפטיילונג פאר חינוך מיוחד (אזוי ווי חברים מקשיבים און באבוב), און אויך א סגן מנהל.
פון דא און וויייטער האט זיך אלעס פארהאנקעט, די מנהל האט זיך געריבן מיט די חינוך מיוחד סטעף און מיט די סגן מנהל, (ביידע האט מען געטוהן אן זיין רשות), אזוי האט די מנהל געמוזט פארלאזן.

יעצט און דעם פונקט פון באצאלן איינגעשטעלטע, איז קלויזענבורג און ב"פ (וו"ב און מאנסי קען איך אייך נישט זאגן) דער בעסטער מוסד, עס באונסט 'קיינמאל' נישט קיין טשעק דארט.
פאר צווי יאהר האבן זיי געבויעט א בילדינג פאר די חדר פון אפאר מיליאון דאללער, קיינעם נישט שולדיג געבליבן א צענט

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 10:06 pm

· #116217
אמת'דיג? ווי איז דער נייער בנין?

משולם שטיינפעלד » דינסטאג מאי 21, 2013 2:17 am

· #116281
א מוסד וואס באצאלט קיינמאל נישט. באונסט "קיינמאל" נישט קיין טשעק....

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 21, 2013 11:18 am

· #116355
שלום עליכם כבוד הרב בערל פרוכטבייסער, זיך ספעציעל אריין געשריבן צו פארטיידיגען אייער מוסד?
אויב וואלט איך געוועהן א קלויזענבורגער חסיד וואלט איך מיך געביסען די ליפצן און געבליבן שטיל, איך וויל איהר זאלט מאכען אייער היים-ארבעט לגבי קלויזענבורג בקשר צאלן זייער איינגעשטעלטע, יעצט קומט דער זוממער,
פאר שנת תש"ע האבען זיי פאר די זוממער איינגעשטעלטע אין דער קעמפס עד היום הזה נאך נישט געצאהלט קיין איין פרוטה!
פאר זוממער שנת תשע"ב אויך נאך נישט געצאלט, יא גערעכט נאר געצאהלט פאר יעדע הונדרעט דוללער פאר יעדע טויזענט!
די יארן אינציווישען האבען שוין געגעבן העד-טשעקס, א וואך פאר דער דעיט האט מען אנגערופן מ'זאל עס נאך נישט דיפאסיטן, די וואס האבן נישט באקומען דער מודעה האבן זייער טשעקס געקראכט.
פאר זייער גרויסע צענטראלע בית המדרש אין דער קעמפ האבן פריוואטע נדבנים מנדב געוועהן, וויבאלד דער קעמפ האט געזאגט זיי האבן נישט קיין געלט דערפאר, ווען נישט פריוואטע עסקנים וואלט דער נייע בית המדרש קיינמאהל נישט געווארען אויפגעבויט!
דריי פערטל פון די קלויזענבורגער מוסדות אנגעשטעלטע זענען נישט קיין קלויזענבורגער חסידים, דו ווייסט פארוואס? פשוט ווייל זיי ווילן נישט אנשטעלן.

די לעצטע צעהן האט שוין דער קלויזענבורגער ת"ת געהאט 6 מנהלים, און איינע פון די יארן אליינס איז געוועהן דריי מנהלים! דער דריטע מנהל איז געוועהן א כולל יונגערמאן וואס מ'האט איהם פשוט געבעטן צו טוהן א טובה צו זיצן אין די אפיס...

דער איינציגסטער קלויזענבורגער מוסד וואס שטייט דערווייל שטארק איז דער בית אסתר מיידעל שולע.

ועוד לדלות ולהשקות אי"ה

good news » דינסטאג מאי 21, 2013 1:57 pm

· #116412
בית אסתר היא אולי מוסד טוב Financialy, אך לא במובן החינוכי.