☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פשט פון אויסדרוקן

פשט פון אויסדרוקן

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3822

הערשי » זונטאג מאי 19, 2013 6:50 pm

· #115776
פשט פון אויסדרוקן
אויסדרוק: בדוק ומנוסה
בוכשטאבליך: באקוקט און אויספרובירט
מיינונג: אויספרובירט און עפעקטיוו
מקור?
קאגניטיוו: Tried and tested
לכאורה זאגט מען א דאפלטע לשון אויפן פרואוו אבער גארנישט איבער די רעזולטאטן.

יואב » זונטאג מאי 19, 2013 6:55 pm

· #115778
🙂

הערשי » זונטאג מאי 19, 2013 6:55 pm

· #115779
אויסדרוק: עוד חזון למועד
בוכשטאבליך: נאך א נבואה איבער א שפעטע צייט
מיינונג: העמיר נאך אנקומען דערצו
מקור: חבקוק ב ב-ג (פון דא)
קאגניטיוו:
ס'איז א מאדנער אויסדרוק, לדעתי

יידל » זונטאג מאי 19, 2013 11:04 pm

· #115878
הערשי
אויסדרוק: בדוק ומנוסה
בוכשטאבליך: באקוקט און אויספרובירט
מיינונג: אויספרובירט און עפעקטיוו
מקור?
קאגניטיוו: Tried and tested
לכאורה זאגט מען א דאפלטע לשון אויפן פרואוו אבער גארנישט איבער די רעזולטאטן.

איך פארשטיי אז בדוק ומנוסה באציעט זיך טאקע בוכשטאבליך אויפן בדיקה, עס טוט אבער אודאי אימפלייען א פאזעטיווע רעזולטאט, גענוי ווי קיינער וועט זיך נישט טועה זיין אין דער סטעיטמענט "מיר זופן די מעל און באקוקן די אייער", אז די באקוקטע אייער זענען לאו דוקא געווען נקי פון בלוט'ס טראפן און זענען נאך אלץ גענוצט געווארן.

מאראנצןזאפט » מאנטאג מאי 20, 2013 9:20 am

· #115992
קליפ און קלאר.
פראנק און פריי.
דעפעניציע ביטע??

אביגדור » מאנטאג מאי 20, 2013 9:43 am

· #115998
ראה בספרי הרב דוד קאהן, דער רב פון גבול יעב"ץ אין פלעטבוש.

פייפער » מאנטאג מאי 20, 2013 9:53 am

· #115999
ער וועט באצאלען ווי א טאטע.

קוק נאך נישט, טראכט א מינוט.

אזוי שנעל אויפגעגעבן?

כולם כאבות לשלם ממיטב. בבא קמא ה.

פייפער » מאנטאג מאי 20, 2013 9:58 am

· #116001
א יאר מיט א מיטוואך.

האסט נישט קיין געדולד צו טראכטען הא? ווייס איך דען נישט.

נותנים לבתולה י"ב חודש. משנה כתובות ה-ב
בתולה נישאת ביום רביעי. משנה כתובות א-א

יאיר » מאנטאג מאי 20, 2013 7:47 pm

· #116177
הערשי
אויסדרוק: בדוק ומנוסה
בוכשטאבליך: באקוקט און אויספרובירט
מיינונג: אויספרובירט און עפעקטיוו
מקור?
קאגניטיוו: Tried and tested
לכאורה זאגט מען א דאפלטע לשון אויפן פרואוו אבער גארנישט איבער די רעזולטאטן.

דאכט זיך מיר אז מנוסה קען באדייטן אזוי ווי אדורכגעגאנגען דעם נסיון. אזוי ווי מ'זאגט אויף אברהם אז ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות און דאס מיינט אז ער איז עס בייגעשטאנען.