☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » בהעלותך

בהעלותך

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3825
בלאט: 1 2

אביגדור » זונטאג מאי 19, 2013 11:13 pm

· #115882
בהעלותך
זעה דא.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 11:25 pm

· #115890
דאס ערשטע מאל איך הער פון א מוסד אין בארא פארק וואס האט נישט קיין נאמען.

אביגדור » זונטאג מאי 19, 2013 11:29 pm

· #115892
יא.

בדחן » זונטאג מאי 19, 2013 11:40 pm

· #115898
עס האט שוין אמאל פאסירט אין סאטמער ווען אלע מלמדים זענענן געגאנגען אויף סטרייק,

אביגדור » זונטאג מאי 19, 2013 11:43 pm

· #115900
ניין.

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 12:14 am

· #115906
איך געדענק אזעלכע מצבים אין סקווירא, וויזניץ ב"ב, טאהש און וויען.

אלע פון די עקזיסטירן נאך.

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 12:25 am

· #115913
קען זיין.

petergrifin » מאנטאג מאי 20, 2013 12:58 am

· #115924
איך װײס נאכנישט אלע פרטים אבער אלס אײנער פון די נעימלעס חסידים װאס
געבן און האט געגעבן פאר דער דינער –– גענוג איז גענוג!! װיפיל איז דער שיעור!! איך דארף זיך אנמוטשענען
צי געבן געלט נאכאמאל און נאכאמאל מען הערט נישט אויף צי שנארן יעדער טאג עפעס אנדרעש אין כאטש
צאלן די אנגעשטעלטע קען מען נישט אפילו האלב נארמאל נאר מען מיז זײ דערגײן די יארן אויכעט און מיט אלע
װעגן פראבירן ארויס צישלעפן געלט פין זײ אויך אפילו זײ האבן נישט װײל די צאלסט נישט
געהעריג. שוין איך װעל האלטן די אמת אין בויך (פאר יעצט)

משה רוקח » מאנטאג מאי 20, 2013 1:28 am

· #115943
Just as a by the way, they owe the melamdim 3 months (which is not good, but not as bad you make it sound).

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 1:44 am

· #115953
ימים ימימה.

newkave » מאנטאג מאי 20, 2013 9:58 am

· #116000
משה רוקח
Just as a by the way, they owe the melamdim 3 months (which is not good, but not as bad you make it sound).


משה, איך האב געהאפט אז די וועסט האבן א בעסערע תירוץ. עס איז א באקאנטע זאך אז דאס איז לענגער ווי דריי חדשים.

gehlungen » מאנטאג מאי 20, 2013 10:08 am

· #116003
קאווע טרינקער
דאס ערשטע מאל איך הער פון א מוסד אין בארא פארק וואס האט נישט קיין נאמען.

Vedei lechahkeemeh beremeeze lol

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 10:42 am

· #116008
אינטרעסאנט.

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 20, 2013 10:50 am

· #116009
אה, יעצט ווייסעך שוין זייער נאמען. א דאנק.

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 6:18 pm

· #116147
וואס זאל איך טון איך בין א טיפש, אזוי האט מיך דער אויבערשטער באשאפן. ער האט מיך געמאכט א צווייטער קלאס מענטש, נישט קיין ריינע ראסע, און דערפאר טאקע בין איך נישט ביי דעם מקום ווי מען באצאלט יעדען חודש פונקטליך.

יעצט אזוי, אין אסאך מוסדות איז שוין געווען אזא זאך אז מען האט נישט באצאלט אין צייט, און עס איז אויסדרוקליך נישט אויסגעהאלטן, אבער די פלעצער גייען נישט אונטער. סאו פריי זיך נישט, דיין שונא גייט נאכנישט אונטער ווייל עס זענען דא פראבלעמען אין זיינע מוסדות.

און נאר להערה בעלמא, עס זענען דא נאך עבירות אויף די וועלט אויסער נישט באצאלן פאר איינגעשטעלטע. די קירכע למשל, איז באוואוסט אז זיי באצאלן זייערע איינגעשטעלטע זייער פונקטליך.

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 7:17 pm

· #116168
יא.

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 7:38 pm

· #116176
מכלל הן.

moshe613 » מאנטאג מאי 20, 2013 8:08 pm

· #116186
איך האב נאכגעהערט אז אלע קלאסן האבן ווייטער געלערנט היינט, מ׳איז שולדיג 3 חדשים, אין אז די פארהאנדלונגען וועט מארגן לכאורה שוין פארטיג ווערן.

קען מיר איינער ענטפערן פארוואס זענען אזויפיל באבובע חסידים אוועק פין : גרויסע לעכטיגע בית מדרש מיט אלע געברויכן ווי ספרים/מקווה. הערליכע אפגעצאלטע מוסדות בניינים. אין געגאנגען צו: דעדונגענע בית מדרש אהן קיין שום באקוועמליכקייט. אהנגעהויבן נייע מוסדות פין אל״ף???

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 8:27 pm

· #116195
🙄

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 8:58 pm

· #116201
איך בין נאך נישט קיין ראשון און מען דארף נישט אריינלערנען טיפע פשטים אין מיינע תגובות. ס"ה האב איך געזאגט אז ווען איינער באצאלט באצייטנס אין זיינע מוסדות מיינט עס נאך נישט אז ער איז שוין א צדיק אדער אז ער איז גערעכט אין סיי וועלכען אנדערן ענין, מען קען באצאלן אין צייט און נאך אלס זיין די קירכע. און ווען איינער באצאלט נישט אין צייט מיינט עס נאך נישט אז ער איז אפגעפרעגט מכל וכל.

נ.ב. ער האט מיר מעורר געווען אז מיט דעם ווארט טיפש האט ער נישט מיך געמיינט, נאר ער האט עס געשריבן אויף זיך, וויל איך דאס דא טאקע קלאר שטעלן. אבער עס טוישט נישט וואס איך האב געזאגט.

הדד בן בדד » מאנטאג מאי 20, 2013 8:59 pm

· #116202
און יא, איך האב שוין כמעט פארגעסן, דו אליינס ווייסט אז איך בין נישט קיין ספאוקסמען פאר 45, מיר האבן דאס שוין אדורכגעשמועסט אין אישי

בדחן » מאנטאג מאי 20, 2013 11:11 pm

· #116238
איך גלייך זייער נישט די אשכול, איך האלט אז די גאנג דערפון איז זייער נישט ריכטיג פאר א יוד, איך וועל זיך מסביר זיין, אבער בעפאר לאמיר מאכן צוויי דריי הקדמות,

הקדמה א: איך בין נישט קיין באבוב חסיד, און איך בין קיינמאל נישט געווען קיין באבוב חסיד, איך האב קיינמאל נישט באלאנגט צו באבוב קהלה און איך האב נישט קיין משפחה דארט, אלץ דרויסענדיגער האב איך א מיינוג - כנהוג אז חסידישע אידן האבן איבעראל א מיינוג - און איך האלט אז רב״צ איז מער געאייניגט צוזאם צוהאלטן די חסידות זייענדיג א באבוב אייניקל.

הקדמה ב: לגבי די מחלוקה איז מיין מיינוג אז ביידע זענענן אייניג שולדיג, ביידע האבן זיך געזאלט לערנען א לעסען פון סאטמער - נאך די אלע צענדליגער יארן מחלוקות - אז היינט צוטאג קען מען נישט צווינגען צו קיין מענטשן צו זיין אינטער א רבי׳ן וואס זיי גלייכען נישט, דערפאר האט צד רב״צ לכתחלה געדארפט פארשלאגען עפעס פאר רמ״ד, און צד רמ״ד האט לכתלחה געדארפט פארשטיין נישט צו פארלאנגען די גאנצע, קילערע קעפ פון ביידע זייטן וואלטן צען יאר צוריק בעפאר ר״נ פטירה געדארפט אויסארבייטען א קאלטע שלום מהלך, און א נאט שעל: סאטמער - אדער קלוז״ב וואס דארט האט מען זיך אויך אינערליך געשלאגען - איז א לעסן פאר יעדעם איינעם וואס מען טאר נישט טיען און מען קען נישט טיען, וויזניץ בני ברק איז א לעסען פאר יעדעם וואס מען מוז טיען און מען קען יא טיען.

הקדמה ג: צד רמ״ד וואס גייט יעצט דורוך גאר א שווערע צייט, איז באמת באבוב משפחות וואס האבן ביז זיבן יאר צירוק געדאווענט אינטער איין דאך מיט צד רב״צ, זיי זענענן אידן יראים ושלמים, זיי היטען טהרת המשפחה, זיי גייען אויך נישט מיט די גע׳אסר׳טע גלעזער, און גייען געהעריג מיט די ווייסע זאקן שבת, און זיי זענענן ברידער און שוועסטער וואס די מיידליך זענענן ערצויגען געווארען אין בנות ציון און די יונגלעך אין כרם שלמה, זייער איינציגע חטא איז אז זיי ווילען א אנדערע רבי, און דאס איז א זאך וואס די גאנצע - חסידישע - וועלט פארשטייט שוין היינט צוטאגס אז עס איז א העכסט נערמאלע זאך.

לפי זה, דארף יעדעם איינעם באדערן אז א צווייטע חסידישע מוסד גייט אזוי שווער, פאר מיר אפילו איך בין נישט קיין באבוב געבוירענער ארט מיר עס, ווייל סוכ״ס זענענן מיר אלע אויפן זעלבן שיף, מיר עסן אלע די זעלבע פראבלעמן, מיר מיטשען זיך אייניג מיט אונזער חינך הבנים, דער גוי האט אונז אייניג פיינט, און מיר מיטשען זיך אייניג אויף פרנסה אדער אויף א לייטישע דירה.

איך פארגין פאר מיין רבי׳ס ברידער - מיט וועם מיין רבי רעדט נישט - אלדאס גוטס, און זיכער אזוי פאר זיינע חסידים, פאר מיר אדער פאר מיין רבי וועט נישט בעסער ווערן אדער ערגער ווערן ווען יענעם גייט שלעכט,

איך מיין נישט מיט מיין תגובה א ניק אדער א מענטש, איך רעדט לגבי די מיינד סעד אין באבוב וואס איך האלט אז עס איז גאר שטארק ראנג, אין עס דארף א גרויסע תיקון.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 12:22 am

· #116258
עוד חזון למועד אי"ה.

moshe613 » דינסטאג מאי 21, 2013 1:09 am

· #116273
נישט ריכטיג אהנצוהענגען די באבובע מחלוקת אויף געלט און רילעסטעיט. די פאקט איז אז ווען הונדערטער באבובער משפחות האבן גענומען די וואנדער שטעקן אין גיזאגט ביי פאר רב״צ, האט זיי ניטעמאל אינטערעסירט אויב רמ״ד אדער רבי יושע רובין ווערט די רבי, זיי האבן נישט געוואסט ווי מען דאווענט מארגן שחרית, ווער רעדט נאך פין מוסדות קיינער האט נישט געחלומט אז דא גייט זיך אהערשטעלן אזיין גרויסן פארנעם. הונדערטער באבובער משפחות האבן אוועק געוואקט ממש ווי אין גלות אריין, אלעב אפגעלאזט, מענשן האבן איינגעשטעלט מיט פרנסות, מיט קינדער אין מוסדות, מען האט אפילו נישט געוואוסט דעמאלט אויב עס גייט בכלל זיין א דין תורה. פשוט געהויבן די פוס אין געגאנגען. קומען יעצט נאך אכט יאהר אין לאכן פין זיי אז די די״ת געבט זיי נישט, אז די מוסדות צאלן נישט, אז די פארענטשעס זענען נישט גרויס גענוג - דאס איז א קינדער שפיל, דאס איז א נערישער ליצנות, קיינער איז נישט געגאנגען פאר געלט אדער פאר שיינער מוסדות. די סיבה פארוואס הונדערטער באבובער משפחות זענען ארויס פין בית מדרש א טאג נאך רבי נפתלי זצ״ל פטירה איז געווען נאר ווייל זיי האבן נישט געוואלט רב״צ אלס זייער רבי, אלס זייער מנהיג. געלט קויפט בניינים אבעא נישט קיין חסידים.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 1:16 am

· #116275
יא.

moshe613 » דינסטאג מאי 21, 2013 11:20 am

· #116357
קיינער עסט זיך נישט געזונט זיי האבן א רבי וואס זיי האבן געוואלט, געלט קומט אין גייט, אבער א רבי נישט.

נישט בּחינם ביסטו פארנומען א גאנצן טאג זיך איינרעדן אז די מצב פין געלט ביי צד 45 איז שלעכט ווייל דאס איז דיר מחזק, פארדעם אויכעט טוסטו כסדר אינטערייסן רמ"ד ווייל דאס וואס גיבט דיר חיות.

פארדעם וועסטו שרייבּן זייער מיאוס אין געמיין ווייל דאס איז וויאזוי די ברענגסט ארויס דיינע ווייטאג.

למעשה לכולא דעלמא ביסטו זייער אהנגעווייטאגט אויף רמ"ד אין זיינע חסידים, קיין נחמה ביי דיין רב קענסטו נישט טרעפן, זוכן אביסל פנימיות מיט רוחניות בּיי רמ"ד פּאסט דיר נישט, דרייסט זיך ארום ליידיג אין הערסט נישט אויף צו טראכטן פין איהם. קוק אויף דיין אייגענע רב אין זעה דיר אליינס אין שפיגל, אויפגעבּלאזן, בּייז אויף די גאנצע וועלט, שמייכלט אמאהל א יובל, דערמאן נאר רמ"ד לעבן עם אין זיין בליט הייבּט אהן צו קאכן. נו? א בּאבּובע אויפגעצויגענע תלמיד איז אלעמאל געווען א סימבּאל פאר שמחה מיט איידלקייט!

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 21, 2013 11:24 am

· #116358
איהר זענט זייער גערעכט לגבי ר' דעמביצער וואס איז טאקע זיער געטריי איבער געגעבן צו דער איינגעשטעלטע פון דער מוסד,
אזוי אויך קען מען ביי איהם אראפ האנדלען פון דער שכר לימוד אויב בעט מען איהם, ער פארשטייט עלטערן וואס מוטשען זיך צו דעקן זייער שכר לימוד.
אבער גאר אנדערש איז עס לגבי דער 'בנות ציון', וואס לתקופות צאהלט מען נישט די איינגעשטעלטע (טיטשערס) פאר חדשים לאנג.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 12:01 pm

· #116374
לא עלתה בידי.

moshe613 » דינסטאג מאי 21, 2013 12:45 pm

· #116389
הופה!!!! אין בנות ציון פין רבּ"ץ איז מען נאך שולדיג 3 חדשים פין לעצטן ווינטער אויף דעם שרייבסטו בלשון ספק.

אבּער אויף 40 חדשים שולדיג בּיי 45 [נאר 3 חדשים] , חתימות בּיים בּי"ד [שקר גמור] מיט אנדערע שטותים מיט לאקשן אויף דעם שרייבסטו ווי א פערטיגע פאקט.

moshe613 » דינסטאג מאי 21, 2013 1:23 pm

· #116403
פארוואס ברעגסטו נאר שלעכטע נייעס?
פארוואס ביסטו נישט מודיע גיטע נייעס?
אלע מלמדים זענען שוין צוריק!
וואס שלאפסטו?

news10 » דינסטאג מאי 21, 2013 1:43 pm

· #116407
אודה לה'! אלעס צוריק אין חדר
די חשובע מלמדים ומרביצי תורה שליט"א מיט די טייערע תלמידים שיחי' בליעה"ר פון תלמוד תורה בני ציון דבאבוב
ביים טאנצען צוזאמען ביי שמחת רבם ומאורם ככוד קדושת רבינו עטרת ראשינו שליט"א מ"מ רבותינו הקדושים זי"ע
כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ
32.JPG 31.JPG

petergrifin » דינסטאג מאי 21, 2013 2:24 pm

· #116419
אלס א 45 וויל איך נישט רעדן אבער איך מוז מודה
זיין ביזט מער גערעכט ווי נישט ספעציעל לגבי אונז איינרעדן
כסדר בעלאני אבער איך וויל בעטן אונזערע נייע אמבעסאדארס
פליז הערטס אויף מיט די שקרים שרייבט
מער אין די אנדערע אשכולס

פאפריקא » דינסטאג מאי 21, 2013 2:39 pm

· #116424
פעטערגריפן

שטעלט דיך נישט יעצט אהער אלס א 45, און זיין נישט אזוי מודה אויף די באלאניס.

קראקא » דינסטאג מאי 21, 2013 2:50 pm

· #116425
אזא מעכטיגע תלמוד תורה בליעה"ר לשם ולתפארת!!
די וועלט זאגט: איין בילד איז טויזענט ווערטער
נו מען דארף טאקע אסאך געלט און כוח אויסצוהאלטן אזעלכע מוסדות
הצלחה רבה!

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 4:35 pm

· #116476
כ'זעה דער עולם האט מיך שוין אויסגעכאפט, אבער כהדד ועוד לקאווע שטיבל: דער סטרייק איז אווער, דער באן פארט ווייטער.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 4:38 pm

· #116479
.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:02 pm

· #116497
אינדערפרי זענען זיי טאקע נישט געווען, אבער במשכ'ן טאג איז מען געקומען צו א פארשטענדעניש און דער סטרייק האט זיך געענדיגט, איך האב גערעדט מיט אידן וועלכע האבן קינדער אין דעם מוסד, סאו דאס זענען די פאקטן.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 5:04 pm

· #116498
זו תורה וזו שכרה?!

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:10 pm

· #116502
איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אין דעם ליין. איך קען באשטעלן ביי דיר א דשאב?

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 5:11 pm

· #116504
ניין.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:14 pm

· #116508
. ביסט גערעכט.
נישט נאר עס איז נישט געענדיגט, נאר זיי ווארענען יעצט דעם רמד'ן אז אויב ביז איבערמארגן איז נישט באצאלט יעדע פעני, האבן זיי א וועג זיכער צו מאכן אז די אלע קינדער ווערן צוריק חסידים פון הרה"ק הנפלא ומופלא, המנהיג המיוחד מ'48. (זיי גייען דעמאלס אויך ווערן פון די ריינע ראסע, ריינע אריער...)

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 5:16 pm

· #116510
לאמיר שפינען ווייטער, רמ"ד האט צאמגערופן זיינע מיניסטארן, די שבעה רואי פני המלך, ער איז אויס מענטש, ער פאפט וואליום אן אויפהער, ער ווייסט נישט וואס צו טאהן, ער זעהט ממש פאר די אויגן ווי די גאנצע ארבעט פון די לעצטע יארן צופאלט און אלעס קומט צוריק צו זיין אינגערן פעטער...

נו, רבותי, העלפט צו... זייט מחי' אביסל צובראכענע אידן...

פאפריקא » דינסטאג מאי 21, 2013 5:32 pm

· #116524
ער האט ממש ממש יעצט קאנפירמד, ווי ער האט געשריבען פריער "יעדער קען די פרטים. יעדער האט א שוואגער צו א נעפיו צו א מחותן" אזוי שטימען אלע זיינע "דער שטורמער" שרייבעריין,

נעבעך נעבעך די גרויסע שמחה זיינע איז געווען עד למעלה ווען ער האט געהערט אז די מלמדים זענען אויף א סטרייק, און האט תיכף געפענט א נייעם אשכול מיט א לאנגע פרייליכע באריכט מיט שקרים וכזבים, און געווען זיכער דאס איז שוין די ענדע! און יעצט ווען מען האלט שוין נאכ'ן סטרייק האט ער גערופן זיין שוואגער, נעפיו, מחותן, זיכער מאכן אז עס איז חלילה חלילה נישט אמת, נאר מען גייט אלעס שליסן כשאיפת לבו השנאה.

אביגדור » דינסטאג מאי 21, 2013 5:53 pm

· #116533
ב"ה.

moshe613 » דינסטאג מאי 21, 2013 6:11 pm

· #116546
וואס איז מיט בנות ציון?? ווען גייט מען דארטן צאלן? זאגסט דאך אז די זייל ברענגט אריין גרויסע געלטער?

פאפריקא » דינסטאג מאי 21, 2013 6:14 pm

· #116547
דער שטורמער האט אויך געהאלטן אין שרייבען אקעגען די אידן. מיט פאקטען
די עלילת דם אין אלע דורות איז אויך געווען אקעגען אידן. מיט פאקטן
די אלע פאקטן וואס ער האט יעצט געשריבען איז שוא ושקר

newkave » דינסטאג מאי 21, 2013 6:18 pm

· #116552
הדד, עס איז צום שטוינען ווי נישט באבוב די ביסט.

הדד בן בדד » דינסטאג מאי 21, 2013 7:37 pm

· #116578
newkave
הדד, עס איז צום שטוינען ווי נישט באבוב די ביסט.


האבעך נישט געכאפט. נישט געפערליך

petergrifin » דינסטאג מאי 21, 2013 9:26 pm

· #116609
פאפריקא
פעטערגריפן

שטעלט דיך נישט יעצט אהער אלס א 45, און זיין נישט אזוי מודה אויף די באלאניס.

שלום עליכם (פאר דײן נײע ניק)

איציק » מיטוואך מאי 22, 2013 8:53 am

· #116718
פאפריקא
דער שטורמער האט אויך געהאלטן אין שרייבען אקעגען די אידן. מיט פאקטען
די עלילת דם אין אלע דורות איז אויך געווען אקעגען אידן. מיט פאקטן
די אלע פאקטן וואס ער האט יעצט געשריבען איז שוא ושקר


גודווין'ס געזעץ אין פולן קראפט!
Godwin's law (also known as Godwin's Rule of Nazi Analogies or Godwin's Law of Nazi Analogies ) is an assertion made by Mike Godwin in 1990 that has become an Internet adage. It states: "As an online discussion grows longer, the probability of a comparison involving Nazis or Hitler approaches 1." In other words, Godwin said that, given enough time, in any online discussion—regardless of topic or scope—someone inevitably makes a comparison to Hitler or the Nazis.


וואס שטורמער? וואס פאקטן? וואס שוא ושקר?
כ'קען נישט די פאליטיק און ס'אינטערסירט מיר נישט, אבער אז דו קענסט זיך טענה'ן ווי א נארמאלע מענטש אן קיין פערזענליכע אטאקעס, הרי טוב. אז נישט, טוה א טובה פאר זיך און אלעמען און שווייג. אוודאי זאלסטו אויפהערן צו האקן אין קאפ מיט א שטורמער.
בלאט: 1 2